עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

90 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי גערעדט פריער אז דאס איז א אגרת, דער בריוו וואס דער אלטער רבי האט געשריבן, און ס'איז דאך באוואוסט, אז דער אלטער רבי האט מדייק געווען, האט זיך אויסגערעכנט מיט די אויסדרוקן און מיט די ווערטער וואס ער האט באנוצט ניט סתם שרייבן אז ס'זאל זיין א שיינע מליצה און א שיינער אויסדרוק,

2נאר צוזאמען מיט דער שיינקייט זאל דאס אויך האבן אין זיך אן אינהאלט וואס דער אינהאלט קען איבערגעגעבן ווערן נאר מיט דעם אויסדרוק, און אויב מ'דארף האבן צוויי ווערטער אדער דריי ווערטער איז אט דעמאלט דארף דאס זיין צוויי אדער דריי ווערטער, ניט מער און ניט ווייניקער.

3וואס אט אזוי איז אויך אין דער אגרת הקודש וועגן דער גאולה, וואס דער אלטער רבי, ווי גערעדט פריער, הויבט דאס אן דערמיט, אז מ'זאל גלייך וויסן, אז זיין גא איז דאס אן ענין וואס 'לעשות בארץ' אז דאס דארף פארשפרייט ווערן און געבראכט ווערן צו אלע ווינקלין פון דער ערד,

4ווארום וואו ס'זאל נאר זיין א מקום וזמן קען מען, דורך דער שיטה און דורך דעם צוגיין, מאכן דעם מקום פאר א מקום טהור פאר א איינעם ארט, און דערנאך אויך פאר א מקום קדוש פאר א הייליקן ארט.

5ועד"ז אויך בנוגע צו זמן, אז יעדער רגע זאל זיין אנגעפילט מיט אן אינהאלט וואס דאס איז זורין ביז וואנענט אז דער אינהאלט ווערט ליכטיק און הייליק.

6און דערביי נוצט ער די צוויי אויסדרוקן הגדיל והפליא.

7וואס ווי גערעדט פריער, איז דאס ניט סתם אזוי ווי ס'איז דא אמאל אין א פסוק וואס ס'ווערט באנוצט די ביידע ווערטער איז שרייבט דאס דער אלטער רבי אראפ אין זיין בריוו,

8פונקט אזוי ווי אין פסוק וואו ס'ווערט געבראכט די ביידע תוארים איז דאס אויף צוגעבן איין ענין וואס ער ווערט אנגערופן בשם הקדיר און א צווייטער ענין וואס ער ווערט אנגערופן בשם הפליא אט אזוי איז אויך ווי דער אלטער רבי אין זיין בריוו וויל ארויסברענגען אז דאס וואס ס'האט געטראפן,

9וואס ס'האט זיך אויפגעטאן דורך זיין גאולה איז דאס סיי אין אן אופן פון הגדיל סיי אין אן אופן פון הפליא.

10וואס דאס גיט אן ענטפער אויף כמה שאלות, און וואס נאכמערער אויף כמה קשיות, וואס מ'פרעגט ווי אזוי קען מען צוגיין און פארנעמען זיך מיט הפצת המעינות חוצה, בנוגע צו לומדי תורה ומקיימי מצוות, מ'וועט פארשפרייטן די מעיינות החסידות.

11ועל דרך זה בהנוגע צו אלע אידן, ווארום יעדער איד איז דאך דאך אדער א לומד תורה אדער א שומר מצוות, אדער ביידע זאכן.

12ביז וואנענט אז ווי די גמרא זאגט דאך, אז ”אפילו פושעי ישראל” איז דאך ”מלאה מצוות כרימון”, און אפילו אן עם הארץ איז דאך אויך מקיים והגיסה בה ביומם ולילה, ווארום ער זאגט פסוק ”אחד שחרית ופסוק אחד ערבית”.

13ועל דרך זה אויך פאנאנדערשפרייטן די ענינים פון צדקה ומשפט, ביז וואנענט אז דאס זאל דערגרייכן בארץ וואו נאר א ווינקל אויף דער וועלט, און וואו נאר א רגע אין זמן,

14בשעת מ'גיט זיך א קוק ארום זיך, זעט מען, ווי דער לשון פון תניא, אז 'עולם העשי' איז רובו רע והקליפות גוברים בו בשעת מ'קוקט ארום אויפן ערשטן בליק,

15זעט מען, אז די ניט-גוטע כוחות-אט די כוחות וואס זיי שטרעבן אויף מזיק זיין און אויף ניט רעכענען זיך מיט די צדקה ומשפט האבן זיי א סך מענטשן אונטער זייער פקודה, און האבן א גרויסע ארמיי מיט אלע טעכנישע מעגלעכקייטן,

16וואס ווען מ'וויל איז ”רגע כמימרי” קען מען ברענגען א היפך פון בנין בשעתא חדא וברגעא חדא, ביז וואנענט אז מ'באטראכט זיך, אט די מענטשן מיט וועלכע מ'קען רעדן, אז זיי זאלן זיך פארנעמען מיט פארשפרייטן צדקה ומשפט זיינען זיי מועטים,

17מעט המה זיי זיינען מתי מספר א קליינע אין צאל, איז ווי קען מען פארלאנגען פון זיי, אז זיי זאלן זיך מוסר-נפש זיין, און ארבעטן מיט א גרויסער וועלט ארום זיך, וואס זי האט אזויפיל הונדערטער מיליאנען אין איין מדינה, און נאך הונדערטער מיליאנען אין א צווייטער מדינה,

18ביז וואנענט אז אין יעדער מדינה געפינט מען זיך אט די וואס דרכם להזיק ודרכם לקלקל און אט די מתא מספר אט די עטלעכע מענטשן זאלן זיך איינקערן און פאנאנדערשפרייטן דער לימוד החסידות בתוככי בני ישראל,

19און דער לימוד ללכת לשמירת דרך ה אין צדקה ומשפט אין דער גאנצער וועלט ארום זיי.

20און אויף דערויף ענטפערט מען אים, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער האט דאס אנגעזאגט, און דער אויבערשטער איז דאך א משגיח על כל אחד ואחת 'בהשגחה פרטית', ווי דער אלטער רבי ערקלערט בארוכה אין שער היחוד והאמונה,

21אז ס'איז ניט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן מיט טויזנטער יארן צוריק, און דערנאך איז חס ושלום ”עזב ה' את הארץ” די וועלט קען זיך פירן ווי זי וויל, און דער אויבערשטער געפינט זיך אין די הימלען נאר ”מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית” ווי דאס איז געווען אין די ששת ימי בראשית.

22געפינט זיך דער אויבערשטער אין יעדער ווינקל פון דעם ארץ און אין יעדער רגע פון דעם זמן, אין דעם ארט וואו ס'געפינט זיך אט דער מענטש וועלכן מ'האט ממנה געווען, וועלכן מ'האט אויסגעקליבן און באשטימט, אז ער זאל דורכפירן א תפקיד, וואס אויב נאר ער וועט מקיים זיין דעם ”ובחרת בחיים” איז אט דעמאלט וועט ער מצליח זיין בזה.

23און ס'קען דאך ניט זיין, אז דער אויבערשטער זאל חס ושלום ניט וויסן דעם חשבון, און ארויפלייגן א תפקיד און אן ארבעט און אן עבודה, וואס ס'איז שלא לפי הכח, ווארום שונא הקב"ה בא בטרוני אים בריותיו די אויבערשטער פארלאנגט ניט פון א מענטשן מערער וויפל פון די כוחות וואס ער האט אים געגעבן אויף דורכפירן זיין תפקיד.

24איז דאך מצד אמונה פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ער איז א מאמין בה,' ער גלויבט אז דער אויבערשטער איז דער בורא עולם ומנהיגו, איז ער ניט נוגע די חשבונות, און ס'איז ניט נוגע וואס מ'איז אים מסביר אז דאס איז א שווערע זאך און אז דאס איז אן אוממעגל און אז ס'איז ניט לויט זיינע כחות וויבאלד אז ס'איז דא די הוראה פון דעם מנהיג העולם,

25אז דאס איז זיין תפקיד און סוף כל סוף וועט מען מצליח זיין.

26פרעגט מען אבער אויף דערויף די שאלה, אז דאס איז גוט מצד אמונה, מ'האט דאך אבער פריער גערעדט, אז חב"ד וויל אז מ'זאל דאס אויך פארשטיין אין שכל.

27איז אמת טאקע, ער גלויבט אז דאס איז אזוי, במילא וועט ער טאן תפקידו באמונה, אבער אויב ער וועט דאס טאן מערניט ווי מיט אמונה אליין, און זיין שכל איז דערביי ניט זיין, און דער געפיל פון הארץ איז דערביי ניט זיין קען דאך ניט זיין ער זאל מצליח זיין אין דעם אופן ווי ס'ווערט פון אים ערווארטן.

28און אט דא שרייבט דער אלטער רבי, אז הגדיל והפליא ”הוי' לעשות בארץ” ס'איז דא די צוויי ענינים, ס'איז דא דער הגדיל און ס'איז דא דער הפליא.

29און ברענגט די ראי' פון זיך אליין, ווי ס'איז געווען מיט זיין גאולה.

30וואס ווי איז געווען אין זיין גאולה?

31איז דאך געווען די מסירה, אז ער איז א מורד במלכות, דאס הייסט, אז ער גייט אנטקעגן דעם גאנצן משתר, אנטקעגן די מלכות פון דער מדינה וואו ער איז דעמאלט געווען פון מדינת רוסי,

32און ווי מ'ווייס דאך ווי אזוי בכלל ווי מ'האט זיך דעמאלט גערעכנט מיט א אידן ס'איז ניט חשיבות וואס ער האט פארנומען על אחת כמה וכמה מיט א אידן וואס מ'האט אים חושד געווען און ס'איז געווען א מסירה אז ער איז א מורד במלכות.

33וואס לכאורה איז ניט געווען קיין מקום אין טבע אז ער זאל מנצח זיין און ער זאל אויספירן, על אחת כמה וכמה אין אן אופן אז דאס זאל זיין כל שרי הארץ, איז נפלת היא בעיניהם אז זיי אליין האבן מסכים געווען אז מ'דארף אים באפרייען,

34און אין אן אופן פון חירות, און ווי דער אלטער רבי זאגט, אין אן אופן פון ”פדה בשלום” ניט וואס ער האט זיי מנצח געווען, נאר זיי האבן מסכים געווען בשלום אז מ'דארף אים באפרייען.

35און אט דאס איז געווען אין די צוויי אופנים פון הגדיל והפרי.

36איין ענין איז געווען הגדיל וואס דאס איז דער טייטש כפשוטו דער ענין פון גרויסקייט איז היפליא איז ניט דער ענין פון גרויסקייט, נאר דאס איז אן ענין של פלא, דאס איז א וואונדערלעכע זאך וואס מצכל פארשטייט ער ניט, ער זעט אבער אז דאס איז אזוי.

37און דאס איז, ווי גערעדט פריער, אז בשעת מ'דארף מפיץ זיין די צדקה ומשפט אין א קרייז וואס ס'האלט ניט דערביי, און אף על פי כן זאגט מען, אז מ'דארף דאס טאן מיט דער הוספה בזה,

38אז ניט ער דארף דאס טאן דערפאר וואס ער דארף זיך מוסר-נפש זיין, נאר דערפאר וואס סוף-כל-סוף וועט זיין דער ידו על העליונה ווי דער פסק-דין בית-דין של מעלה הידועה ואחרי הגאולה, ווי ס'איז שוין געדרוקט אין די רשימות פון רבי דער נשיא איז דאס אויף צוויי וועגן, איין וועג דער הגדיל און דער צווייטער וועג דער הפריד.

39הגדיל איז, אז סוף-כל-סוף קען מען דאס געבן יענ דערנאך איז דא א נקודה וואס אויב מ'זעט אז בשכל קען מען דאס אים ניט געבן צו פארשטיין, אט דעמאלט איז הפליא באווייזט מען אים א פלא, וואס צי ער פארשטייט בשכל צי ניט, אבער ער מוז אנערקענען אז דאס איז אזוי.

40און אט דאס איז, ווי גערעדט ווי די גאולה האט באוויזן, ווי דאס דיקט זיך אויך אויס, כידוע, אז מ'האט דעם אלטן רבי'ן געשטעלט כמה שאלות, און לויט זיין ענטפער אט דערפון האט אפגעהיינגען ווי ס'וועט זיין דער פסק דין, צי מ'וועט אים באפרייען צי חס ושלום פארקערט.

41איז ווי ס'גייט סיפורי החסידים, איז אויף אלע שאלות האט ער געענטפערט.

42אויף איין שאלה וואס ער האט דאס ניט געקענט געבן צו פארשטיין בשכל, אז אויף ס'זאל אויך פארשטיין זיין חוקר, אט דער וואס האט געפראוועט די רפיר די חקירה ביי אים, האט ער אים ניט געענטפערט מ'האט דערנאך געזאגט, אז שמחה ממטיק דינים.

43וואס וואס איז די הסברה בזה?

44אז ניט מ'ענטפערט יענעם מצוחו, נאר מ'איז מבטל די שאלה אן קיין הבנה והסברה, נאר בשעת יענער זעט, אז דער ביטול פון דער שאלה איז אין אן אופן, אז מ'לאכט גאר דערפון, אז ס'האט גאר מלכתחילה קיין ארט ניט אז מ'זאל גאר פרעגן די שאלה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון אפלאכן.

45אזוי איז דא א זאך וואס ס לייגט זיך אין שכל, לייגט זיך ניט אין שכל, ביז וואנענט אז ס'קען זיין מהר אמר חדא נאר האט אויף זיך א בארפלוגתא, ס'איז אבער דא א זאך וואס דאס איז אויף אזוי פיל קיין ארט ניט אין זיין שכל, אז ער האט גאר ניט וואס צו ענטפערן און ער דארף גאר ניט ענטפערן מיט ווערטער צי ער לאכט זיך אויס פון דער גאנצער שאלה.

46און פונקט אזוי ווי ס'האט גע' מיט הבנה והסברה אויף די אנדערע שאלות האט אזוי האט גע'פועל'ט דער הפני דער אפלאכן א דבר פלא אן הבנה והסברה, אז מ'זאל אנגענומען ווערן אויף מבטל זיין אלע שאלות ותענות וואס מ'האט אויף אים געהאט די טענה.

47און אט אזוי איז אויך בהנוגע צו די אויבן דערמאנטע שאלה, בשעת מ'וויל האבן א הסברה אין 'הבנה והשגה', ווי אזוי קען מען סוף-כל-סוף פועל'ן אין א וועלט וואס הקליפות גוב אז די וועלט זאל זיין בשלום, דער רזוב תעזוב עמו אז זיי זאלן מיטארבעטן מיט די וואס זיי ווילן מפיץ-זיין צדקה ומשפט,

48און מיטארבעטן מיט די וואס זיי מאנען ענינים של מסירת-נפש, וכיוצא בזה, איז אט דעמאלט די הסברה בזה הגדיל, על דרך ווי מ'זאגט אויף ”פדה בשלום” אין ירושלמי,

49אז ”ברבים היו עמדי” אז אנשי הפשלום האבן מתפלל געווען אז דוד זאל מנצח זיין אזוי איז אויך דא דער הגדיל, אט וויפל ס'זאל ניט זיין גרויס די מחנה מיט וועלכע מ'דארף הארעווען אויף איבערמאכן זיי, אז זיי זאלן אננעמען דעם דרך פון צדקה ומשפט,

50דער ”לעשות צדקה ומשפט” דא בארץ איז נאך גרעסער די מחנה וואס ס'האלט דערביי שוין ווארום סוף-סוף איז בעצם ובפנימיות, אויף וועגן מ'וויל משפיע זיין פילט ער אליין אז ס'דארף זיין א צדקה ומשפט.

51נאר וואס דען? מצד די תאוה מיטן רצון איז דאס מטה את השכל, דער השוחד ייעבד דאס פירט אים אראפ פון וועג, און ער קען זיך ניט איינהאלטן און וויל טאן א זאך וואס קומט אים אן לייכט, כדי צו ממלא-זיין טהותו ורצונו.

52און ווי ס'שטייט דאך אין ספרי מוסר אויף דערויף די הוכחה, אז גלייך נאכדעם ווי ער האט ממלא-געווען דעם תאוה ורצון, איז די רגע לאחרי זה איז ער אליין פון זיך ניט צופרידן וואס הייסט ער האט געטאן אזא זאך.

53אט די וואס מ'דארף בא זיי ערשט פועל'ן צדקה ומשפט, ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין ביי א טייל פון זיי מוז מען אנקומען צו דעם וועג פון היפך פון חושך שבטות איני בנו.

54איז ניט דער פשט, אז בא זיי איז א מחנה גדול און דא איז א מחנה קטן אט די וואס זיי זיינען אנשי אויף שלום, ועל דרך זה בא נוגע צו אומות העולם-אט די וואס זיי זיינען היפך אויף צדקה ומשפט, איז בא זיי גופא דא צי דאס איז לגרמיהו מאיזו סיבה שתהי' איז דא דער ענין,

55אז ער בפנימיות וויל אז ס'זאל זיין צדקה ומשפט, און ווי מ'פרעגט ביי אים אליין צי וויל ער אז מ'זאל דאס טאן צו זיינעם א זון אדער צו זיינעם א ברודער אדער צו זיין פאטער.

56וואס אט דעמאלט כאפט ער זיך, אז דאס איז ניט קיין סדר, און אט אזוי ברענגט מען אים סוף-כל-סוף צו דער מחנה, אז ניט נאר ער זאל ניט שטערן נאר ס'זאל ווערן דער אזור תעזה ועימו

57וואס דאס איז די נקודה וואס ווי גערעדט כמה פעמים, אז דער אמיתית ענין תעמולא פון פראפאגאנדע איז, אז ניט מ'פועל'ט בא יענעם, אז ער זאל מקבל זיין א שיטה מיט א סברא א נייע וואס קומט צו אים מבחוץ דער בעסטער וועג איז, אז מ'איז מגלה ביי אים, אז ער אליין האלט גאר בא דער שיטה.

58נאר וואס דען? ער האט זיך ניט פאנאנדערגעקליבן, צי ער האט געקוקט אין א צווייטע זייט האט ער ניט געזען אז דאס איז גאר זיין שיטה.

59וואס דאס איז דער ענין פון הגדיל, אז ווי גרויס איז יענע מחנה איז, איז בדוגמא ווי ס'איז דעמאלט געווען אז די אנשי על שלום התפללו, אז דוד זאל מנחצח זיין במלחמה געפינט מען די וועג צו אט דיעה אויף מסביר זיי זיין, בשעת מ'האלט זיי אפ פון די ענינים בלתי רצויים,

60ווערט מען ניט אזוי מושקע אז דער שכל האט נאך אויך א דיעה, איז דורך דעם שכל קומט מען צו צו דער הבנה והסברה, אז ער דארף אויך וועלן צדקה ומשפט, ווי גערעדט פריער, ווארום דאס וועט מזיק זיין אים אין זיינע ענינים ועניני בני ביתו.

61וואס דאס איז אלץ ווען ס'רעדט זיך וועגן ענינים גשמיים און ענינים בין אדם לחבירו אט דעמאלט האט ער די הסברה אז דאס קען שאטן זיינעם א זון, ווארום דער צווייטער וועט טאן צו זיין זון דאס וואס ער טוט צום צווייטן זון, אדער צו א ברודער אדער צו א פאטער.

62בשעת אבער די כוונה איז דאך, אז ס'זאל זיין דער ”ושמרו דרך הוי” אז ניט נאר מ'זאל טאן צדקה ומשפט, דערפאר וואס דאס איז גוט פארן גוף און פאר זיין זון און פאר זיין ברודער און פארן פאטער, ווארום אט דעמאלט ווייס מען ניט ווארום לפתר פתים קען מען דאך אין אים אויפוועקן די טאוה ורצון מיט א תוקף גדול, אז דער שכל וועט ניט קענען ביישטיין.

63וואס דערפאר דארף דאס זיין מיוסד און דארף זיין באגרינדעט, אז דער ”לעשות צדקה ומשפט” איז דאס דערפאר וואס דאס איז דרך השם.

64ס'איז דא דער אויבערשטער וואס האט אזוי אנגעזאגט דארף מען אים פאלגן.

65וואס דעמאלט העלפט ניט אפילו ער טראכט אז ער איז ק און וועט זיך קענען אויסדרייען מכל עונש, אז קיינער וועט גאר ניט וויסן אז ער האט דאס געטאן וכו ער קען זיך אבער באהאלטן מערניט פון א מענטשן,

66אבער היתתר איך במסתרים ואנכי לא אראנו פון דעם אויבערשטן קען ער זיך ניט באהאלטן.

67און אט דא פרעגט ער, ער פארשטייט דעם הגדיל, ער קען יענעם מסביר זיין, אז יענער וועט אויך וועלן ס'זאל זיין צדקה ומשפט, ווארום דאס קען אים אליין שאדטן,

68ווי אזוי קען ער אים מסביר זיין דער עיקר אז דער והגדיל והפליא קומט אויף די שם לעשות ברך אז דאס איז פארבונדן מיטן 'דרך הוי' וואס דערפון קומט דאך אויך ארויס די הלכה וואס דער רמב"ם פסק'נט, אז שבע מצוות בני נח דארפן זיי דאס מקיים זיין דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אזוי אנגעזאגט דורך משה רבינו.

69ניט דערפאר וואס דאס לייגט זיך אין ”שכל, אויב מצד שכל” ניט דאס איז דער ענין פון שבע מצוות בני נח, וואס ענינם איז ישוב העולם ”לא לטוהו בראה אלא לשבת” יצרה.

70און אויף דערויף ענטפערט מען אים הפל י מ'באווייזט אים אין זיין אייגענעם לעבן, אז ס'איז געווען א דבר פלא, וואס ער אליין האט געזען די נפלאות הבוראות, אין זיין פערזענלעכן לעבן, וואס דאס מוז ער דאך קומען צו דער איבערצייגונג, אז ס'קען ניט זיין אז דאס איז מצד ”חוקי הטבע”,

71ווארום מצד ”חוקי הטבע” האט דאס קיין ארט ניט געהאט אז דאס זאל טרעפן אין אזא מין אופן מ'מוז זאגן, אז ס'איז מערניט דערפאר וואס דאס איז א כח עליון, דאס קומט פון דעם אויבערשטן וואס ער איז בעה'ן וועלן.

72וואס דאס איז אפילו ווען מ'דארף אים ברענגען א ראי' פון א חיי איש פרטי, האט ער דעמאלט א הסבר, אז דאס איז ביי אים, פון וואנענט ווייס ער, אז דער אויבערשטער איז בעה' אין דער גאנצער וועלט.

73בשעת ס'רעדט זיך אבער וועגן הונדערטער טויזנטער מענטשן, וואס זיי זיינען געווען אין א מעמד ומצב פון עבדות פרך, און האבן ניט געהאט קיינע אופנים און קיינע מעגלעכקייטן און דאס וואס מ'האט זיי דערנאך ארויסגענומען פון עבדת פרך איז דאס ניט געווען דערפאר וואס זיי האבן אויפגעהויבן א מרד,

74און זיי האבן ניט געוואלט פאלגן, און זיי האבן מלחמה געהאלטן, און דערפאר האט מען געמוזט זיי נאפגעבן, דערפאר וואס ס'איז געווען ברכב ובסוסים דאס איז געקומען ניט מצד עבודתם הם און ניט מצד דעם מרד שלהם דאס איז געקומען גאר מבחוץ.

75וואס בשעת זיי באטראכטן זיך ווי האט דאס געקענט פאסירן ”אין דרך הטבע” האט דאס ניט געהאט קיין ארט.

76ס'איז געווען עבודת פרך, מ'האט דערפאר גארנישט ניט געדארפט צאלן, ס'איז ניט געווען קיינע ענינים וואס האבן מבלבל געווען אז דאס זאל ניט קענען אנהאלטן אזוי הונדערטער יארן לאחרי זה, און אף על פי כן איז ”לב מלכים ושרים ביד” ה איז מיטאמאל געווארן א תנועה וואס הא� צו דעם ביטול פון דער עבדת פרת.

77וואס דאס באווייזט דאך ניט נאר אז דער אויבערשטער איז באלעבאס בנוגע צו אן איש פרטי, צי א משפחה, אדער אפילו צי הונדערטער אדער טויזנטער מענטשן דאס באווייזט אז דאס האט זיך אפגעטאן אן ענין פון הפלאה, למעלה מכל הסברה בשכל, בנוגע צו מיליאנען מענטשן מבחוץ, וואס דאס איז מבחוץ מהם,

78וואס דאס האט דערנאך געהאט א השפעה אויף ארויסנעמען מיליאנען מענטשן פון עבדת פרך.

79און בשעת דעמאלט איז דאך געווען, און ווי מ'האט דאס געזען די הסברה בפועל איז דאס געווען בשם הצדקה ומשפט, ומצד אט דער הסברה אז מ'דארף פאלגן דעם אויבערשטן ווי מ'ווייס דאך דאס בפועל אט דאס איז דער צווייטער ענין, וואס ניט נאר הגדיל נאר אויך הפליא און ניט נאר אז דאס בלייבט אין זיינע ד' אמות בחייו הפרטיים,

80ניט נאר אז דאס בלייבט אין ”חיים רוחניים” שלו, נאר ווי דער אלטער רבי שרייבט, דער לעשות בא ארץ אז אין דער וועלט ארום אים זאל זיך אנהערן דער הקדיל און זאל זיך אנהערן דער הפליא וואס אט דאס איז בכל יום ויום,

81על אחת כמה וכמה אז ס'קומט א טאג אין יאר, וואס דעמאלט ווערט באנייט די ענינים ווי ס'שטייט אין כתבי האריז"ל אז אין תקופת השנה ווערן נאכאמאל נמשך די המשכות והשפעות ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה,

82און ווי אויך כפשוטו, אז ס'קומט דער יארטאג, אט דעמאלט איז דאך די צייט וואס זיי קארן מיט א לעבעדיקייט און מיט א ספעציעלע ליכטיקייט אויף באלייכטן דעם לעבן אויך בהוה.

83אט דאס גיט אויך די הסברה, אז אזוי ווי ס'איז געווען דעמאלט ביי ”רבים צריכים לו”, דער ענין פון הגדיל והפלי הוי' לעפות בארץ אט אזוי ווערט דאס אויך בא יעדער פון די רבים בכל הדורות שלאחרי זה,

84ביז אז דאס ווערט פארשפרייט צווישן די אומות-העולם, אויף באמת איז דא דער ענין פון הגדיל ס'דארף אבער אויך זיין די הכרה וידיעה, אז דאס האט געטאן דער אויבערשטער, און אין אן אופן פון הפלי,

85וואס דאס האט יעדערער בחיל הפרטים געזען זיכער השגחה פרטית, אויב נאר ער וויל זיך ניט אפנארן האט ער כמה וכמה מאורעות כאלו, על אחת כמה וכמה בהנוגע אין עדין זה, האט מען דאך דאס געזען כמדובר בהנוגע צו מיליאנען מענטשן,

86כמבואר ומסופר בארוכה בספר דברי הימים, וואס דאס מאכט לייכטער די עבודה ומילוי התפקיד, אז ס'זאל אפגעטאן ווערן בשלימות דער פארשפרייטן דער צדק ויושר, על ידי ההקדמה פון ניט נוצן די שיטה פון חושך שבטו, נאר אין אן אופן ווי ס'שטייט אין חינוך, אז ס'טאר ניט זיין קיין מכה אכזריות,

87ס'דארף אבער זיין אן ענין פון היפך פון חושך שבטו, און דעמאלט פארשטייט מען ניט נאר סוף-כל-סוף, נאר גלייך נאכן אנהויבס, אז דאס איז דער טובת המחונך נאך מערער פון דעם טובת הסביבה שמסביב לו,

88ביז וואנענט אז ס'ווערט דער אנשי אויף שלום מתפללין, שינצח דוד, אז זיי אליין ווערן די מסיים אויף להפיס את הצדק והיושר דער ”לעשות צדק ומשפט”, כאמור אז דאס ווערט אפגעטאן אין אן אופן פון ”פדה בשלום”,

89וואס דאס ווערט דאך אויך די הכנה צו דעם ”לתקן עולם במלכות שד-י” בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו בגאולה האמיתית והשלימה.

90לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions