English
ספרייה
kind
paragraph
order
A
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דא נאך א פסוק וואס הויבט זיך אן מיט כ'א,"' און דאס איז דער פסוק וואס מ'האט ערשט פארענדיקט מנחה, אך צדיקים יודו לשמך ישוב ישרים את פניך, וואס דאס גייט דאך אויך אויף דער גאולה האמיתית והשלימה, דער פסוק הויבט זיך אן מיט אך, איז יהי רצון אז דאס זאל שוין זיין דער איין-און-צוואנציקטער טאג אין מנחם פון שנת תשמ ט די גאולה האמיתית והשלימה, און גלייך נאך דערויף וועט יעדערער פון אונז, און אלע צוזאמען מיט כלל ישראל, מקיים-זיין וואס ס'שטייט ווייטער אין פסוק אז ישבו ישרים את פניך. מ'וועט זיך אלע געפינען את פניך אין דעם בית-המקדש, וואס דארט איז דאך דער ענין פון יראה זכורך את פני הוי'אלקיך דארט איז דער אויבערשטער, פני הוי'אלקיך און ס'זאל זיין אין אן אופן הכי טוב, אין אן אופן פון התיישבות.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים