English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

12 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאך כמדובר כמה פעמים וועגן מנהג ישראל, פון הערן על כל פרים א פאר ווערטער פון דברי כבושין אין אן ערב פון א יום-טוב, על אחת כמה וכמה אז דאס איז נאך א צום וואס ווערט אנגערופן אין פסוק עת רצון, ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין אגרת התשובה אויך דעם טעם אויף דעם, איז דאך פארשטאנדיק, אז ביתר שאת וביתר עוז א יאר וואס מ'האט דעמאלט אויך די נתינת כח מלמעלה, כמדובר כמה פעמים במשך השנה, אז דאס איז שנת הארבעים, וואס ארבעים שנה זאגט דאך תורה שבכתב, וואס הכל מודים בזה, אז דעמאלט גלייך פון תחילת השנה, על אחת כמה וכמה אז מ'האלט שוין נאך האלב יאר איז שוין דורכגעגאנגען, ווארום מ'האלט שוין אין דעם אדר שני, אז דעמאלט איז בלשון הפסוק איז דא דער נתן הוי'לכם אז דער אויבערשטער גיט מדילי לויט זיין פארשטאנד און לויט זיין פארמעסט לב לדעת וינים לרות ואזנים לשמוע, נאך ממשיך, אז דאס קומט אראפ ביז אין מחשבה דיבור ומעשה בפועל, און ווי פארשטאנדיק פון פסוק ביז חיי יום יום במשך כל הזמן שלאחרי זה.

2על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך דאך בקשר צו ימי פורים, וואס בא פורים שטייט דאך בהדגשה דער ענין פון נזכרים ונעשים, ביז אין אן אופן אז מ'וועט דאס קיינמאל ניט פארגעסן, ווי אפגע'פסק'נט און אראפגעבראכט אויך אין רמב,"ם, וואס דאס איז דאך א ספר הלכות הלכות, אז אף על פי שכל המועדות בטלים איז ימי הפורים האלו וועלן ניט פארגעסן ווערן, און וועט דאס ניט נאר ניט פארגעסן ווערן און מ'וועט דאס געדיינקען, נאר דאס וועט אראפקומען ביז אין מעשה בפועל, ביז אין אכילה בפועל, און ניט נאר וואס פאר זיך איז דאס ביי אים אזוי, נאר ער פועל'ט דאס אויך בא דעם גאנצן ארום, וואו נאר ס'איז דא א איד, וואס אלע אידן זיינען דאך כאיש ישראל חברים, במילא איז דאך בנוגע צו יעדערן פון זיי שייך דער ענין פון משלוח מנות איש לרעהו, עאכו כמה וכמה אז ס'איז בא יעדערן שייכות פון מתנו לאביונים בהנוגע צו אלע איבעריקע, על פי המבואר בכמה מקומות, אז יעדער איד, און כידוע דער משל בזה, איז דאס ווי א בן יחיד ביי א עלטערן וואס נולד להם לעת זקנתם, וואס דעמאלט איז דאך די יחידות שבדבר זיינען אויסגעטיילט אז ביתר שאת וביתר עוז, וואס בקשר צו דעם יחוס זיינעם, וואס ער איז אויסגעטיילט לגבי כל העולם כולו, איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי אים איז שייך צו זאגן, ער זאל געבן מנתן מלחמי לדל, דערפאר וואס בערך צו דעם ענין זיינען אלע איבעריקע, צו זיין אויסגעטיילטקייט, זיינען אלע איבעריקע אין אן אופן פון אן אביון, וואס תאיב לכל דבר,

3זיין אויסגעטיילטן ענין איז דאס כולל כל הענינים כולם ביי אים, במילא איז בשעת ער טרעפט זיך מיט א צווייטן אידן, און נאך מערער ווי ימי הפורים איז דאך, וואס דעמאלט דארף מען זיך ניט ווארטן ביז מ'וועט זיך טרעפן, ווי דער צווייטער איד וועט אים זוכן און טרעפן, נאר דעמאלט דארף מען זיך משתדל זיין און טאן כל התלוי בו אויף מקיים זיין מצות פורים, ובתוכם אויך אפילו בנוגע צו מקרא מגילה דארף ער דאך אויך טאן א תלוי בו, אז ס'זאל זיין ברוב עם, וכמדובר כמה פעמים, איז אפילו אז ס'קומט-צו ער קען מוסיף זיין איין און איינציקן, דארף ער אויך טאן א תלוי בו, ס'זאל צוקומען נאך א איד, על אחת כמה וכמה אז ער קען דאס טאן בנוגע צו כמה אידן, על דרך זה אויך פארשטאנדיק וויבאלד אז מ'זאגט בנוגע צו פרויען, אז ניט נאר אף הן הי'ובייטו הנס, נאר ווי תוספות ברענגט אראפ, און ווי אויך אונטערשטראכן אין דעם נאמען פון דער מגילה, אז אף על פי וואס אין דער מגילה ווערט גאר פריער דערמאנט בנוגע די אויסגעטיילטקייט פון מרדכי, און ערשט דערנאך ווי אזוי ער האט געהדעוועט אסתר המלך קי הדעתו היא אסתר אף על פי כן ווערט די מגילה אנגערופן ניט על שמו, אפילו ניט על שם שניהם, מיט א סדר וואס פריער איז זיין נאמען און דערנאך איר נאמען, נאר ס'הויבט זיך אן און ענדיקט זיך אז ס'ווערט אנגערופן מערניט ווי מגילת אסתר, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס שפיגלט דאך דאך אפ, יעדער ענין אין תורה איז דאך מלשון הוראה אז דאס לערנט א אידן, לערנט דאס אויך א אידן צום אלעם ערשטן אט דאס וואס די גמרא זאגט, און ס'ווערט אזוי אויך אפגע'פסק'נט, אז מחוייב לכבדו יותר מגופו בהנוגע צו עקרת בית שלו, ועל דרך זה אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ער האט והדעוועט די טעכטער, באווארנט

4אויך, אז דאס וואס זיי וועלן וויסן, אז ס'איז דא ענינים וואס בשעת דערנאך איז מחוייב לכבדו, יותר מהשכרים, אף על פי וואס ס'איז דאך דא בכמה ענינים, ובפרט אין מצות אשת, א זמן גרמא, איז דאך נשים פטורות איז דאך גראדע אין דערויף אויך אויסגעטיילט, כאמור, אז בנוגע צו חנוכה ופורים, אף על פי וואס דאס איז א זמן גרמא, זיינען נשים חייבות בזה, און נאך מערער, ווי מ'זאגט בנוגע צו פורים, אז ס'ווערט אנגערופן מגילת אסתר, בפרט על פי המסופר, אז דאס וואס ס'איז גע ליבן פארשריבן מגילת אסתר אלס א מגילה, און א טייל פון כתבי הקודש האט דאס אויפגעטאן אסתר, און זי האט זיך געדארפט אין דערויף דינגען און פועל זיין, אז די סנהדרין, וואס זיי זיינען דאך געווען מרדכי און חברים פון מרדכי און אלט זכרים זאלן אויך מסכים זיין און זי האט אויסגעפירט, און ניט נאר אויף לשעתן נאר אויך כתבוני, און ס'זאל זיין לדורות, וואס כתבוני קען דאך זיין לשעה, און דא האט זיי גלייך באווארנט לדורות, און ווי דערנאך איז ארויס אין פועל איז דאס געווארן א חלק פון די כד כתבות קודש, וואס דאס האט דאך אויך א קשר מיוחד מיט ימי הפורים, וואס דעמאלט איז דאך געווען דער קיימו וקבלו כבר אט דאס וואס מ'איז מקבל געווען אויף זיך גאנץ תורה, קבלו וואס דאס איז געווען אין חג השבועות, איז דערנאך איז דער קבר איז דאס איז דערנאך געווארן אין אן אופן פון קיימו וקבלו אויף כל הדורות כולם און אלס א חלק פון גאנץ תורה, פון כ'ד'כתבי הקודש, וכמדובר כמה פעמים.

5נאר דעמאלט איז אויך אן עת רצון, און אן עת רצון פון א תענית, וואס דעמאלט איז דאך טרם יקראו ואני אענה, וואס דאס איז נאך מערער ווי תפילה טוט-אויף על דרך הרגיל, נאר טרם יקראו ואני אענה, און אט דא שטייט, ווי מ'זאגט אויך אין דער תפילה פארבונדן מיט תענית אסתר, אין דער תפילה מוספת, אז ס'איז טרם יקראו ואני אענה, און דאס האט מען שוין אין קי די ג' באדר, ובפרט נאך תפילת מנחה, וואס דעמאלט איז דאך די סגולה מיוחדה פון תפילת המנחה, וואס אליהו אן אביננו בתפילת המנחה, ובפרט אז דאס איז אזא מין תפילת המנחה וואס זי האט א קשר מיוחד בנוגע צו צדקה, וכמנהג ישראל, שקיל, אויך א דבר פלא, אז די שקלים, די ג'שקלים, און תנית אסתר וואס בכלל איז גאר געווען ווי כמסופר אין די מגילה עצמה וואס אסתר האט אנגעזאגט איז דאס גאר געווען ארום פסח-צייט, און כולל אויך דער יום ראשון של פסח, ויעבור מרדכי האט מען דאס דערנאך קובע געווען, און דוקא אף על פי וואס מ'איז אויך אויס אין זכר, צו דעם ענין אויך אין די סעודות פון ליל ראשון של פסח, כמובן אין די פסקי דינים און הנהגות ישראל, איז האט מען אויך דאס קובע געווען מיט א קביעות, נתינת הצדקה כמנהג ישראל, דוקא לפני תפילת המנחה, און אויך דריי פעמים כמנהג ישראל דריי מחצות השקל, וואס דאס דערמאנט ביידע ענינים. דאס דערמאנט חודש ניסן, וואס דעמאלט נוצט מען דאך די מחצות השקל בזמן שבית המקדש הי'קיים, אויף מקריב זיין קרבנות כל השנה כולה, נאר דעמאלט איז מען דאך מחוייב מערניט ווי איין מחצות השקל, אט דא איז מנהג ישראל געמאכט, אז מ'גיט

6ג'מחצית השקל, און אויך כמנהג ישראל, אז מ'איז דאס מפריש סיי פאר זיך און סיי פאר בני-ביתו, כמפורסם, און ווי ס'פירט זיך בכל בטי ישראל, וואס בקימל פעמים האוה חזקה, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין קיימו וקבלו היהודים עליהם ועל זרעם על כל השנים כולם ווערט דאס אין אן אופן פון בתחוזה במיוחד, וואס דאס איז דאך אויך דער פארבונד דער קשר מיט דעם ענין וואס ימי הפורים האלו וועלן זיין אלעמאל קיים, ביז וואנענט אפילו אז מ'האט שוין די גאולה האמיתית ראש-לומר תיכף ומיד ממש, וכמדובר כמה פעמים, אז מ'האט דעם מסמך גאולה לגאולה אין א סדר הפוך טוען-אויף אין פועל אז נאך ייידער ס'הויבט זיך אן די גאולת פורים פון תשמ".ט קענען אידן פועל זיין, במילא איז דאך א זיכערע זאך אז יעדערער איז זיך משתדל כל התלוי בו, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד, ווי געבראכט פון זהר, און אויך דער מיוסד אין הלכה אין רמב,"ם, אז א איד, דורך איין און איינציקע מחשבה, על אחת כמה וכמה דיבור, על אחת כמה וכמה מעשה, איז ער מכריע דער כף מאתניים, מכריע די משקלות, און מכריע עצמו וכל העולם כולו אין מביא ישועה והצלה. וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ער איז מכריע עצמו וכל העולם כולו דארף די ישועה והצלה ארויסקומען אין די ישועה הצלה הכי עיקרית, וואס דאס איז די גאולת על ידי משיח צדקנו, און וויבאלד אז מ'גיט דאך די ג'מחצית השקל, און מ'האט אויך די תפילת המנחה, ובתוכה אויך די תפילת הננו, און מ'האט אויך אז מ'טוט די אלע ענינים אין בית שמגדלין בו תורה נוסף וואס מגדלין בו תפילה, ווארום דאס איז א בית הכנסת, און וואס דאס איז אויך א בית וואס דארטן מאכט מען א חלטות און מטיילט צדקה, ווי מ'האט אויך געגעבן א צדקה נאך פאר תפילת המנחה,

7די ג' מחצית השקל וואס דאס ווערט דאך אפגעגעבן צו דעם כבאי צדקה. און דאס אלץ זאל ברענגען, אז בקרוב ממש, די צדקה וואס דער אויבערשטער האט געטאן, ביז תענית אסתר פון תשמ'ט'בבוקר, און קודם תפילת המנחה, ובאות תפילת המנחה, זאל דער אויבערשטער טאן נאך א גרעסערע צדקה, און א צדקה נצחית מיט אידן, התמורות וואס פיזרן בין האומות, וואס דעמאלט איז דאך מפוזר ומפורד בין העמים, ווי איז ער זיי מקבץ און מלקט אחד אחד, און דוקא דער אויבערשטער אליין טוט ער דאס אליין, ווי רש'ברענגט אראפ בפירושו על התורה, וואס דאס איז דאך פשוטו של מקרא. ועוד ועיקר, אז ענינו פון פורים איז דאך אויך פארבונדן מיט זריזות, ווי מ'זעט דאך בפועל, אז בשעת א מענטש איז פריילך, על אחת כמה וכמה אז א איד איז פריילך, אין א שמחה של מצוה-אט דעמאלט טוט ער כל הענינים בזריזות הכי גדולה, און ווי ס'פירט זיך אויך בא פורים איז מען אויך מצרף און מ'ווירקט איין אין דעם אופן, ביז אויף די קליינע קינדער, ביז ווי מ'זעט אין מנהג ישראל, איל אז די וואס נעמען דעם גרעסטן טייל אין מעשה פון מחיית המאלק, צוזאמען מיט מחיית המן ווי אין קריאת המגילה, איז דאס ניט אזוי די אנשים און ניט אזוי די נשים, ווי אזוי איז דער ענין מערניט ווי בדיבור ובמחשבה, דערנאך איז אויך דא, ווי מ'האט געזען ביים נשיא דורנו, ביים רבי'ן דעם שווער, אז בשעת פון די באשטימטע ערטער אין מגילה, וואו מ'האט דערמאנט המן'ען מיט נאך א ווארט דערצו, המן הרשע וכיוצא בזה, האט ער אויך גענומען איינטיילט במעשה, דורך טופן מיט די ברגליו הקדושים, על דרך זה אויך ווייס מען דאך דערפון, און מ'גרייט אויך צו די קינדער נאך אין תענית אסתר, אז זיי זאלן זיין אנגעגרייט מיט די גראגרס און מיט די פארשידענע דרכים, אז בשעת מ'דערמאנט

8אין דעם צורר היעודים, וואס דעמאלט וועלן זיי גלייך ארויסשטורעמען וואס ס'דארף מיט אים זיין, על דרך ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, אז אין הימים האלה נזכרים ונעשים, און נאר ס'קען עפעס זיין א קא-סלקא-דעתיך פון א המן'ען, פארטרייבט מען אים ביז וואנענט ער ווערט אויס מציאות, און ער קומט גאר אפילו ניט צו זיין מחשבה, על אחת כמה וכמה צו אזא דיבור, על אחת כמה וכמה צו אזא מעשה ואך טוב לישראל, און ס'איז בטוב הנראה והנגלה, ווארום מ'האלט שוין וואס כלו כל הקיצין און ס'איז מערניט וואס מ'ווארט אויף פארענדיקן דעם פוצן די קנעפלעך קומט גלייך משיח צדקנו, איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'געפינט זיך אין יום-טוב'דיקע קלוידער, ווי ס'פאסט אויף קבלת פני משיח צדקנו, אפילו אויב חיצונות איז דאס ניט ניכר, איז דאך דער קלוי דארף דאך זיין צוגעמאסטן מענטשן, און ניט חס ושלום פארקערט, ניט ער מאכט זיך א טפל צו דעם לבוש, דער ער מאכט אז דער לבוש ווערט א טפל ובטל אלא האדם המלובש בו, ובפרט אז דאס איז אן אדם אויף וועלכן מ'זאגט אז דאס איז אדמה לעליון, וכמדובר כמה פעמים.

9איז דאך אויך ביתר שאת וביתר עוז, און בהקדמה, כאמור, אז מ'וועט געבן דאס איבערגעבן אויך צו די וואס הערן דאס בלאו וכי הערן זיי דאך אליין, אויך צו די וואס הערן ניט, על אחת כמה וכמה צו נשים, וואס ניט נאר אף הן היו בית הנס נאר די גאנצע מגילה ווערט אנגערופן מערניט ווי אף השם אשה בישראל, און וואס זי איז דאך בדוגמא פון אלע נשי ישראל ובנות ישראל במשך כל הדורות כולם, על אחת כמה וכמה אין דעם לעצטן דור פון גלות, וואס דאס איז דאך דער ערשטער דור אויך פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, כמדובר כמה פעמים. ועל דרך זה אויך צוגרייטן דעם טר, די קטנים וקטנות, אז זיי זאלן וויסן זיין, אז זיי דארפן זיין צוגרייט ביתר שאת וביתר עוז לכל ענינים פורים הבא, ווי מ'זעט דאך אויך בפשטות, אז דער גרייגרן בעיקר ווערט געטאן דורך קטנים וקטנות, אפילו טופע מיט די פיס, על דרך זה אויך אין מנהגי ישראל איז דאך דא כמה מנהגים וואס ווערט געבראכט אויך אין שולחן-ערוך, און מ'איז צוליב זיי מתיר כמה ענינים, וואס איינער פון זיי איז דאך אויך אז מ'טוט אן א צודענק אויפן פנים, א מסכא, כמדובר כמה פעמים, וואס דער עיקר טוען זיך דאס אויך קטנים וקטנות, און דערנאך באווייזן זיי דאס ווי אזוי זיי האבן אין דערויף אויסגעפירט, און ס'איז געווען בהצלחה, כל ראיעם ישבחון ויברכים", אז זיי זיינען זרע ברך הוי,"' ובמיוחד אין די צוגרייטונגען צו ימי הפורים האלו, על אחת כמה וכמה במשך פון ימי הפורים, כולל אויך דעם צווייטן טאג פורים, וואס דאס איז אויך שושן פורים, און מ'זאל כמדובר כמה פעמים בקרוב ממש, אז ס'טאט שושן

10הבירה, פון א בירה פון א ניט-אידישע מלוכה, קומט מען גלייך צו דער בירה וואס דאס איז דער וואס אחרית וראשית שלו, וואס דערפאר ווערט ער דאך אויך אנגערופן אחשורוש, כמובא אין מדרש און אין מעורר איר ובכמה מקומות, און מ'געפינט זיך מיטן אויבערשטן אליין ב בירתו, וואס דאס איז אין ארץ הקודש און אין ירושלים עיר הבירה, גופא געפינט מען זיך אין ארמין המלך וואס דארטן געפינט זיך די ספרי-תורה פון דעם מלך, על אחת כמה וכמה וואס ער האט דאך צוויי ספרי תורה, על אחת כמה וכמה אז דאס רעדט זיך אלס א הכנה צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט געפינט מען זיך אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הבירה, און דארטן גופא אין בית המקדש, אין ארמון המלך, און דארטן גופא אין קודש הקדשים, כמדובר כמה פעמים, ותיכף ומיד ממש. און דערפאר איז מען אויך גלייך איז מען ממשיך און מ'פארענדיקט דאס, דעם צוזאמענקלייבן זיך, און דערנאך אויך איבערגעבן כל ענינים האמורים צו יעדערן וואס ווייס נאך ניט, אדער ווייס ניט מיטן גאנצן שטורעם, אויף פועל'ן ביי אים דעם שטורעם גרייגר'ן צו מרדכי היהודי אויף אלע אידישע זאכן, וואס דאס נעמט זיך מחת במקמת דעם מרדכי היהודי, מרדכי בדורו כמשה בדורו, כמדובר כמה פעמים, און מ'גייט צוזאמען מיט משה רבינו און אהרן הכהן, וכל קדושי עליון, ביז נשיא דורנו, והקיצה ורבננו שוכני עפר צוזאמען מיט אלע נשמות בגופים, ביתר שאת וביתר עוז ובחזקה פון ג'פעמים, כמוזכר לעיל. און מ'איז ממשיך פארענדיקן דעם אסתר תענית צוזאמען מיט אסתר המלכה און מרדכי היהודי, ווארום מ'האט גלייך אלס צדיקים, איז זייער תחיית המתים איז דאס גלייך בהתחלה, פארענדיקן מיט זיי צוזאמען

11אסתר תענית און דערנאך איז מען ממשיך מיט זיי די שמיעת המגילה און קריאת המגילה, על אחת כמה וכמה כל שאר הענינים, על אחת כמה וכמה מתנות לאביונים, על אחת כמה וכמה משלוח מנות איש לרעהו, וואס צוליב דאס מקיים זיין בעתו ובזמנו, דארף מען דאך האבן די הכנה בעוד מועד, על אחת כמה וכמה די הכנה אין דעם ערב, מעפורי ממש, וואס דאס איז דאך דער טאג לפני זה איז שלשה עשר באדר, ובפרט נאך באדר שני, וואס דאס איז דאך אויך בגימטריא אחד, היפך פון דער טענה המפוזר ומפורד אז דאס איז דוקא א גוי אחד אפילו ווי ער איז נאך אין ימי הגלות, מפוזר ומפורד בין הגויים איז גלייך בשעתא חדא וברגעא חדא ווערט מען בגלוי פארבונדן מיט הוי'אחד, בפרט נאך אז מ'האט זיך מגלה-געווען אן ענין אין תורה אחת, וואס דאס איז דאך אויך גענומען די דברי כבושין פון ספרי התורה שבכתב און תורה שבעל-פה, וכמוזכר לעיל, אט די אלע ענינים זיינען נאכמערער מוסיף, אז מ'האט דעם חיפזין דקדושה, און תיכף ומיד ממש גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, נאך אין דעם המשך צו תפילת המנחה פון אסתר תערנית תשמ'ט, און מ'גייט אלע צוזאמען מיט א ריקוד הכי גדול בשמחה ובששון וכו ביז מיט אורה ושמחה וששון ויקר, מיט די אלע פירושים שבדבר. ועוד והוא העיקר נאך תיכף ומיד ממש, ניט ווארטנדיק אויף ימי הפורים, נאר מ'האט דעם אורה ושמחה וששון ויקר מיט די אלע פירושים שבדבר נאך אין דעם טאג שלפני זה, וכמדובר כמה פעמים. און מ'איז מסיים מיט דעם ענין נתינת הצדקה, און גלייך נאך דערויף אויך די הכנות און די צוגרייטונגען צו מסיים-זיין דעם עת רצון מיטן גאנצן אסתר תענית,

12נאך אויך די תפילת ערבית וואס זי איז כנגד יעקב אבינו, וואס ער האט דאס מתקן געווען, און וואס אויך דער בית-מקדש השלישי איז דאך אויך פארבונדן מקדש אדנ-כוננו ידיך מיט יעקב, משא נכן די צוויי בתי-מקדשות, איז דאס כנגד אברהם שקרו און כנגד יצחק שקרו, משא נכן דוקא יעקב קרוב בית, און מ'האט דעם מקדש אדנ'כונן ידיך תיכף ומיד ממש, אין אן אופן פון א בית און פון א קביעות, און ביז אין אן אופן נצחי. און מ'איז מסיים דעם אסתר תענית און אויך כל הענינים האמורים מתוך תוספת שמחה ובניגון של שמחה, ותיכף ומיד ממש די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים