transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1צום אלעם
¶2ערשטן איז דאך איצטער צום סיום פון דעם טאג פון יו טס כסלו, און וואס בקביעות בשנה זו איז דאס ביום הראשון, וואס ס'ווערט אנגערופן אין תורה גלייך אין תהילת הבריאה יום אחד, וואס דאס איז דאך אויך פון די ענינים פון תורת החסידות, אזוי צו מסביר זיין פון א פי המבואר אין שער היחוד והאמונה,
¶3ווי אזוי איז די גאנצע מציאות איז דאס א מציאות פון אן אחד, ביז וואנענט אז ווי ער טייטשט אפ אין מדרש אויף יום אחד, אז דעמאלט איז געווען דער אויבערשטער ”יחיד בעולמו”,
¶4אזוי אויך ווי חסידות טייטשט אפ, איז דער אחד פון דער גאנצער בריאה איז דאס אין אן אופן וואס בפנימיות, ביז וואנענט אז ס'ווערט אויך בגלוי ווערט דאס אן ענין פון א יחיד,
¶5ביז וואנענט נאך העכער פון אלע חילוקי דרגות, פון אחד און יחיד און ריבוי וכו', ביז ס'ווערט איין און איינציקע זאך, מיט עצמות ומהות, כמדובר כמה פעמים.
¶6וואס דאס איז אויך ענין פון אחד און ו”היו יחיד בעולמו”, און דערנאך ווערט דאס באנייט יעדער יעדער ”יום ראשון בשבוע” ווערט דאך אנגערופן יום אחד,
¶7און ס'ווערט דערנאך זאגט מען דאך דעם שירות של יום פארבונדן מיט די שבעת ימי בראשית, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדער זונטיק איז דאס בדוגמא פון דעם ערשטן טאג בשבוע בפעם הראשונה כשנברא העולם,
¶8וואס דאס ווערט דערנאך באנייט און וויבאלד אז אין קדושה האט מען דאך דעם תנאי פון ”להעלות בקודש” על אחת כמה וכמה ואין מורידין איז דאך פארשטאנדיק, אז אדרבא, ווי ס'איז געווען דער יום אחד דעם ערשטן מאל ”בשעת בריאת העולם”, איז דערנאך אז מ'זאגט יום אחד אין די משך טויזנטער טעג לאחרי זה,
¶9און טויזנטער יארן לאחרי זה, און ס'קומט נאכאמאל דער יום אחד איז געווען בינתיים אן עלי' טויזנטער פעמים אין דעם יום אחד, במילא אויך פארשטאנדיק אין דעם אפטייטש פון יחיד,
¶10און אויך פארשטאנדיק אז דארט איז אויך עליות עד אין קץ, ובפרט נאך אז חסידות מנצח בא יעדערן, און גיט אויך כח אויף דעם, און באווייזט די וועג ווי אזוי מ'קען דערצו דערגרייכן,
¶11אזוי מ'קען גיין מחיל אל חיל בכל יום ויום, און נאך מערער ב”כל רגע ורגע”, נוסף אויף 'כל שעה' ושעה, ווי ער זאגט אין תניא,
¶12וואס דעמאלט ווערט דאך א צירוף חדש אין שמות פון הוי און אין שמות פון אדנ-י וכמדובר כמה פעמים, ווערט אויך א צירוף מלשון צירוף וזיחוך ובירור, ביז אן עלי' און בפרט נאך אז ס'קומט צו נאכאמאל א שבת לאחרי פון דעם ”יום ראשון שלפני” זה,
¶13און ס'קומט א נייער שבת, וואס דעמאלט איז געווען די עלי' ווי בכל שבת, אבער ס'איז דאך ניט ווי בכל שבת אדרבא, אין יעדער שבת איז דאס מערער ווי ס'איז געווען אין דעם שבת שלפני זה, על דרך זה אויך אין יום ראשון שלאחרי זה,
¶14וואס אין פסוק אין תורה ווערט דאס אנגערופן יום אחד איז דאס א יום אחד אין עלי' אין די ענינים פון אחד טויזנטער מאל במשך השנים שעברו, און אף על פי אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס מערניט וואס ”מזלי' חזי” און ננהו לא חזי איז וויבאלד אבער אז ”תורת אמת” איז מעיד,
¶15אז אזוי איז די מציאות איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'גיט אים אלע כוחות ער זאל קענען אויסנוצן די מציאות בשלימותה, פונקט ווי ער וואלט געוואוסט אויך בחכמת בינה,
¶16דעת שלו, די הסברה ודבר, ביז אויך אין הרגש הלב, און ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך” בהנוגע לפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר” האט ער די אלע ענינים אויף צוגעגרייט אז ער זאל קומען אז ס'קומט דער יום ראשון, ובפרט אז דער יום ראשון איז יום אחד בגלוי,
¶17ווארום ס'איז אויך ווי אין קביעות אין שבוע זה איז דאך דאס דער טאג פון יו ט' כסלו, און אויך דער סיום וחותם פון דער וואך איז דאך ”יום ראשון של” חנוכה, וואס דאס איז דאך אויך ”הנרות הללו אין בטלין לעולם” אויך דער ענין פון נצחיות,
¶18איז דער רמב'ן מפירוש בארוכה ”אין פרשה בהעלותך את הנרות” וואס דאס גרייט אויך יעדער אידן צו, אז ער זאל מעלה זיין די ”שבעת קני המנורה” פון זיינע שבע מדות,
¶19און זאל די מעלה זיין אין אן אופן אז ס'זאל זיין כולם 'מקשה זהב' און ס'זאל זיין אינגאנצן אין איין מנורה, און כל הנרות זיינען דאך מאיר אל מול הנר האמצעי, אדער דער נר השני, לויט די צוויי דיעות ווי דעם נר איז געשטאנען, וואס ביידע ענינים איז דאך דא אין 'עבודת האדם', וכמדובר כמה פעמים.
¶20ועוד והוא העיקר, אז יעדערער, צי ער האט דאס אין זיין 'חכמה בינה' ודעת, אדער ער דארף ערשט לערנען דעם ענין על פי ביאור החסידות, כמדובר כמה פעמים,
¶21האט ער אבער די גאנצע צוגעגרייטקייט, אז בנוגע למעשה זאל ער קענען אויסנוצן די אלע הכנות און די אלע פעולות וואס זיינען געווען אין יעדער ”יום ראשון בשבוע”,
¶22זינט דעם ערשטן יום הראשון בשבוע וואס איז געווען בשעת 'בריאת העולם', ועל דרך זה זינט דעם ערשטן יום אחד, 'יום ראשון בשבוע' וואס איז געווען לאחר מתן תורה, ווען ס'איז בטל געווארן די גזירה, און עליונים און תחתונים איז געווארן איין און איינציקע זאך אחד,
¶23ביז נאכמערער יחיד, און דאס ווערט אזוי אויך צוגעגרייט אפילו אט די וואס 'מצד עצמם', וויבאלד זיי געפינען זיך אבער אין א בית הכנסת און א בית המדרש שנשיא דורנו פון רבי'ן דער שווער, און אויך א בית שמגדלין בו מעשים טובים כמדובר כמה פעמים,
¶24איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס אליין גיט כח, אפילו ווען ער ווייס ניט די הסברה בדבר, און אפילו ניט מרגיש אין הרגיש הלב, בהנוגע אבער למעשה הוא העיקר איז האט ער די אלע ענינים צוגעגרייט, ער זאל אויסנוצן די אלע ”יומי ראשון בשבוע”, יום אחד בשבוע זינט, דעם ערשטן מאל ”בשעת בריאות העולם”,
¶25על אחת כמה וכמה זינט דעם ערשטן מאל לאחרי מתן תורה, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט מתן תורה פון 'פנימיות התורה', וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט יט"ס כסלו, כמדובר כמה פעמים.
¶26ועוד והוא העיקר, אז ס'ווערט גלייך די כל הענינים פון שבעת ימי בראשית, אפגעשפידלט אין כתיבת קני המנורה, כתיבת מדות פון יעדער אידן,
¶27וואס איצטער איז דאך דער 'עיקר העבודה' בהנוגע צו די ”שבעה מדות, משא'” כן דער ענין המוכן איז דאס מערניט אויף וויפל מ'דארף דאס האבן אויף דער עבודת המדות,
¶28און דער 'עיקר העבודה' במוכן וועט זיין בקרוב ממש אין די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין אויך דער כיבוש פון ”עשר אומין, משא'” כן איצטער איז דער כיבוש פון שבע אומות,
¶29על דרך זה אויך בהנוגע דער כיבוש פון שבע מדות האדם, איז אף על פי וואס אין עבודת המוחין דער שלימות וועט דאס זיין ערשט לעתיד לבוא, איז שוין דא דער ענין פון ”תועמי' חיים זכו” ובפרט על ידי תורת חב"ד, האט מען געגעבן יעדערן אויף טועם זיין פון תורה לעתיד לבוא, וואס דאס איז דאך אין 'פנימיות התורה',
¶30און אראפגעגעבן און ארויסגעגעבן ביז אין אן אופן פון 'חכמה בינה' דעת, און ס'ווערט א ”יחוד נפלא שאין יחוד” כמי' נמצא כלל, ווי ער איז מפרש אין ספר תניא קדישא כליך בתחילתו, וואס א לימוד על ”ידי חכמה בינה” דעת טוט אויף ביז א ”יחוד נפלא”,
¶31והוד והוא העיקר, בעיקר בנוגע צו דעם ענין המעשה, לכל לראש זאל מען אויסנוצן דעם המשך פון י'ט' כסלו, די מעשה הוא העיקר אויף מאכן התוועדויות ב”כל מקום שאפשרי”, און דארט וואס מ'האט געמאכט און מ'האט זיך געכאפט אז מ'האט געקענט מוסיף זיין נאכמערער,
¶32אדער וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען נאך א פאר שעה, איז אז זיכער איז זיין אז מ'שטייגט קען מען מושב זיין נאכמערער, זאל מען נאכאמאל איבער'חזר'ן די התוועדות אף על פי אז מ'האט זיך שוין איין מאל מתוייד געווען דעם יט' כסלו,
¶33ובפרט אז דער עיקר פארברענגען פון יט' כסלו איז דאך על דרך ווי ס'איז געווען די גאולה בפועל, פון דעם אלטן רבי'ן, איז ער ניט נאר לאחרי חצות היום, נאר בלילה ממש, און נאכמערער אריינגעצויגן ביז אין חנוכה, כמסופד אין לקוטי דיבורים פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער,
¶34ווי אזוי דער אלטער רבי איז דערנאך פארנדיק פון פטרערבורג לאחרי השחרור, ביז וואנענט ער איז אנגעקומען לביתו, האט דאס גענומען עטלעכע טעג, ביז וואנענט אז ער איז שוין געווארן אין מטני חנוכה,
¶35וכמדובר כמה פעמים, און אויך אפגעדרוקט אין ניקוטי דיבורים די נקודות בזה.
¶36און זיכער איז חסידים האבן אין דערויף נאך מסביר געווען און אויך דערמאנט אויף שוין נאך פרטים.
¶37ועוד והוא העיקר בנוגע לפועל, וואס דאס איז דאך דער ענין המעשה איז, אז מ'זאל ממשיך זיין די וואס האבן שוין זיך מתוואר געווען ווי יט' כסלו שנת שנת שנת ניסים,
¶38עאכו"כ אז דער התחייבות בזה, און דער זכות בזה ליגט נאכמערער אויף די וואס מאיזו ”סיבה משונה האבן” דאך ביז איצטער דאך ניט געמאכט קיין התוועדות בייטת כסלו זה,
¶39זיי זאלן געמאכן ”ביתר שאת וביתר עוז”, און נאכמערער אויך משלים זיין, דורך דערויף וואס מ'וועט מעורר זיין דעם כל הנמצאים סביביהם,
¶40אויך אט די וואס האבן שוין פארבראכט דעם יט' כסלו אז מ'זאל דעם צווייטן מאל אדער מוסיף זיין וכו', און אזוי ממשיך זיין פון ”יום ראשון אין” די ימים שלאחרי זה, ובפרט אז דאס איז דאך א יום אחד,
¶41און מ'זאל זוכה זיין בקרוב ממש אז ”ביום ההוא יהי' הוי' אחד ושמו אחד”, ווי אויך פארבונדן מיט דער הפטורה פון דעם שבת במילא הזלינין, וואס ס'וועט זיין ”והיתה להוי' המלוכה”, און ס'וועט זיין א יום אחד און 'שמו אחד' בגלוי, ובפרט על פי הביאורים פון תורת החסידות, דער חילוק פון הוי' אחד און 'שמו אחד',
¶42און די אלע עליות שבזה, ביז אין סוף, ביז איין נקודה ממש, מיט עצמות ומהות, 'ובשמחה ובטוב' לבב, בפרט אז מ'איז זיך מסיים מיט נתינת צדקה, מאכן יעדערן פאר א שליח, ווי דער אלטער רבי האט זיך אויך מקשר געווען זיין ארויסגין לחירות מיט דעם ענין פון צדקת ארץ ישראל,
¶43ווי ער שרייבט אויך אין זיין אגרת, אגרת קטאונתי וכמדובר כמה פעמים.
¶44וואס אזוי איז דאך אויך האט מען דאך דעם נתינת-כח פון רבותינו נשיאינו, אז יעדערער זאל מאכן ארץ ישראל וואו ער געפינט זיך, אן קיין אונטערשייד.
¶45ואדרבא, כי יתרון להם מן החושך איז דוקא אין חוץ לארץ קען ער מאכן נאך מערער ארץ ישראל, ביז ”ארץ רצתה לעשות רצון קונה”, און ווי דערמאנט פריער, ניט נאר אריצה, נאר אויך זיינען אים נרדפה אין אן ענין פון רדיפה.
¶46והוד והוא העיקר, אז מ'זאל דאס טאן בפועל, ובמעשה בפועל, און ממשיך זיין דערנאך אין די ימים שלאחרי זה, ובפרט נאך אז מ'ווייס אז די אלע ימים ווערן דערנאך נתעלה אין דעם שבת שלאחרי זה,
¶47וואס דאס איז שבת דער יום ראשון פון ימי החנוכה, וואס חנוכה איז דאך אויך פארבונדן ”הנרות הללו” אים בטלין לעולם ווי דערמאנט פריער, וואס דער רמב"ן איז מפרש,
¶48והי רצון, אז וויבאלד אז די גאולה האמיתית ושלימה קומט גלייך אין יט' כתבו שנת תשנ"ב כל מקום שהוא, איז בדרך ממילא פארשטאנדיק, אז חנוכה פראווענט מען אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” אין ארץ ישראל, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש,
¶49און דארטן גופא אין הר הקודש, און דארטן גופא אין בבית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, ומתוך שמחה וטוב לבב.