transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך ווי גערעדט מערערע מאל איז א כלל ביי אידן, אז אידן קלייבן זיך צוזאמען, ובפרט אזעלכע וואס האבן זיך ניט יטראפן א לענגערע צייט באגריסט מען זיך, מדם גופא, אז דאס ווערט אנגערופן א יום טוב, א גוטן טאג, וואס מ'טרעפט זיך אידן צווישן זיך, ובפרט נאך ווי ס'איז דאך א מנהג ביי אידן, ווי געזאגט,
¶2אז מ'הויבט אן מיט אן ענין של ברכה, אז איינער ווינטשט דעם צווייטן אלע גוטע זאכן, ווארום די ברכה מיינט מען דאך דעם עיקר די ברכה פון דעם אויבערשטן,
¶3וואס דער אויבערשטנ'ס א ברכה איז דאך כולל אלע גוטע זאכן, מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”, ווי גערעדט מערערע מאל, און ווי ס'איז דאך אויך פארשטאנדיק פון זיך אליין,
¶4אז וויבאלד אז דער אויבערשטער איז דאך דער מקור, דער קוואל, פון וועמען ס'נעמען זיך אלע השפעות, אלע גוטע זאכן וואס זיינען דא אין וועלט, איז דאך פארשטאנדיק, אז אן אמת"ע ברכה פון דעם אויבערשטן, און א ברכה פון דעם אויבערשטן מוז דאך זיין אן אמת"ע, איז כולל'ן זיך אלע ברכות, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות,
¶5און אין אן אופן אז פון טאג צו טאג דאס איז ניט ווי א מענטשלעכע ברכה, וואס ס'קען אמאל זיין א וואונטש און א ברכה אז דאס זאל מערער האלטן אין וואקסן, ס'איז אבער ניט קיין הכרח, ס'קען נאך זיין א באשטימטע ברכה אויף א באשטימטע צייט, דעם אויבערשטן'ס א ברכה, וואס ער איז דאך אין-סוף, איז דאך פארשטאנדיק,
¶6אז דאס איז אין צוגאב אז דאס הויבט זיך גלייך אן ווען דער אויבערשטער גיט די ברכה, און דאס איז אין זיך אויך כולל די אלע זאכן און די אלע טעג וואס קומען נאך דערויף, וויבאלד אז דעמאלט איז אויך ווערט נמשך און ווערט פארגעזעצט דעם אויבערשטן'ס רצון בכלל,
¶7ובפרט דעם אויבערשטן'ס רצון און ווילן, אויף בענטשן עמי ישראל, בענטשן יעדערן וואס געהערט צו זיין אידישן פאלק, א ”גוי אחד בארץ”,
¶8אן איין און איינציקער אויסגעטיילטער פאלק אין דער גאנצער וועלט, און איז דאך זיכער אז ס'ווערט אויך דערנאך פארגעזעצט, און אין אן אופן ווי אלע זאכן בא דעם אויבערשטן, אז ס'האלט אין איין וואקסן אין גוטסקייט און אין אפנקייט, ווי אזוי דער גות איז אן אנטפלעקטער גות,
¶9און דאס ווערט אויפגענומען, דאס ווערט געגעבן און אויפגענומען פון יעדערע און יעדערע, און אויך אין אן אופן פון שלימות א גאנצע ברכה, במילא גיט דאס אויך יעדערן די מעגלעכקייט און דעם כח, און אויך דעם ווילן, אז אויך ער זאל נוצן די ברכה וואס ער באקומט פון דעם אויבערשטן,
¶10און זי זאל נוצן די ברכה וואס זי באקומט פון דעם אויבערשטן ווען דאס רעדט זיך וועגן א פרוי, נוצן דאס אין צוגאב צו זיך אליין, אויך אין דער ערפילונג פון דעם אויבערשטן'ס אנזאג,
¶11וואס דאס איז אויך א נתינת-כח פון ”ואהבת לרעך כמוך” אויף בענטשן און ווינטשן על דאס גוטע, און בענטשן אז דאס זאל אראפקומען בפועל פאר די אלע מיט וועלכע מ'געפינט זיך, און אויך אט די וואס מ'וועט זיך טרעפן מיט זיי דעם זעלבן טאג, אדער אויף מארגן,
¶12אדער אין די אנדערע טעג פון חנוכה, אדער אין די טעג לאחרי זה, אז זיי זאלן אויך זיין געבענטשט בכל המצטרך להם אין וועלכן זיי נויטיגן זיך,
¶13און אין סוגב, והוא העיקר, אז א מענטש איז זיך באגרעניצט איז דאך ניט אלעמאל ווייס ער גנוי אין וואס ער נויטיקט זיך, און ניט אלעמאל ווייס ער אלע זאכן אין וועלכע ער נויטיקט זיך,
¶14און וואס נאך מערער, אז דאס איז דאך אויך אן עיקר, און דאס איז אויך אן עיקר, אז א מענטש איז זיך א באגרעניצטער, איז אפילו אז ער ווינטשט זיך דאס גוט, איז אויך זיין וואונטשן צו זיך אליין אויך א באגרעניצטער,
¶15ובפרט אין פארגלייך מיט דעם וואונטש וואס דער אויבערשטער וויל אים בענטשן אדער איר בענטשן, וואס דאס איז דאך אויך אומבאגרעניצט סיי בגשמיות סיי ברוחניות, כולל אויך אט דאס וואס ער ווינטשט א צווייטן אדער וואס זי ווינטשט א צווייטע זאל דאס אויך זיין אן אומבאגרעניצטער וואונטש אין אל די הינזיכטן,
¶16צו יעדערן מיט וועמען ער אדער זי טרעפט זיך, און אויך אט די מיט וועלכע ער טרעפט זיך אויף מארגן אדער אויף איבערמארגן אדער אין די טעג לאחרי זה, איז גלייך ווי ער דערזעט זיי ווערט ער א וועג דער אינעוויינסטער און דער שטארקסטער רצון אויף צו ווינטשן יעדער אידן און אלע אידן כל טוב גשמי ורוחני,
¶17וואס די אלע ענינים, איז דאך זעלבסט-פארשטענדלעך אז אין וועלכן טאג פון יאר דאס זאל זיין, איז דאך דא אויך דער גאנצע שטורעם און די שטארקייט פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און ס'איז אויך דא די גאנצע שטארקייט פון א אידישער נשמה,
¶18אויף וועלכע מ'זאגט אז דאס איז חלק אלוקה 'ממעל ממש', אז יעדער איד האט אין זיך אן אייביקע נשמה, וואס זי איז א חלק פון דעם אויבערשטן אליין,
¶19און זי באלעבט אים אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו אין די איינפאכסטע זאכן וואס ער טוט אדער האט הנאה, אפילו ווען ער נעמט א טרונק וואסער,
¶20נעמט ער אדער זי און מאכט דאך פריער די ברכה שהכל מי' בדברו אז אט די ביסל וואסער גייט טרינקען איז דאס איז באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן אליין,
¶21און דאס איז געווארן נהי' בדברו, באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטנ'ס א ווארט וואס האט געזאגט און געוואלט אז דאס זאל ווערן באשאפן כדי א איד זאל קענען דערמיט באפרידיקן זיין דוש, ועל דרך זה אויך און ענלעך דערצו אין אלע זיינע נויטיקייטן אין וועלכע ער נויטיקט זיך.
¶22וואס דאס איז דאך אויך כולל, ווי דערמאנט פריער, אז א מענטש האט געווינצט זיך דאס-בעסטע איז ער אלץ נאך באגרעניצט לויט זיין פארשטאנד און לויט זיין פארמעסט,
¶23משא"כ אז ער פארבינדט דאס מיטן אויבערשטן באקומט ער די ברכה פון דעם אויבערשטן לויט דעם פארשטאנד כביכול פון דעם אויבערשטן, אין אן אומבאגרעניצטע מדה והגבלה, וואס אף על פי וואס דאס איז דאך מיט א הגבלה, ער זאל דאס קענען פארנעמען און זאל בלייבן א נשמה בגוף, מיט די אלע מעגלעכקייטן,
¶24צוזאמען דערמיט האט ער אין זיך א כח העת סוף, אז ער זאל מוסיף זיין אלץ מערער און מערער.
¶25בשעת ס'קומט נאך דערצו ספעציעלע טעג, ווי די טעג פון חנוכה, וואס זיי ווערן דאך אויך אנגערופן ימים טובים און ווי מ'זאגט אויך, אז
¶26דאס איז פארבונדן ווי מ'זאגט אין 'ועל הניסים' אז דאס איז ”להודות ולהלל לשמחה הגדול” אז דאס איז טעג אין וועלכע יעדער איד און אלע אידן לויבן דעם אויבערשטן און בענטשן דעם אויבערשטן און ווערן געבענטשט פון דעם אויבערשטן, און ווי זיין נאמען איז שמחה הגדול דער גרעסטער נאמען וואס ס'קען זיין.
¶27וואס דאס אונטערשטרייכט אויך בנוגע צו די בר אז ס'איז דער גרעסטער פארנעם וואס ס'קען זיין אין ברכות, און ווי מ'לערנט אפ פון ימי חנוכה, וואס יעדער זאך איז אין זאך פון תורה, איז דאך ווי דער אפטייטש פון תורה איז תורה איז דער טייטש אז דאס איז א לערנונג און אן אנווייזונג,
¶28וואס דאס איז אין די אלע פרטים פון תורה, על אחת כמה וכמה אז ס'קומט אין א מצוה פון תורה וואס זי ווערט איבערגע'חזר'ט אכט טעג נאכאנאנד, און וואס יעדער טאג גיט-צו אויף דעם טאג פאר דעם, מיט א ליכטל וואס דאס איז פארבונדן מיט א ליכטיקייט.
¶29די מצוה פון 'נר חנוכה' איז דאך, אז מ'זאל ניט לאזן די ליכטל ווי ער באקומט איר, נאר א איד צינדט אן די ליכט און מאכט דארביי א ברכה, און זאגט אז דאס איז א מצוה פון דעם אויבערשטן וואס האט אונז אנגעזאגט אויף נף חנוכה,
¶30און זאגט אויך אז דאס איז א מצוה און פארבונדן אויך מיט ”שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה”, אז דער אויבערשטער פירט זיך מיט אידן אין צוגם וואס אידן פארדינען און באקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות,
¶31אין 'דרך הטבע', איז אויך ”עשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה”, און אין אנדענג דערפון צינדט מען אן אט די ליכטאך דורך יעדערן פון אונז, אדער אליין, אדער ער זעט, און ענטפערט תמיד, ווי א צווייטער איד צינדט דאס אן,
¶32און זאגט אז דאס איז ”בימים ההם בזמן” הזה איז אויך ווערט אט די אויפפירונג פון ניסים בא יעדער אידן און ביי אלע אידן, מידי זמן בזמן, ובפרט אין א ניסן'דיקער צייט,
¶33וואס דאס איז דאך בכלל ווען אידן געפינען זיך אין גלות, און זיינען אן איין און איינציקער פאלק צווישן אזויפיל פעלקער וואס דערוויילע זיינען נאך ניט אלע פון זיי מודה,
¶34אז אידן דארפן ארויס פון גלות און ווערן די עצנו הקדושה אין 'ארץ הקודש', ביז מביאת משיח צדקנו, א מלוכה פאר זיך, אף על פי כן באווייזט מען זיי אויך א זאך וואס זיי זעען מיט זייערע אינו בשר, מיט פליישיגע אידן פון יעדער מענטשן, אפילו פון א ניט-אידן,
¶35ווי אזוי א איד נעמט א ליכט וואס איז פריער ניט געווען אנגעצונדן, און מאכט צמתי רם און מאכט דורך איר ליכטיק אין דעם גאנצן ארום, און באגרעניצט זיך ניט דערמיט וואס דעם ערשטן טאג האט ער געמאכט ליכטיק דורך איין און איינציקע ליכטיק,
¶36דאס האט אבער געמאכט ליכטיק דעם גאנצן בית-הכנסת, די גאנצע שול אין וועלכע ער האט אנגעצונדן די מנורת חנוכה, און אזוי אויך יעדער איד בא זיך אין הויז, וואס איינער פון די בני-בית, אדער מערערע פון די בני-בית, צינדן אן מנורת חנוכה מאכן זיי דאך ליכטיק די גאנצע חדר וואו מ'צינדט אן
¶37די מנורת דמער פון חנוכה אין דער מנורת חנוכה, און דערנאך באגרעניצן זיך ניט דערמיט, און יעדער טאג באווייזט א איד, אז ער פארדינט, און באווייזט אויך דער גאנצער וועלט,
¶38אז אף על פי וואס דעם ערשטן טאג האט ער מקיים געווען א מצוה אין דעם פולסטע מאס, דורך אנצו אינליכט, איז דערנאך, אז ס'קומט א צווייטער טאג, באגנוגנט ער זיך ניט מיט זיין אויפפירונג אין אידישקייט, אין ”נר מצוה ותורה אור” ווי ס'איז געווען דעם ערשטן טאג,
¶39און ער נעמט גלייך אנצונגען א צווייטן ליכט אין צוגאב צו דער ערשטער ליכטל, און אזוי איז ער מוסיף אין די אלע זיבן טעג וואס ס'קומען נאך דער ערשטער ליכטל, וואס אלע זיבן טעג זיינען דאך כולל אין זיך אלע-ערליי מעגליכע טעג פון דער וואך, סיי דער ערשטער טאג פון דער וואך,
¶40סיי דער צווייטער טאג פון דער וואך, און אזוי אויך אין יום השבת.
¶41און אין די אלע ענינים, ווי די מצוה איז, אז מ'זאל אנצינען אין אזא אופן דאס זאל מאכן ליכטיק בא זיך אין הויז, און דאס זאל מאכן ליכטיק בא זיך אין הויז על פתח ביתו, אויף דער טיר פון דער הויז, וואס בשעת מ'שטעלט אוועק די מנורה דארטן און מ'צינדט דארטן אן דעם נב,
¶42אדער מ'טוט דאס דורך דערויף וואס מ'שטעלט דאס אוועק אין פענסטער מאכט דאס אויך ליכטיק, ”על פתח ביתו מבחוץ”, און אזוי אויסוויינען זאל אויך צוקומען ליכטיקייט און ווערן ליכטיק,
¶43און על דרך זה אויך, אז מ'צינדט דאס אן אוועקשטעלנדיק די מנורה אויפן חל אין א פענטשטער, מאכט מען דאך דאס אין אן אופן אז מ'זאל דאס זען אויך אין גאס,
¶44כדי די גז זאל אויך דערזען, אז א איד, בשעת ער מאכט ליכטיק בא זיך, ווערט אויך ליכטיק, און דאס איז אויך זיין כוונה אויף מאכן ליכטיקער אין וועלט, און פונקט אזוי ווי בא זיך באגנוגנט ער זיך ניט מיט איין ליכטיל אין דעם אנהויבס, און גלייך אין טאגן נאך דערויף צינדט ער אן נאך א ליכטיל,
¶45און אזוי אויך איז ער מוסיף אלע-ערליי טעג פון דער וואך אויף גאנצע זיבן טעג לאחרי זה.
¶46וואס דאס באווייזט אויך לכל לראש, אז ער פירט דאס אויס דורך דערויף וואס ער איז מוסיף אין נר מצוה, ער גיט-צו אין זיין אידישקייט און אין זיין מקיים-זיין מצוות און אין זיין לערנען תורה,
¶47און אויך בא איינפלוסט אזוי די גאנצע זיינע משפחה און די אלע אידן ארום זיך, ביז אין אזא אופן אז ער מאכט אויך ליכטיקער אין דער גאנצער וועלט, אויך בא ניט-אידן, אויף דערמאנען זיי אז זיי האבן אויך מצוות וואס זיי דארפן מקיים-זיין,
¶48כולל אויך די מצוה פון צדקה, און אויך זעלבסט-פארשטענדליך אז דער צדקה איז אויך איינגעשלאסן, אז א ניט-איד דארף העלפן א אידן אז אים זאל אנקומען נאך לייכטער דעם אידן אויף דורכפירן זיין לעבן אין א רואיקן אופן און אין א שלום'דיקן אופן, אנהויבנדיק טאקע פון מצוות, פון אידישקייט זאכן,
¶49כולל אויך אין זאכן וואס זיי זיינען גוט פאר דער גאנצער וועלט, ובפרט אז מ'לעבט אונטער אזא מין מלוכה וואס זי איז א מלכות חסד, וואס זי פירט זיך אין אן אופן פון חסד,
¶50מיט יעדער איד און מיט יעדער מענטשן וואס געפינט זיך אין דער מדינה, ביז וואנענט אז זיי באגרינדן דאס, און מ'האט דאס אויסגעקלאפט אויף די געלט פון דער מדינה,
¶51אז מ'גלויבט אין דעם אויבערשטן, און דאס ווערט דער יסוד פון דער גאנצער מדינה, מיט די גאנצע ענינים ווי די מדינה פירט זיך אויף, אנהויבנדיק פון דער הויפטשטאט,
¶52און דעם נשיא פון פרעזידענט פון דער מדינה, און אזוי אויך אט די אלע וואס פאלגן און פירן דורך זיינע אנווייזונגען, אז מ'גלויבט אין דעם אויבערשטן, במילא פירט מען זיך אויף ווי דער אויבערשטער וויל, וואס דאס פארשטייט דאך יעדערער, אז דאס דארף זיין דורכגענומען מיט צדקה וחסד און מיט ליכטיקייט און מיט שלום.
¶53און דאך פארשטאנדיק, אז דאס גיט-צו נאכמערער אין די ברכות וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן פאר זיינע גוטע זאכן, מעשים טובים, וואס ער טוט פאר זיך, בשעת נאך ער איז משפיע,
¶54ער ווירקט איין אויף א מענטשן ארום זיך, אנהויבנדיק דורך דערויף וואס א איד איז משפיע, ער ווירקט איין אויף די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום אים, אנהויבנדיק פון זיין משפחה,
¶55און אנהויבנדיק פון זיינע אייניקלאך און אור-אייניקלאך, אדער פון זיינע קינדער און קינדס-קינדער, ביז פון זיך אליין, און ווי גערעדט מערערע מאל ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות,
¶56אז בשעת א איד טוט וואס הענגט אפ אין אים פארשפרייטן גוטסקייט און אידישקייט און צדקה ארום זיך גיט דאס נאכמערער צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות וואס ער באקומט פון דעם אויבערשטן,
¶57אין אריכות ימים ושנים טובות, און א סך אמת'ן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און אייניקלעך און אור-אייניקלעך, און זעלבסט-פארשטענדליך א סך אמת'ן נחת פון זיך אליין, אז ער האט א געזונטן עלטער און א רואיקן עלטער און א שלום'דיקן עלטער, און ער האט אויך דעם כח, און דעם פולן כח,
¶58אויף פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך, און טאן דאס אין א געזונטן אופן, אין א געזונטן אופן אין זיך כולל, אז בשעת מ'האלט אין וואקסן און ס'קומט צו נאך א טאג, אדער נאך א חודש און נאך א יאר, איז אט דעמאלט קומט אויך צו אין קלוגשאפט און אין אידישקייט און אין גוטסקייט, און דעם קיום פון דער מצוה פון ”ואהבת לרעך כמוך”,
¶59וואס דאס אלץ ווערט נאכמערער אונטערשטראכן אין דעם קיום אין דעם אופן ווי אזוי ווי ער פילט די מצוות חנוכה, ווי דערמאנט פריער, אז יעדער טאג, צו די הדקות פון דער מנורה, איז א איד מוסיף דער וואס צינדט אן די מנורה,
¶60און דערביי איז ער מכוון, האט ער אין זיין מחשבה, אז ער איז מוסיף ער טוט דאס פאר יעדער אידן, סיי א מאן און סיי א פרוי, וואס געפינט זיך לעבן אים, און זעט ווי אזוי ער צינדט אן די מנורה, ובפרט נאך אז ער ענטפערט ”ברוך הוא וברוך שמו” און ענטפערט עמיד איז אט דעמאלט איז דאס אויך מוסיף פאר די אידן אלע ארום זיך,
¶61און דאס ווערט דאך אויך באוואוסט פון פריער, אז בשעת ס'וועט קומען אט דער און דער טאג, ובפרט א טאג וואס איז פארבונדן מיט יום שלישי שהוכפל בו כי טוב,
¶62וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אנצינדן דריי ליכטלאך, ווי גערעדט מערערע מאל איז אט דעמאלט ווערט ”הכפל בו כי טוב” אז דער אויבערשטער גיט א צווייענדיקער, צווייפאכיקער טוב,
¶63סיי בגשמיות סיי ברוחניות און סיי אין אידישקייט און סיי סתם מילינים פון וועלט, און אזוי אז מ'זאל דאס אויפנעמען אויך אין א כפול'דיקן טוב,
¶64מיט א געזונטן גוף, מיט א געזונטער נשמה, און אויפנעמען דאס אין אן אופן אז ער מאכט אין צוגאב צו מאכן זיך געזונט נאך בעסער מאכט ער אויך די ברכה והצלחה אויף מאכן נאך געזינטער און נאך ליכטיקער בא די אלע מענטשן וואס ארום זיך, און זיכער אלע אידן וואס געפינען זיך ארום זיך, און ס'ווערט דעמאלט, ווי דערמאנט מערערע מאל,
¶65אז יעדער איד, ווען ער קומט פון א בית הכנסת, ווי ער האט געזען אז מ'האט אנגעצונדן און געמאכט ליכטיק ארום זיך דורך א ליכטלע אויף וועלכן מ'מאכט א ברכה, ווארום זי איז פארבונדן מיט אידישקייט און מיט מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, און דאס האט נאך געטראפן 'בהשגחה פרטית', איז ווען מ'צינדט אן דריי ליכטלעך
¶66ווי שלישה פעמים אבי חזקה, ווי אין א טבע פון א מענטשן, אז א זאך וואס ער טוט דריי מאל אין דעם זעלבן אופן, ווערט דאס ביי אים אן לייכטסטן אופן אויף טאן דאס דעם פערטן מאל און דעם פינפטן מאל, און לאריכות ימים ושנים טובות.
¶67ואדרבא, בשעת דער מענטש ווערט עלטער קומט אים צו נאך א יאר וואס ער האט אנגעצונדן אדער געזען ווי אזוי מ'צינדט אן נרות חנוכה, און געענטפערט אמון און ”ברוך הוא וברוך שמואל”,
¶68און על דרך זה אויך דערנאך איבערדערציילט א צווייטן אידן, א מאן אדער א פרוי, איז וואס מ'איז עלטער איז ניט א זאך וואס דאס דארף פועל זיין חס ושלום א שוואכקייט, נאר אדרבא ער האט נאך א יאר וואס ער האט געהאט אזויפיל מצוות און אזויפיל אידישקייט זאכן,
¶69און האט געטאן אזויפיל גות מיטן מענטשן ארום זיך, ובפרט אידן ארום זיך, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ווי גוט ער האט געפילט מיט א יאר פאר דעם און מיט צוויי יאר פאר דעם,
¶70אדער מערערע יארן פאר דעם קומט דאס ניט צו די גוטסקייט ווי ער דארף פילן בגשמיות וברוחניות דעם יאר, ווען אים איז צוגעקומען נאך א יאר, איז אויך צוגעקומען נאך א יאר אין אידישקייט, און אין געזונט, בגשמי וברוחני.
¶71און אין די אלע ענינים טאן דאס אין דער פולסטער מאס און אין דער איילעכסטער מאס, והקיום פון מצוה דארף דאך זיין אז ותה ”הוי' אלקיך בשמחה ובטוב לבב”.
¶72און די אלע ענינים גיבן צו בא יעדערן פון אייך און צווישן דעם גאנצן אידישן פאלק סיי בגשמיות סיי ברוחניות, פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות, וואס זיי זיינען, ווי דערמאנט פריער, בלי סוף אויף לאנגע,
¶73גוטע, געזונטע יארן, און איינפלאנצן אזוי בא זיך און ארום זיך, בשעת מ'ווערט מיט א טאג עלטער און ער ווערט נאך מיט א יאר עלטער, ווערט מען נאך שטארקער ברוחניות, במילא אויך בגשמיות, במילא ווערט מען אויך שטארקער אין אידישקייט, איז מקיים זיין מצוות און לערנען תורה און איינווירקן אויפן גאנצן ארום, אז אויך זיי זאלן אזוי טאן.
¶74און דאס גרייט אויך צו דעם חנוכה פון ”בימים ההם בזמן” הזה, אין א יאר לאחרי זה, און וואס זיכער אז אין דעם חנוכה, על אחת כמה וכמה גלייך נאך חנוכה, וועט שוין יעדערער פון אונז אויך זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶75צו דער אמת'ער גאולה און דער פולסטער גאולה און פאלקאמענסטער גאולה, אז יעדערער פון אונג, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען און האבן געבראכט אויף דער וועלט קינדער און קינדס-קינדער און אידישע קינדער און אידישע קינדס-קינדער,
¶76וואס פירן זיך אויף פון פון שבתא אמת'ן נחת, אז מ'זאל זיין ווי דערמאנט יעדערער, אבער צו 'כלל ישראל' ”קהל גדול ישובו הנה” אז מ'געפינט זיך תיכף ומיד בהקדם הכי גדול,
¶77ו”לא ייכבן אפילו כהרף עין” ברענגט דער אויבערשטער גלייך די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז אלע ”קהל גדול” ווי אויסגערעכנט פריער געפינט זיך יעדערער פון אונז, בתוך 'כלל ישראל',
¶78בארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה"”, אז דארטן זאל זיין שלום נאך איידער מ'וועט קומען אן אהינצו, עאכו"כ אז מ'וועט נאך אנקומען נאך אידן אהינצו,
¶79וועט צוקומען נאכמערער אין שלום און נאכמערער אין שלימות, אין גאנצקייט אין פאלקאמענהייט, און נאכמערער אין אידישקייט, ווי גוט דארט איז דער מצב אין 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות' קומט צו נאכמערער און נאכמערער, און בשעת ס'קומט אן שלום בפשטות, איז דאס גלייך מבטל די סיבה וואס האט געבראכט דעם היפך פון דער גאולה,
¶80אז ס'ווערט בטל די סיבה ווערט גלייך בטל דער מסובב, ו”לא ייכבם אפילו כהרף עין” און מ'איז זוכה יעדערער פון אונז, בתוך 'כלל ישראל', צו גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶81און מ'געפינט זיך גלייך בארצנו הקדושה, און אין ירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש, און מ'זעט דארטן די ”מנרת זהב כולה” וואס דאס איז דאך אויך א משל און שפיגלט זיך אויך אפ אין אידישן פאלק, וואס יעדערער וואס געהערט צום אידישן פאלק איז דאך אזוי ווי א ”מנורת זהב כולה”, אף על פי וואס זיי טיילן זיך אין זיבן אופנים ווי אזוי מ'דינט דעם אויבערשטן,
¶82וואס איינער דינגט מערער דורך ”ואהבת את הוי' אלקיך” א צווייטער דינגט מערער דורך מקיים זיין ”את הוי' אלקיך תראה” און אזוי אויך אין די אנדערע פינף מדות, ובכללות,
¶83אז יעדער איד וואס זאגט זיך גלייך, אויפכאפנדיק פון שלאף ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי רבה אמונתיך” זעט ער גלייך, אז זיין אמונה איז באגרינדעט,
¶84און ער האט א געזונטע נשמה אין א געזונטן גוף דעם גאנצן טאג, און דערנאך ברענגט ער אויך אז ס'זאל אנקומען נאכמערער, נאך שנעלער און נאך פולקאמענער די גאנצקייט פון דעם אידישן פאלק אין גלות, דורך דערויף וואס ער ווערט גלייך ארויסגענומען דורך דעם אויבערשטן אליין, ואתם תלוקטו לאחד אחד בית ישראל,
¶85אז דער אויבערשטער קלייבט ארויס יעדער אידן און אלע אידן פון גלות, און גייט מיט יעדער אידן מיט לארצנו הקדושה און גאולה האמיתית והשלימה.
¶86ובפרט אז מ'איז זיך נוהג אין אזא מין צוזאמענקלייבן זיך, איז מען דאך מסיים, דורך דערויף וואס מ'גיט יעדערן צו די וואס געפינען זיך דערביי,
¶87צוויי מטבעות, איין מטבע אלס ווי ”מנהג ישראל” אויף געבן חנוכה געלט, און דערנאך פאר נוצן דאס יעדערער ווי ביי אים קומט אויס, און אויך א צווייטער מטבע, אז דאס זאל ווערן אויך די אייגענטום פון דעם וואס באקומט אט די מטבע,
¶88און טוט דערנאך דער מער מטבע ווי ביי אים קומט אויס, כולל אויך אז ער גיט אנשטאט איר אדער זי אליין אויף א ענין פון צדקה, וואס צדקה אבער פון זיינע אייגענע געלט, וואס ס'ווערט פריער זיינע געלט און דערנאך גיט ער פון זיינע געלט אויף צדקה קומט-צו ביי אים די 'מצות הצדקה',
¶89און דער מזכה אויך 'כלל ישראל' צווישן וועמען ער טוט אלע מצוות, און אויך אט די מצוה, און ס'ווערט פון דעם ”בית הכנסת ובית המדרש” וואו מ'געפינט זיך איצטער,
¶90וואס דאס איז דאך דער בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז גלייך פון דעם בית הכנסת ובית המדרש גייט מען, ו”לא עיכבן אפילו כהרף” איין דער אויבערשטער האלט דאס ניט אפ, און ברענגט דאס במהרה בימינו ממש, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶91'ובשמחה ובטוב' לבב אין א געזונטן עלטער בגשמיות וברוחמיות.