transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1לחיים ולברי אזוי
¶2ווי ”מנהג ישראל תורה” הוא ובפרט א מנהג וואס איז פארבונדן מיט תורה איז איר פירט זיך בא חלוקות השעס, אז מ'זאגט א פאר ווערטער לכל הפחות מעין פון אהדרין בהנוגע לסיום ובהנוגע להתחלה.
¶3דער סיום פון שעס פון גמרא, פון מסכתא מיט גמרא איז דער ”תנא דבי אליהו כל השיני הלכות בכל יום, מובטח לו שהוא בן עולם הבא”.
¶4”שנאמר הליכות עולם לו, אל תקרי הליכות אלא הלכות” דאס הייסט, אז דער וואס וועט לערנען הלכות יעדער טאג איז ער בטוח, איז א זיכערע זאך, אז ער וועט האבן אז ער וועט זיין אין עולם הבא.
¶5און מ'לערנט דאס אפ, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ”הליכות עולם לו”, וואס דער פירוש הפשוט איז אז די הנהגה פון דער וועלט געהערט צו דעם אויבערשטן, און די וועלט פירט זיך ווי דער אויבערשטער וויל?
¶6זאגט ער, תנו דבי אליהו אז ”אל תקרא הליכות” דו זאלסט ניט לערנען לייענען דעם ווארט הליכות נאר דען מיט נקודות, מיט א למיד, מיט א קמות, וואס דאס מאכט הלכות,
¶7און דאס גייט אז דורך הלכות וועט זיין דער עולם לו, וועט זיין דער עולם הבא לו צו דעם מענטשן וואס לערנט.
¶8וואס לכאורה איז דאך ניט פארשטאנדיק וואס איז דאס מכריח איבער אנדערשן דעם פירוש הפסוק, און אויך איבער אנדערשן די נקודות.
¶9וואס ובפרט נאך אז ידוע דער כלל וואס דער שלא ברענגט אראפ אין זיין חלק תורה שבעל-פה אין כלל פון אל תקרי, אז ווען דרשנטן אל תקרי איז דא צוויי אופנים.
¶10אדער אז ס'איז דא א הכרח אין פסוק, אז מ'דארף לייענען אין אן אנדער אופן.
¶11אדער אז דער פסוק איז מערניט ווי אן הסמכתא נאר וואס דען, אזוי ווי די זאך איז געווען מקובל, און מ'האט איר געוואוסט פון פריער, און מ'האט געוואלט אז מ'זאל דאס געדיינקען האט מען דאס סומך געווען און פארבונדן מיט א פסוק.
¶12אין דעם ענין פון כל השיני הלכות איז ניטא אין ערגעץ אז ס'זאל זיין א דבר מקובל, אז דוקא דורך לערנען הלכות, און ניט חלק הגדה וכיוצא בזה, און דוקא בכל יום און ניט צוויי הלכות אין איין טאג, און אין א צווייטן טאג זאל מען אינגאנצן איבערהיפערן איז דאס איז תנאים אויף זיין בטוח אז מ'וועט זיין בעולם הבא,
¶13במילא איז דאך דערפון משמע אז פון פסוק ברענגט מען א ראי' איז דאך ניט פארשטאנדיק וואו איז דער הכרח אין פסוק?
¶14אויף משנה זיין סיי דעם פירוש און סיי דעם ניקוד.
¶15ס'איז דא מפרשים וואס זיינען מפרש, אז ס'איז אזוי ווי ס'שיקט זיך ניט זאגן דעם ווארט הליכות אויף וועלט נאר אויף בני-אדם, וואס זיי זיינען מהלכים, איז דערפאר טייטשט מען דאס אין אן אנדער אופן.
¶16אבער דאס איז ניט פארשטאנדיק, הליכות איז אפילו ווען דאס איז פארבונדן מיט א מענטשן, מיינט מען דאס ניט דוקא ער זאל גיין פון איין ארט אין א צווייטן, נאר דאס מיינט מען ווי ער פירט זיך, במילא איז דאך שייך זאגן מצד דעם פירוש אין הליכות אז דאס איז עניני הנהגות איז דאס שייך זאגן אויף וועלט פונקט ווי דאס איז שייך זאגן אויף א מענטשן,
¶17נאר דער פירוש אין דעם איז דאס על דרך ווי דער שלמה ברענגט דארט אראפ אויף תקרי בנייך אלא בינייך אמר ר' אליעזר אמר ר' חנינא אז דארט איז דער הכרח אז וויבאלד ס'שטייט ורב שלום בנייך א צווייטן מאל בנייך, ס'האט דאך געקענט שטיין ”וכל בנייך לימודו ה ורב שלמה”,
¶18וויבאלד אז ס'שטייט אן איבעריקער ווארט איז א סימן אז דאס איז אנדערע בנייך, דערפאר זאגט ער אלא ”תקרי בנייך אלא בונייך”.
¶19דער זעלבער הכרח איז אין דעם פסוק אויך.
¶20ווארום אין דעם פסוק שטייט פריער רעה ”וימודד ארץ רעה ויתר גויים” ”שחו גבאות עולם הליכות עולם לו” וואס דאס גייט אויף מתן תורה,
¶21וואס ווי די גמרא דארפשט ניט אין עבודה זרה, און וואס בא מתן תורה איז געווען ”שחו גבאות עולם” די גאנצע וועלט האט זיך געטרייסלט.
¶22און דערנאך זאגט מען ”הליכות עולם לו” אז תורה האט אנגעוויזן ווי אזוי וועלט דארף זיך פירן, אבער מצד דעם פירוש האט דאך ניט געדארפט שטיין נאכאמאל עולם, מ'האט דאך געקענט שטיין הליכותיו לו פונקט אזוי ווי דער שלא איז מפרש אז דארט האט געקענט שטיין ורב שלומם אזוי האט דא געקענט שטיין ”שחה גבעות עולם און הליכותיו לו” צו דעם אויבערשטן.
¶23און דערפאר איז דאס מכריח, על דרך ווי דארטן איז מכריח ”אל תקרי בנייך אלא בינאיך” איז דא מכריח אז דאס מיינט מען ניט דעם עולם וועגן וועלכן ס'רעדט זיך פריער.
¶24פריער רעדט זיך ”שך וגיבות עולם” מיינט מען דאס דעם 'עולם הזה', וויבאלד אז דא שטייט נאכאמאל דערמאנט דער ווארט עולם איז א סימן אז דאס רעדט זיך וועגן אן אנדער וועלט, וואס דאס איז די וועלט פון עולם הבא.
¶25וואס אין יענער וועלט איז פונקט אט דא, איז די הנהגות פון 'עולם הזה' הענגען אפ אן ”חוקי הטבע” און אן ”דינא דמלכותא דינא” און אן כמה ענינים, אין עולם הבא, וואס דאס איז דאך אן עולם האמת, און אן עולם שכולו טוב, איז די הנהגות פון עולם הבא זיינען הלכות פון תורה,
¶26וואס דערפאר איז בדרך ממילא, וויבאלד אז עולם איז אן אנדער וועלט, איז ווערט בדרך ממילא ”אל תקרי הליכות אלא הלכות”.
¶27על דרך זה איז אבער די קשיא אויף סיום פון ששה סדרי משנה די גמרא ענדיקט זיך מיט דעם תנא דבי אליהו, ס'איז דאך אבער דא מסכתות וואס אויף זיי איז קיין גמרא ניטא, מערניט ווי משנה?
¶28איז די לעצטע איז מסכתא אוקצן.
¶29און זי ענדיקט זיך פון למטה הקב"ה ”כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, שנאמר” אז די שם ”עוז לעמו יתן” אז די שם יברך 'את עמו' בשלום.
¶30אויב מ'איז מדייק אין סיום פון גמרא, אז ס'האט געקענט שטיין הליכותיו לו און וויבאלד אז ס'ווערט איבערגע'חזר'ט נאכאמאל עולם איז א סימן אז דאס איז נאך אן ענין ניט דער פריערדיקער עולם איז דער זעלבער הכרח איז דאך דא אויפן פסוק פון ”ה' עוז לעמו יתן” אז די שם יברך 'את עמו' בשלום האט דאך געקענט שטיין,
¶31אז די שם ”עוז לעמו יתן ויברך את עמו בשלום”.
¶32וויבאלד אז ס'שטייט נאכאמאל אז די שם ”יברך את עמו בשלום” איז א סימן אז דאס איז נאך אן ענין אין שם.
¶33וואס אט דאס איז בכללות, וואס די גמרא זאגט אין ראש השנה אויף הוי ויקרא הוי' הוי'א-ל רחם וחמן שטייט דאך צוויי מאל הוי אז דאס איז ניט דער זעלבער ענין, ס'איז דא הוי"ה שם קודם שיחטא, און ס'איז דא א שם לאחרי שיחטא וישוב.
¶34וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז כאטש אפילו דער אויבערשטער איז דאך אחדות הפשוטה, וואס לכאורה איז ווי איז שייך זאגן איין מאל א שם און א צווייטן מאל א שם איז דער פסוק מכריח, אז דאס איז ניט די זעלבע דרגות, ס'איז דא איין ה' קודם שיחטא, און ס'איז דא דער צווייטער ה' לאחרי שיחטא.
¶35וואס על דרך זה איז אויך דא דער הכרח אין תחילת השס די תחילת השס הויבט זיך אן מיט דער מצוה פון קריאה שמה, ”מימתי קורין את שמה” פריער בערבי און דערנאך בשחרית.
¶36וואס אין דעם פסוק פון ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” איז דא צוויי ענינים.
¶37אין דערויף איז דא דער ענין פון מצוה לייחדו, און ווי דער רמב"ם שרייבט אין אנהויבס הלכות יסודי התורה, אז דער ענין פון לייחדו, אז ה' איז אחד און איין אחדות כאחדות פון דעם אויבערשטן, איז וענין זה איז דאס מצות עשה הוא,
¶38שנאמר ”ה' אלקינו ה' אחד”, דערפון לערנט מען אפ מצות לייחדו.
¶39ס'איז דא נאך אן ענין אין דעם פסוק וואס דאס איז אן ענין של בדיבור.
¶40מצות לייחדו איז דאס אן ענין במחשבה, דאס איז ניט די מצוה באשטייט אין דעם אז ער דארף ארומגיין און רעדן אז דער אויבערשטער איז אחד די מצוה באשטייט אין דעם אז ער זאל וויסן ”וידעתו היום והשבותו אלא אבך”, אז דאס איז א שמחדם.
¶41ס'איז דא א צווייטער ענין אין דעם פסוק, וואס דאס איז די מצוה שבדיבור, דער ענין פון קריאה שמה.
¶42און די התחלת השעת הויבט זיך אן מיט דעם ענין ניט פון די מצות ליחדו, וואס דאס איז א מצוה שבמחשבה, נאר אין דעם זעלבן פסוק, אבער אין דעם ענין וואס דאס איז פארבונדן מיט דיבור.
¶43וואס לכאורה איז דאס גופא ניט פארשטאנדיק, מחשבה קומט דאך פאר דיבור.
¶44איז אמת טאקע מ'האט געוואלט אנהויבן דעם שס, ווי מהרי מטרני זאגט, ר' ישעי' מטרני זאגט, מצד ”דרשית חכמה יראת” ה מיט דעם ענין פון יראת ה וואס דאס איז דער פסוק פון שמע ישראל ”השם אלקינו השם” אחד אבער אין דעם פסוק גופא איז דאך פריער קומט דאך מחשבה און דערנאך קומט דיבור, האט מען נאך געדארפט אנהויבן מיט די מצוות שבמחשבה.
¶45נאכמערער, מ'געפינט אז אפילו אין די מצוות שבדיבור איז אויך דא מחשבה, ווארום אין דערויף איז דאך מחולק, אין כל התפילה כולה איז דאך אויב ער האט געדאווענט ולא כיוון איז יצא, אחוץ פסוק קריאת-שמע של קריאת-שמע ”וברכה ראשונה של” אבות,
¶46איז דער עיקר מצות קריאת-שמע, וואס דאס איז קריאת-שמע דרבינו, אז מאויר ידו על אפו און האט געזאגט שמע ישראל ”השם אלקינו השם” אחד, אט דאס איז די קריאת-שמע של רבינו הקדוש, איז אין דעם פסוק מוז מען האבן מחשבה, אבער וועגן וואס רעדט ער אין משנה?
¶47הויבט ער אן מימת הקוראים, מיט דעם ענין וואס דאס איז בדיבור.
¶48און אין דער מצוה גופא איז דא דער זעלבער דיוק.
¶49לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, ס'האט דאך געדארפט שטיין שמע ישראל השם אלקינו אחד וואס שטייט א צווייטן מאל א שם?
¶50פונקט ווי ס'שטייט אין דעם פסוק אז שם ”עוז לעמו אתון” אז שם יברך 'את עמו' בשלום.
¶51דער ענין פון ”כל השיני הלכות בכל יום” כפשוטו איז דאך דאס הלכות פסוקות בהנוגע צו הליכות ”עולם, הליכות עולם כפשוטו אין” 'עולם הזה'.
¶52וואס דאס איז דאך דער צווייטער כלל וואס ס'איז דא אין דעם ענין אין דעם לימוד, אין אופן הלימוד פון אל תקרי אז ניט מ'איז מבטל דעם פריערדיקן נוסח הפסוק און מ'זאגט אז מ'זאל לייענען מערניט ווי דעם אל תקרי, נאר מ'דארף האבן ביידע זאכן צוזאמען.
¶53וואס דערפאר איז דאך אין זאגט מען אויך אין 'השונה הלכות', ”אל תקרי הליכות אלא הלכות”, איז דאך דער גאנצער ענין פון הלכות באשטייט אין דעם דאס איז ניט דער ”פלפול של תורה”,
¶54דאס איז הלכות פסוקות ווי ס'דארף זיין ”הליכות עולם” ווי מ'זאל זיך פירן אין 'עולם הזה' הגשמי, ווארום די הלכות זיינען דאך ניט געגעבן געווארן למלאכים, דאס איז דאך געגעבן געווארן לנשמות בגופים.
¶55און כדי מ'זאל וויסן אין דער ”הליכות עולם לו” ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן בהנהגתו בעולם הזה און ווי ער זאל אנפירן מיט דער וועלט און ווי גערעדט פריער, אז א איד איז באלעבאס אויף וועלט און הנהגות העולם פירט ער אן דערמיט, איז כדי דאס צו וויסן דארף זיין דער שני הלכות דארף ער לערנען די הלכות פסוקות שבתורה.
¶56וואס האט ער דעם שכר?
¶57איז אין דערויף קומט דער אל תקרי א מסובב מזה, אז ער ”מובטך לו שהוא בן עולם הבא” אז ער לערנט דערנאך די הלכות אין עולם הבא.
¶58ווי ער זאגט אין תניא, אז דער שכר פירוש פון דער מצוה, שכר מצוה מצוה, אז אין וואס באשטייט דער שכר קומט פון דער מצוה אליין.
¶59דאס איז ניט עפעס אן ענין צדדי וואס מ'האט דאס צוזאמענגעפארט מיט דער מצוה, אין תורה איז ניטא קיין ענינים וואס קומען זיך צוזאמען בדרך מקרא, אויב דאס איז א סיבה מיט א מסובב איז א סימן אז ס'האט א שייכות צווישן זיך.
¶60וויבאלד אז דאס איז א שכר פאר דעם שיינע הלכות איז דאס דערפאר וואס ער בויט-אויף דעם עולם הבא.
¶61אזוי ווי ס'איז דאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” זאגט ער דאך אין זהר כך ”בר נש אסתכל” ועסיק באורייתא וקיים ”עלמא וברא עלמא”?
¶62בשעת א איד לערנט תורה איז ער בורא עולמות, על דרך ווי ”כל המקיים מצוה אחת” איז ער בורא א מלאך, איז אט אזוי ווי ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” ביי דעם אויבערשטן,
¶63האט דער אויבערשטער געגעבן כח אידן, אז ווי ער זאגט אין מדרש, אז מה אני יצר עולמות איז אף יעקב בו יצר עולמות וואס אט די עולמות וואס א איד בויט-אויף דורך זיינע עבודת ה דאס ווערט זיין שכר, וואס דאס איז זיין עולם הבא.
¶64וואס דאס איז בדוגמא אזוי ווי גערעדט פריער, אז איד איז בעל-הבית אין 'עולם הזה', און ער בויט-אויף די וועלט, אויב נאר ער האלט זיך אן אן תורה ומצוותי אט אזוי איז אויך בהנוגע לעולם הבא, איז אויב ער איז שוין הלכות בויט ער אויף דעם עולם הבא, און אט דאס איז זיין שכר מצוה ווערט דאס פון זיין מצוה.
¶65וואס אט דאס איז דער אל תקרי, ווי דער כלל אין אל תקרי, אז דאס קומט נאכן פירוש הפסוק כפשוטו, קומט דערנאך דער ”מובטח לו שהוא בן עולם הבא”.
¶66וואס וואס איז דער ענין וואס ס'טוט זיך אויף?
¶67אז ער דארף לערנען תורה כדי צו וויסן ווי פירן זיך אין וועלט, דערנאך בויט ער אויף א וועלט.
¶68וואס אט דאס איז בכללות, אז פריער לערנט מען תורה כדי צו וויסן ווי צו טאן אין וועלט, און דערנאך איז מען מוסיף אין וועלט דורך דעם לערנען תורה.
¶69וואס דאס איז על דרך ווי מ'האט גערעדט פריער אין מאמר, אז ס'איז דא די עלי' מלמטה למטה, ווערט דערנאך די 'המשכה מלמעלה' למטה, און אין אותיות פשוטים, אז בשעת ס'איז דא דער ”הקב"ה עוזרו” כדי ער זאל זיך פירן ווי על פי תורה איז,
¶70איז אט דעמאלט זאגט מען, אז ישראל מוסיפים כח בפמליא של מעלה ווי די גמרא זאגט אין שבת ”הי' לך לעזרוני” אז ער האט געדארפט אז א איד האט בכח אויף מוסיף זיין ”כח כביכול למעלה”, ”יגדל נא כח אדנ"י” דורך וואס?
¶71דורך דערויף וואס ער האט פריער דעם מזר של הקב"ה פירט ער זיך בענינו ווי דער אויבערשטער וויל קומט דורך דעם צו, ”יגדל נא כח אדנ"י” דורך דעם עדן'ס ארבעט דא למטה.
¶72וואס אט דאס איז בכללות וואס מ'פרעגט דאך די קשיא, מ'זאגט אז 'ירידת הנשמה' למטה איז דאס 'צורך עלי' וואס אין וואס וועט באשטיין די עלי אז די נשמה ”תשוב אל האלקים אשר נתנה” איז דאך דאס געווען קודם הירידה אויך,
¶73נאר בשעת מ'קערט זיך אום ”אל האלקים אשר נתנה” קערט מען זיך אום מיט א תוספת כח, ווי גערעדט פריער, ותחלימוני ותחיוני אז ס'ווערט גאר אן אנדער לעבעדיקייט.
¶74וואס אט דאס איז די כללות הענין פון דער מעלה פון בעל תשובה אויף א צדיק, וואס א צדיק איז דאך קיינמאל ניט אראפ פון ריכטיקן וועג, במילא איז דאס ביי אים א דבר רגיל און א דרך רגילה און א הנהגה רגילה, האט ער אין דערויף א געשמאק, ס'איז אבער אן התפעלות, ער גייט 'תמידים כסדרן'.
¶75אט דער וואס איז געווען בארץ צי' ועייף, און דערנאך האט ער זיך דערפון אפגעריסן און האט תשובה געטאן און איז צוריקגעקומען בקודש האט ביי אים דעמאלט דער בקודש גאר אן אנדער טעם און אן אנדער פארגעניגן, אן אנדער תענוג בזה.
¶76וואס אט דאס איז בכללות, דער תכלית 'יורידת הנשמה' בגוף, ווי ער איז מבאר בארוכה אין המשך פון רס ס'ו", אז דאס איז ”משל לבן מלך”, וואס בשעת ער איז געווען מיטן מלך צוזאמען האט ער געהאט אלע זיינע כשרונות, מ'האט אבער ניט געוואוסט ווי גרויס זיי זיינען און וואס זיי זיינען און וואס מ'זיי טוט זיך.
¶77בשעת מ'האט אים אוועקגעשיקט אין א ”מדינה רחוקה מן המלך”, וואס אט דארטן האט ער די געלעגנהייט אז ער זאל שטיין בנסיונות און ביישטיין דעם נסיון, אט דעמאלט איז דאס גורם הנחת רוח גדול ביותר, און ביי אים ווערט אויך דער יוקר של המלך באופן יותר גדול.
¶78ווארום תענוג תמידי ווי דער לשון פון דעם מגיד ”תענוג תמידי איז אינו תענוג”.
¶79וואס אט דאס איז דער 'כללות ענין' 'ירידת הנשמה', וואס כל ישראל איז דאך ”בני מלכים הם”, איז אט דער בן מלך איז ער יורד ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא” ער נידערט אראפ אין 'עולם הזה' התחתון בגוף 'ונפש הבהמית',
¶80כדי דערנאך זאל זיין די עלי' אבער די עלי' איז ”ביתר שאת וביתר עוז” על דרך וואס ”במקום שבעלי תשובה עומדים” איז אפילו צדיקין גמורין מניחולין לעמוד שם.
¶81וואס אט דאס איז אויך פארשטאנדיק, אין וואס באשטייט א תענוג פון א נשמה?
¶82באשטייט דאס אין דעם דעת אלקי אביך, ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות תשובה און אין הלכות מלכים, אז אט דאס וואס נתאוהו ישראל וחכמים לימות המשיח איז דאס ניט קיין ענינים גשמיים, נאר כדי מ'זאל קענען לערנען תורה במנוחת הנפש, און מוסיף זיין אין תורה און גיין מחיל אל חיל ביז ”כמים לים מכסים”.
¶83דער גרעסטער פארגעניגן וואס מ'ווינטשט זיך, און וואס צוליב דערויף איז כדאי דער גלות מיט אלע יסורי הגלות, מיט ”חבלי משיח” איז כדי דערנאך זאל זיין דער ענין 'לימוד התורה', וואס דאס איז 'הבנה והשגה' אין אלקות, וואס דאס איז דער ענין פנימי שבתורה, מ'זאל וויסן צוקומען און פארבינדן זיך מיט נותן התורה.
¶84איז אין דערויף דא שני אופנים.
¶85ס'איז דא אן אופן וואס ער ווייס פון דעת אלקי אביך ער ווייס הוי' אין אן עבודה פון צדיקים, אדער נאכמערער בכללות, אין דער עבודה ”הנשמה קודם שירדה” למטה,
¶86זאגט ער דאך אויך ”חיי ה' אלקי ישראל אשר אמרתי לפניו” וואס דאס האט דאך געזאגט דער נביא נאך כה המעתי לפניו ווי ער איז מפרש אין מדרשים נאך קודם שירד הנשמה למטה איז ביי אים געווען דער ”המעתי לפני ה' אלקי” ישראל ער האט זיך דעמאלט אויך געפונען און געווען איינגעטונגט אין אלקות,
¶87דאס איז אבער אזא השגה והבנה אין אלקות וואס דאס איז אויך דער 'שם הוי' דער אלקות, דאס אבער ער דערגרייכט אויף אזויפיל ווי דאס איז א בן מלך וואס ער איז בתמידותין מלך ס'איז ביז דער תכלית העבודה פון עבודת צדיקים,
¶88וואס דאס איז קודם שיחתר איז דעמאלט איז אויך דא דער הוי דאס איז אבער הוי' קודם שיחתר דאס איז אן ענין פון עבודה פון צדיקים, דערגרייכט ער אין אלקות, ביז וואנענט אן עבודה פון צדיק דערגרייכט.
¶89ס'איז דא דער הוי' וואס קומט לאחרי שיחתב וישוב, ווען ער שטעלט זיך אין א דרגא פון בעלי תשובה, וואס אט דאס איז גאר ””אפילו צדיקים גמורים אין חולין” לעמוד” שם.
¶90וואס אט דאס איז אויך די שני ענינים וואס ער זאגט אין א שם מוז לעמי יתן אז די שם יברך איז שמי ואשלום.
¶91וואס אין דערויף איז דאך דא נאך א קשיא, בשעת די משנה וויל ברענגען א ראי', אז למטה הקב"ה ”קולי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום” האט ער געדארפט ברענגען מערניט ווי דעם צווייטן האלבן פסוק, אז ”ה' יברך את עמו” דורך וואס?
¶92דורך בשלום. צו וואס איז מיר דא נוגע דעם ערשטער האלבן פסוק פון ”ה' עוז לעמו אתו”.
¶93דער ענין פון שלום איז שייך צו זאגן בשעת ס'איז דא הפכים.
¶94בשעת ס'איז דא מערניט ווי איין זאך, ס'איז ניט שייך זאגן אז ער האט שלום מיט זיך אליין.
¶95ס'איז ניטא קיין שני צדדים, ניטא קיין טענות הפכיות, ס'איז מערניט ווי איין זאך, מיט איין סברא, מיט איין מסקנא, איז ניט שייך זאגן אז אין דערויף איז געווען שלום.
¶96בשעת ס'איז דא שני צדדים, און ס'איז דא צדדים הפכים, און וואס ס'איז דא בפרט נאך אויב ס'איז א מחלוקת ”מן הקצה אל הקצה” אט דעמאלט איז שייך זאגן דער ענין פון שלום.
¶97א נשמה קודם שירדה למטה, וואס זי געפינט זיך אין ”עולם האחדות”, דארט איז ניט שייך זאגן דער ענין פון שלום, דארט איז קיינמאל קיין פירור ניט געווען, ס'איז ניטא קיין התחלקות, ס'איז תכלית הפשיטות, איז אין וואס וועט מען דארט מאכן שלום אז ס'איז ניט שייך זאגן אנדערש.
¶98בשעת ס'איז דא א שר של אש און ס'איז דא א שר של מים, און נאך נידעריקע, בשעת ס'איז דא דער זה וזה מושלים אז ס'איז דא דער יצר טוב און יצר הרע אט דא דארף מען אנקומען צו דעם שלום.
¶99וואס אט דאס איז דער ענין, ס'איז דא דער הוי' קודם שיחטא אט דארט איז דארף מען ניט האבן דעם ענין פון שלום.
¶100קודם שיחטא ער ווייס מערניט פון תורה וקדושה, תורה ומצוות און קדושה, קיינמאל ניט געווען קיין ”קא סלקא דעתך” אז ס'זאל זיין עפעס אנדערש, ער האט ניט געהאט צו-טאן מיט מחלוקת, ער האט ניט ו בשעת דער אויבערשטער האט געגעבן אידן תורה, האט ער זיי געגעבן נאך דערויף ווען ער האט זיי געמאכט אין א דרגא פון צדיקים.
¶101וואס דאס איז דאך געווען בצאתם ממצרים, איז דעמאלט ”כפה עליהם הר כגיגית” וואס דערפון איז געווארן דער ענין פון אהבה רבה, ווי ער זאגט אין ”תורה אור”, ווי דער אלטער רבי בעל השמחה זאגט אין ”תורה אור”, בסופו,
¶102וואס דאס איז אויך ווי די גמרא זאגט, אז ”הקדימו נעשה לנשמע” אז דאס האט גאר צו שכל קיין שייכות ניט, די גמרא לערנט אפ פון יציאת מצרים און מעמד הר סיני די דינים פון גירות, וואס ”גר שנתגר כקטן שנאלו דמי” דאס איז געווען א מעמד ומצב פון צדיקים,
¶103במילא איז אט דער ה' מוז לעמו יתין איז דאס געווען א נתינה לצדיקים, וואס אין עוז אלא תורה וואס ווי מפרשים זיינען מפרש 'ה' עוז לעמוד יתן' גייט דאס אויף מתן תורה.
¶104וואס אט דעמאלט האט מען געהאט א השגה והבנה אין אלקות, ביז א צדיק קען דערגרייכן.
¶105וואס טוט אויף תורה? אז מיד תורה גייט מען אוועק אין וועלט, און אט דעמאלט מאכט מען אין דעם רשות הרבים פון וועלט מאכט מען אין דערויף שלום, אז דאס זאל ווערן ”רשות היחיד ליחידו של” עולם.
¶106דורך דערויף וואס ס'איז דא דער ”ה' עוז לעמו יתן” קען דערנאך זיין דער שלום, במילא קען דערנאך זיין דער ברכה לישראל.
¶107וואס אט דערפאר דארף מען ברענגען אויך דעם ערשטן האלבן פסוק.
¶108אויב ער וואלט געבראכט מערניט ווי דעם צווייטן האלבן פסוק וואלט מען ניט געוואוסט וועגן די צוויי דרגות השגה אין אלקות, און א שלום דערגריך צו די העכערע דרגא.
¶109בשעת מ'ברענגט דעם גאנצן פסוק, וואס דא ווערט דאך אויך די זעלבע שאלה ווי ס'איז דא אין ”הליכות עולם”, און די זעלבע שאלה ווי ס'איז דא ”אל תקרי בנייך” און די זעלבע שאלה ווי ס'איז דא אין שמע ישראל איז אט דאס איז מכריח צוויי ענינים, אז דאס איז א סאך העכערער ענין אין השגת אלקות, ווארום דאס איז דער צווייטער הוי און אט דאס איז אויך א סאך העכערער אופן אין שלום,
¶110ווארום מצד דערויף אז ס'ווערט נתגלה א העכערע דרגא פון אלקות פועל"ט דאס א ביטול אפילו אין דרגות נמוכות ביותר, וואס דעמאלט איז דער שלום דערגרייכט אהינצו אויך.
¶111ווי ידוע די דוגמא ומשל בזה, אז בשעת ס'קריגן זיך צוויי שרים, און צו זיי דערמאנען זיך אויפן ”מלך, אפילו אפס” קציהו פון גדלות המלך איז מצד דערויף וואס א שר האט א שייכות און א הבנה אין מעלת המלך,
¶112איז פאר אים כדאי גענוג צו דערמאנען זיך אפס קציהם פון דעם מלך אז זיי זאלן זיך אויפהערן קריגן, ווארום ער ווערט גלייך בטל, מערניט אז מ'וועט דערמאנט דעם שם המלך.
¶113בשעת ס'רעדט זיך וועגן אן אדם פשוט, אז ס'רעדט זיך וועגן אן איש כפרי, א 'בן כפר', וואס האט קיינמאל קיין מלך ניט געזען, און מ'וועט אים קומען דערציילן, מ'וועט אים דערציילן בדברים כל עניני המלך וועט דאס אויף אים ניט פועל זיין, ער האט אין דערויף קיין 'הבנה והשגה' ניט, און וועט זיך פירן מיט זיין הנהגה ווי ס'איז געווען פריער, איידער מ'האט אים דערציילט וועגן גדלות המלך.
¶114בשעת אבער ס'וועט קומען צוגיין דער מלך בכל עצמותו ומהותו מיט ”אקר תפארת גדולתו” אט דא ווערט דער כפרי אויך און מאכט שלום ער ווערט אויס מציאות, במילא איז דאס איז דער ענין פון שלום אין זיין מעמד ומצב.
¶115וואס מצד דערויף וואס דאס איז דער צווייטער, 'שם הוי' פועל"ט דאס אויך אויף א העכערן ענין אין שלום.
¶116וואס אט דאס איז אויך די שני ענינים וואס ס'איז דא אין דעם פסוק פון שמע ישראל ”השם אלקינו השם” אחד.
¶117וואס דאס איז אויך א ביאור וואס ער הויבט אן מיט מימות וקור נשמע בערבין ניט מיט בשחרית.
¶118וואס די גמרא איז דאך אויף דערויף מפרש, אז דאס איז כבריותו של עולם ויהי אראה 'ויהי בוקר' ס'איז דאך אבער ניט פארשטאנדיק, דער ענין פון קריאת שמע איז דאך אויף ניט וועלט, און ניט וועלט איז דאך פריער אור און דערנאך חושך.
¶119בשעת מ'הויבט אן פון וועלט האט מען פריער וועלט, און פון וועלט דארף מען קומען צוגיין צו מרום עיניכם און וויסן דאך אז ס'איז דא ליכטיקייט.
¶120בשעת מ'הויבט-אן פון א מצוה איז דאך פריער דא די מצוה און דערנאך טוט זיך אן די מצוה אין אן ענין גשמי.
¶121וואס על פי האמור, אט דאס איז אויך וואס אין שמע ישראל דארף מען האבן די ”שני פעמים הוי'” דערפאר וואס דאס איז ניט די 'הבנה והשגה' אין דער דרגא פון הוי ס'איז דא דער הוי' ”קודם שיחטא און לאחר שיחטא”, אט דער הוי' וואס דאס איז קודם בריאת העולמות, וואס ס'איז מערניט פארבונד
¶122וואס אט דאס איז הוי' אלקינו, ס'איז נאך ניטא קיין ”ז' רקיעים וארץ” און ס'איז ניטא קיין ”ד' רוחות העולם”, אבער הוי' אלקינו איז שוין דא ”במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים” איז דאס א שם אלקינו.
¶123און דערנאך קומט דאס אראפ למטה יותר, אין א 'שם אחד', ווי דער סמיג זאגט, אז דער חסד איז דאס רומי זאל ”ז' רקיעים וארץ”, און דער ד' איז דאס ”ד' רוחות העולם”, און אין זיי דארף מען ממשיך זיין א לופו של עולם וואס דאס איז דער אלף און אחת איז דאס אט די אלקות ווי ס'איז פארבונדן מיט נשמות שטייט דאס אין א טיפערן אופן און אין א מרק בגלוי'דיקן אופן,
¶124און פון אלקי ישראל פון אלקינו קומט ער שוין דערנאך אראפ אין מלך העולם אין אזא מין אופן אז ס'קען זיין א מציאות פון ”עולם מלשון העלם והסתר”, ווארום אלקות שטייט ניט אזוי אנטפלעקט ווי דאס איז אין א נשמה פון א אידן.
¶125וואס דערפאר איז דאך ידוע דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, פון בעל השמחה, אז א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסן פון אלקות, משא"כ אין וועלט איז דאך דאס נעשה 'לשון רבים', כל הרוצה לטות יבוא ויטה אין וועלט קען זיין א רצון אז מ'זאל וועלן טועה ז ער ווייס אז דאס איז ניט דער אמת,
¶126אבער ער וויל טובה זיין כדי ער זאל זיך קענען נאכגעבן אט די תאוה, די יובלת ”אדם תסלף דרכו”.
¶127וואס אט דאס איז די שני הוי'ס וואס ס'איז דא אין פסוק פון קריאת שמע, וואס דאס איז דער פריער הוי' אלקינו מיט נשמה און דערנאך הוי' אחד מיט אידן.
¶128דער עבודה איז דאך געגעבן געווארן, ווי גערעדט פריער דער ”רצוא הקב"ה לזכתא את ישראל”, אז יעדער איד זאל האבן א שייכות צו האבן א זכות, איז דערפאר איז ”הרבה עליהם תורה” ומצוות, אז אפילו דער וואס איז ניט שייך צו איין דרגא, איז עפעס צו א דרגא צו אן ענין אין תורה ומצוות אין אידישקייט איז ער שייך.
¶129וואס אט דאס איז, ווי ער איז מבאר בארוכה אין ספרי חקירה פון חוקרי ישראל אין ספר העיק און דער פנימיות הענין קומט דאס ארויס אין תורת החסידות, אז ”המעשה הוא העיקר”, אז עשי' לעולם וואס קען מען נעמען?
¶130דוקא אין 'מטה מטה' יותר אין ענינים שבעשי איז דערצו זיינען אלע שייכות, דאס קען מען מאנען בא אלע אידן, ס'רעדט זיך וועגן כוונה איז דא אזא וואס האט ניט קיין גוטע קאפ קען ער ניט מכוין זיין אפילו ווען ער וועט וועלן,
¶131עשי' בפועל איז וויבאלד אז ער האט א גוף איז א גוף איז שייך צו טאן, קען ער אנטאן תפילין אפילו ניט פארשטייענדיק די פירוש המילות פון דער ברכה, ברכת תפילין,
¶132אדער אפילו ניט וויסנדיק די כוונה פון תפילין, דערפאר וואס ער האט דאס ניט אין קאפ די כלים וואס זיי קענען דאס אויפנעמען דער לילבוש תפילין איז האט ער א גוף מיט רמ� אברים קען ער מקיים זיין רמ� מצוות עשה,
¶133און האט ער 'שסה גידים' קען ער זיך אויסהיטן פון 'שסה גידים' בהנוגע למעשה און דוקא דורך די ”עשי' לעילה” דורך דעם קען מען נעמען אט דאס וואס איז נאך העכער אפילו פון דעם ערשטן 'שם הוי' ווי ער זאגט אין זהר, אז ס'איז דא דער אנכי וואס ער שטייט נאך פאר הוי' אלקיך וואס דאס איז דאס וואס לא אתרמיז לא בשומות ולא בשום קוץ.
¶134וואס אט דערפאר, איז בשעת ס'איז דא די מצוה פון לעחדו איז דא נאך אן ענין פאר דעם.
¶135די מצוה פון ליחדו איז, אז אזוי ווי ס'איז דא א ”קא סלקא דעתך” אז דאס איז רשות הרבים דארף מען וויסן אז דאס איז ליחדו און אין אחדות כאחדותו יתברך, ס'איז אבער דא נאך א העכערע זאך וואס דארט איז פשיטות עצמה, דארט קען קא ניט זיין קיין ”קא סלקא דעתך” אויף אן ענין פון שניות.
¶136דורך וואס נעמט מען דאס? נעמט מען דאס דורך עשי' בפועל, וואס דאס איז ”הקימת שפתיו הוי מעשה” דער ענין פון דיבור אין דעם ענין פון קריאת שם.
¶137וואס דערפאר איז אין דעם פסוק וואס ס'איז דא די שני מצוות, די מצוות שבמחשבו די מצוה ליחדיל און די מצוות שבדיבור דער קוראין שם איז אמת טאקע אין השתלשלות 'מלמעלה למטה' קומט מען פריער אן צו מחשבו, דערנאך קומט מען צו דיבור, די נפקא מינה איז אבער אז דיבור מאנט מען בא יעדער אידן.
¶138ליחדו איז דארף ער שוין עפעס האבן א 'הבנה והשגה', אלקות און שניות און שולל זיין שניות, און נאך קודם ווי ער האט דערצו א שייכות ברגע הראשון וואס ער ווערט א מחוייב במצוות איז שוין דארף זיין דער ענין פון קורא נשמע כאטש אפילו ער איז נאך ניט צוגעקומען צו דער 'הבנה והשגה' אז ער זאל קענען מקיים זיין די מצוה ליחדו.
¶139און וואס דאס דערלאנגט נאך טיפער, מצד דערויף וואס דאס איז דער 'ראשית חכמה' איז דער יראת ה' אין דעם ה וואס דאס איז נאך העכער אפילו פון הוי' אלקינו, ווארום הוי' אלקינו איז שוין אויך אן אות און א קץ און א 'הבנה והשגה', און ס'איז דא דער אנכי וואס ער שטייט נאך פאר דעם הוי' אלקינו.
¶140וואס על דרך זה איז אויך אין הלכות שבתורה, איז דאך דא אין תורה חלקים שבתורה וואס זיי זיינען 'הבנה והשגה' וואס דאס איז דער 'פלפולא דאורייתא', די ”פלפולא של תורה”, דער שקלא וטריא.
¶141ס'איז דא ענינים פון תורה וואס זיי ווערן אנגערופן אגדה של תורה, וואס ווי ער זאגט אין מדרש אז דאס איז פון לשון המשכה אז דאס איז משך את הלב ס'איז דא ענינים הלכה, ער לערנט א טרוקענע הלכה, דאס איז פארבונדן מיט פלפול 'והבנה והשגה', ניט דאס איז משך את הלב ווי דער לימוד הגדה.
¶142און אט דא זאגט מען, אז וואס נעמט אט דער ענין וואס דאס איז א רצון פשוט, ווי ער זאגט ווי מבאר בארוכה אין אגרת הקודש השנה הלכה איז די הלכות פסוקות, וואס אין די הויבט זיך בדוגמא אויף דערויף ברענגט די גמרא פון ”הלכה למשה מסיני” וואס אין דערויף ניט שייך קיין מחלוקת און ניט שייך קיין שניות און ניט שייך קיין פירוד, קיינע ענינים ניט, איז דוקא דורך אט דער זאך וואס דאס א
¶143און ניט מושך את הלב, און ער איז דאס שוין, און ביי אים איז ניטא קיינע ענדערונגען צי דאס איז א וואכעדיקער טאג, צי א שבת'דיקער טאג, צי א יום-טוב'דיקער טאג, צי סמוך לשבת מלפניו צי לאחריו איז בכל יום ויום איז ער שוין א הלכה פסוקה, אט דאס גיט אים ניט נאר אין דעם ערשטן עולם, נאר דאס גיט אים אויך דעם צווייטן עולם.
¶144און ווי גערעדט דעם פירוש פון ”ברוך הוי' אלקיך ישראל מן” וואס אט דאס איז אויך דער זעלבער ענין ווי אין דער סיום המשנה, אז ווי אזוי קען מען האבן ברכתו של הקב"ה וואס דער אויבערשטער וויל דאך אז אידן זאלן האבן אלץ איז דאס ניט נאר די דרגא פון צדיקים,
¶145נאר אויך די דרגא פון בעלי תשובה, וואס דאס איז דער ענין פון שלום אז ”שלום שלום לרחוק ולקרוב לרחוק” שנעשה קרוב אט דאס איז דער ענין פון דעם שלום.
¶146וואס דעמאלט האט מען ניט די העכערע דרגא פון ד ס'איז דאך דא די מעלה בצדיקים וואס ס'איז ניטא בא בעלי תשובה, כמבואר הענין במקום אחר בארוכה.
¶147וואס אט דאס איז אויך וואס מ'זאגט אז דער אמיתית פון ”ה' יברך את עמו ושלם” וואס דאס איז דאך בביאת משיח וועט דעמאלט זיין אז ”משיח אתו לאתבא צדיקייא בתיובתא” ס'וועט זיין ביידע מעלות, סיי די מעלה פון בעלי תשובה וואס דאס דערגרייכט אין א העכערן ארט, סיי די מעלה פון צדיקים, וואס דאס איז דער ענין פון תמידין כצזבין, מצד דעם האבן זיי אן עולם מסודר.
¶148וואס אט דאס איז אויך וואס אין מצות קריאת-שמע הויבט מען דוקא אן מיט קריאת-שמע בערבי, ניט ביום, ניט בשחרות, וואס דער חילוק איז אין עבודת אדם, בשחרות בשעת ס'איז ליכטיק און ביי אים איז ניטא קיין פינסטערניש איז לייכטער צוקומען צום אמת,
¶149בשעת ס'איז ביי אים בא רוין ס'איז פינסטער אין וועלט, און ס'איז פינסטער ביי אים און דארטן מאנדן פון אים ער זאל זאגן ”ה' אלקינו ה' אחד” אט דאס איז די עבודה צו וועלכע יעדערע איז שייכות, אפילו דער בא וועמען ס'איז נאך פינסטער.
¶150וואס דאס איז על דרך דוגמא פון דעם טעם פארוואס ער הויבט-אן מיט דער מצוה שבדיבור, וואס איז אין דעם פסוק, ניט אין דער מצוה ליחדים.
¶151וואס אט דאס איז וואס אין די אלע דריי ענינים, סיי אין סיום הגמרא סיי אין סיום המשנה סיי התחלת השעת והמשנה, הויבט זיך אן פון ענינים כפולים, צי דער 'שם הוי'' כפול, וואס דאס ברענגט אראפ אז ס'זאל ארויסקומען פון הוי' פון הלמוד הוי' דללו קומט ארויס די הלמוד אתקסיא איין עולם, עולם הבא,
¶152פון דעם צווייטן הוי' וואס דאס איז הוי' דללתתא קומט ארויס 'עולם הזה', דער הלמוד אתגליא דער 'עולם הזה', און זיי אלע שטייען אין דעם זעלבן פסוק און זיי אלע נעמט מען דורך די עבודה פון קריאת-שמע,
¶153וואס זי איז דאך די כוללת כל המצוות כולם, ווי די גמרא ווי די משנה זאגט אין ברכות אין צווייטער אז למה קרדמה פרשה שמלא והיו אים שומע אז ס'דארף זיין פריער די קבלת-הויבן 'מלכות שמים' וואס דאס איז דער ענין פון פסוק ראשון די קריאת-שמע ביחוד, און דערנאך איז דער ענין פון מצוות דערפא�
¶154איז דורך דער קריעה שמיות אט דעמאלט נעמט מען אין אלקות סיי דעם ה' אלקינו סיי דעם ה' אחד, דערנאך נעמט מען סיי די ”הליכות עולם לו” כפשוטו, אז דאס איז דער שיעור ענין פון 'עולם הזה', סיי דער אל תקרי וואס דאס גייט אויף ”עולם הבא, כל העולמות כולם”,
¶155און מ'נעמט דאס אין אן אופן, אז דורך דערויף וואס ”ה' עוז לעמו יתן” אז אומעטום ווען ער גייט גייט ער מיט מיט תורה איז ”ה' יברך את עמו בשלום” נעמט ער ביחתו של הקב"ה און מאכט אומעטום שלום 'מלמעלה למטה' און 'מלמטה למעלה'.
¶156וואס דאס איז אויך בכללות דער ענין פון התחלת פון ספר התניא וסיום פון ספר תניא, וואס דאס איז דאך מיט מצוות שבת, וואס דער ענין פון שבת איז דאך אויך כולל די ביידע ענינים, די שבת בערב איז דאך ואיכולא השמים וארץ באופן פון 'מלמטה למעלה', דערנאך איז דאך דא אין שבת דער ענין פון ”וקרתו לשבת עונג” וואס דאס איז ממשיך תענוג אין אן אופן 'מלמעלה למטה', וואס דערפאר איז דאך אויך אין שבת,
¶157ווי ער איז מאריך אין אגרת הקודש בסופה, איז דא די שני ענינים, דער ענין פון זכור 'מלמעלה למטה', דער ענין פון שמור 'מלמטה למעלה', סיי די קו פון ”עשה טוב” סיי די קו פון 'סור מרע' און זיי ביידע ווערן נכלל אין דעם זעלבן טאג פון שבת אין אן אופן פון שלום.
¶158און די התחלה איז דאך אויך פון ”משביעין אותו תצדיק ואל תהי רשע”, וואס דאס איז דאך אויך די שני קוים, תהי צדיק איז דאך דאס דער קו פון ”עשה טוב”, 'ואל תהי רשע' איז דאך דאס דער קו פון סור מרעם פארוואס קען ער דאס אויספירן?
¶159דערפאר וואס ”משביעין אותו”, ווי ער טייטשט דאס אפ בכמה מאמרים בארוכה, אז על דרך ווי א שבועה גיט זיך א כחות נוספות מ'זאל קענען ביישטיין אלע נסיונות אט אזוי איז אויך דא משביעות און מ'איז אין אים ממשיך ממקור ועצם הנשמה, במילא קען ער מקיים זיין די שבועה אז היא ”צדיק ואל תהי רשע”.
¶160וואס דאס איז אויך דורך דערויף וואס מ'איז ממשיך מלמעלה מעלה פון דעם עולם וואס פון דארטן נעמט זיך די שבועה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון בין ישבאתי וואס ס'איז דאך ווי די גמרא איז מאריך אין שבועות,
¶161אין דעם גודל ענין השבועה, אז בשעת מ'האט געזאגט דעם ענין השבועה איז דעמאלט נזדעת אז ארץ ישראל תיום תפרסא על תיום פרסא וואס איז ניט געווען בא קיין ענין לולי זה איז פון דארטן איז מען ממשיך ביז אין ”הליכות עולם” מיט די שני ענינים, און דערנאך גייט מע
¶162אין דעם לימוד השעת מתחילה, אבער מיט א חיות נוסף מחדש, און מ'איז דאס דערנאך ממשיך פון דעם עולם ווי עולם שטייט אין תורה אין דעם עולם כפשוטו, אין דעם עולם התחתון, על מנת אויף מאכן פון דעם עולם התחתון דירה לו יתברך.
¶163לחיים ולחיים.