עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

235 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אויף דעם ענין פון ”ואברהם זקן בא בימים” איז דאך דא דער דרוש אין ”תורה אור” פון דעם אלטן רבי'ן, וואס הויבט זיך אן מיט ”יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה, מכל חיי העולם הבא”, און אויף דערויף קומט פון אויבן צוגעשריבן, אז דאס איז ”שייך לפסוק ואברהם זקן בא בימים”.

2וואס פיער איז כמובן אויך די שייכות לויט דעם ביאור וואס ער זאגט דערנאך אין ”תורה אור”, און די הגהות פון צמח צדק וואס זיינען שוין אויך געדרוקט הגהות פון הארות צו דעם מאמר.

3וואס אויף דערויף זאגט מען דאך די דיוק וואס מ'זאגט ”בא בימים” נאך דערויף וואס ער זאגט ”ואברהם זקן” און טייטשט ער אפ אין זהר אז ער האט געהאט אלע ימים שלימים,

4אזוי קען דאך זיין חס ושלום א חסרי יומו אז ס'פעלט א טאג, דערפאר וואס אין דעם טאג האט מען ניט ממלא געווען תפקידו דעם ענין פון 'קיום המצוות', וואס ”אני נבראתי לשמש את קוני” אברהם'ן איז געווען דער עילוי, נוסף אויף כל העילויים וואס ער רעכנט אויס אין די פסוקים און פרשיות שלפני זה,

5נוסף אויפן עילוי וואס ער זאגט אין פסוק עצמו ”ואברהם זקן” און ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש, אז דער אויבערשטער זאגט אויף דערויף בו ולבוש לבושים אז פונקט אזוי ווי דער אויבערשטער איז עתיק יומין ענין פון זקנה אזוי איז אויך ”ואברהם זקן” וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

6אז דאס דערציילט און גיט ארויס די מעלה פון אברהם'ן ווי ער איז ”לבש לבושו של הקב"ה”, ווי דער אויבערשטער איז אין דער דרגא פון עתיק יומין קומט-צו אן ענין וואס איז נאך העכער דער ענין וואס ”בא בימים” און ווי ער טייטשט אפ אין זהר אז ביי אים האט ניט געפעלט קיין איין טאג,

7וואס יעדער טאג איז געווען ממולא מיט מילוי תפקידו.

8און דערפון לערנט מען אפ, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין ”תורה אור”, בהנוגע צו יעדער אידן בכל מקום ובכל זמן, אז ביי אים דארף אויך זיין דער ענין פון ”תשובה ומעשים טובים בעולם הזה” אין אן אופן אז ס'זאל גארנישט ניט פעלן אין די ימים, און ווי מ'שטעלט זיך גלייך אויף דערויף דעם דיוק,

9אז לכאורה איז וואס איז דא נוגע אז דאס זאל זיין פארבונדן מיט ימים ובפרט נאך ווי ער זאגט אויך אין תורת הבעל שם טוב, אז מ'דארף מדייק זיין בכל יום אין מקיים זיין מצותו,

10על דרך ווי מ'זאגט בכל יום עברה אחקה וואס אויף דערויף פרעגן זיך רבותינו נשיאינו, וואס איז דא דער דיוק אז ס'זאל זיין בכל יום, ער קען דאך טאן ביום אחד שני מצוות, וואס דערמיט האט ער אויפגעטאן לכאורה דעם סעלבן ענין ווי ער וועט טאן יעדער מצוה בכל יום שלו.

11און אף על פי כן איז מען אויף דערויף מדייק און מ'זאגט אז דאס איז די מעלה פון אברהם'ן, וכאמור לעיל נאך גרעסער פון דער מעלת אברהם ווי ער איז לבושי ער שטייט אין א דרגא פון עתיקע יומי.

12וואס איינער פון די ביאורים בזה איז דאך, אז דער ענין פון תורה ומצוותי ותשובה ומעשים טובים ווערן דאך אנגערופן בשם לבוש וואס על דרך ווי א לבוש דארף מען האבן, ווי מ'ברענגט אויף דערויף די דוגמא,

13אז ס'איז דא אן אור גדול ביותר בדוגמא ווי אור השמש הוי קען מען דאך אים ניט פארנעמען מצד גודל ”אורו ותקפו, בשעת” מ'האט אבער א לבוש, א מסך, וואס דורך דערויף איז דא די מעגלעכקייט מ'זאל אויפנעמען און מקבל זיין און קולל זיין דעם אור השמש, דעם אור הכי גדול.

14וואס אזוי איז אויך לחזות בניהם הוי ווי ער איז מבאר בארוכה אויך אין אגרת הקודש, וואס די כוונה איז דאך, אז א נשמה בגוף און ווי זי ווערט איין זאך מיטן גוף, זי האט אויף זיך די מדידות והגבלות פון דעם גוף,

15און ביז וואנענט אז די נשמה איז דאך כידוע לשון רבותינו נשיאינו, אז דאס איז ווי אלקות שטייט אין אן אופן פון נברא כביכול, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דאס איז א דביקות בלתי נקרת,

16וואס דא ווערט דאך דער חידוש הכי גדול, אז ניט קוקנדיק אויף מעמדה ומצבה נעמט זי אויף דער ענין פון תורה מיט דעם נועם הוי ביז אין אן אופן אז דאס ווערט איין זאך מיט דעם נברא מיט דער נשמה ווי זי שטייט אין א ציור פון נברא.

17וואס לכאורה איז דאך דאס א חידוש הכי גדול, און ס'ווערט דאך די שאלה ווי אזוי קען דאס דורכגעפירט ווערן.

18וואס אויף דערויף איז די הסברה, אז דאס ווערט אויפגעטאן דורך די לבושים פון תורה ומצוותי וואס דער לבוש הממוצע און אויך א מחבר האט אין זיך סיי פון דעם וואס למעלה פון די ביידע ענינים וואס ער דארף מחבר זיין,

19על דרך זה איז אויך תורה ומצוותי בא זיי זיינען דאך דער ”רצון העליון וחכמתו, וואס הוא וחכמתו רצונו אחד” און דאס ווערט ווי תורה איז דא למטה,

20ווי תורה ומצוות זיינען אראפגעקומען אין אן אופן אז זיי זיינען אנגעטאן אין שכל גשמי, ביז וואנענט אז ווי ער זאגט אין תניא אז זי איז זיך מתלבש אין דיו כתוב על הקלף, ביז אין אן אופן אז זי איז זיך מתלבש ”אין טענות שקר” און איז זיי מברר,

21על דרך זה מצוות ”תפילין בקלף גשמי, ציצית בצמר גשמי”, ועל דרך זה בכל המצוות, זיי זיינען פארבונדן מיט ענינים שבמדידה והגבלה, ומדידה והגבלה פון 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו.

22וויבאלד אז זיי האבן אין זיך די ביידע נקודות, איז דערפאר קענען זיי ווערן א לבוש המחבר, צווישן די נשמה בגוף, ווי דאס איז אין אן אופן ווי זי שטייט אין א סיום פון א נברא, מתניהם הוי' מתתמות ומהות, וואס איז למעלה פון גדר פון כל מדידה והגבלה.

23נאר דא קומט אויך צו דער ביאור פארוואס דאס איז פארבונדן מיט יומין דוקא וויבאלד אז תורה ומצוותי' אויף לבושים זיינען דאך אראפגעקומען דא למטה,

24איז דערפאר קען אויך זיין אז ווען זיי ווערן אפגעטאן דורך דעם אדם הלומד תורה ומקיים מצוות, זאל אין דערויף צוקומען ענינים וואס דארפן האבן א בירור וזיחוך וקיבוץ מיט כל הפרטים שבדבר.

25כדי צו באווארענען בנוגע צו תורה דער ענין שלא לשמה, ביז וואנענט שלא לשמה אין תדגה הכי תחתונה, על דרך זה אויך אין מצוות ולבושים בכלל,

26וואס אמאל שטייט דאך אז ס'קען זיין חס ושלום דער אופן פון ”וכל מלבושי אגלתי” אז זיי זיינען ניט אין אן אופן פון טהור ונקי, וואס

27דאס איז דאך בכללות אויך דער ענין וואס מלאכים טוען אויף אז חפיף ”לה וגפיף לה” ונשיק לה אז זיי זיינען מזכך און מטהר די ענינים וואס תחתונים טוען כדי דאס זאל קענען עולה זיין אין די עולמות העליונים,

28ווארום די מעשה התחתונים מיט עצמם, וויבאלד אז דער אויבערשטער האט געוואלט און זיי געפינען זיך אין 'עולם הזה' התחתון שאין תחתון למטה הימנו,

29ביז וואנענט אז דער אויבערשטער האט געוואלט אז ס'זאל זיין אזא מין עולם וואס רובו איז ניט דער ענין פון טוב איז אט דעמאלט איז ”אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא אחטיו” ס'איז דא ביי אים א פרט וואס ער פעלט,

30אף על פי וואס דאס איז ניט חס ושלום מצד די ”עמך כולם צדיקים” דאס איז מערניט וואס נראה עלילות על בני אדם דער אויבערשטער האט געוואלט, בדוגמא ווי ער זאגט דעם משל אין המשך פון ס'וועלך, אז דער בן מלך זאל זיך געפינען אין א מדינה רחוקה,

31און דארטן זאל ער באווייזן זיין כשרון און זיין הכרת האמת, אז ער דערקענט דארטן דעם ”אמת הוי' לעולם”, וויבאלד אבער אז ער געפינט זיך דארט אין דער מדינה איז דאס בדוגמא פון אן עמוד וואס מ'דארף אים האבן בן ”גן עדן התחתון לגן עדן העליון”,

32ווארום דאס איז אן עליה שלא בערך, ביז וואנענט אז דער חזו דער מרשה און די השגות פון גן עדן התחתון איז דארט מבלבל, על דרך זה אויך דער חזו די הי' עלמא וואס דאס איז מבלבל צו קענען קולט זיין דעם נועם הוי וואס אויף דערויף דארף מען האבן 'עבודת האדם' בזה,

33ביז וואנענט כידוע אויך דער דוגמא, אז אין תורה גופא און ווי תורה איז געלערנט געווארן דורך ר' זירא, איז בשעת ער איז געווען אין בבל קומט דאס ניט צו דעם עילוי וואס ער האט באקומען זייענדיק אין ”ארץ הקודש”, אין ארץ ישראל, ביז וואנענט אז צם ארבעים אדער מאיד אניסא כדי לשכח תלמוד בבלי.

34כדי דאס זאל קענען אויפגעטאן ווערן על ידי המלאכים וכו דארף דאך זיין די התחלה בזה על ידי האדם עצמו, ס'איז דאך ”אדם רוצה בקב שלו” על אחת כמה וכמה כידוע די מעלת נשמות ישראל לגבי מלאכים, איז דערפון פארשטאנדיק,

35אז איידער ס'קומט דער חביב וגפיף לב ונשיק לב און על ידי מלאכים איז דער עיקר הענין פון אראפנעמען דעם חוזר דהי' עלמא אפילו בדקות דדקות צוט זיך דאס אפ דורך א אידן בעצמו.

36וואס דאס איז ענינו פון עבודת התפילה, וואס תפילה איז דאך סולב מוצב ארצה וראשו מגי' השמימה אז ס'הויבט זיך אן פון די התבוננות אין סדר התפילה אין ענינים הכי תחתונים,

37ביז וואס אין תחתון למטה הימנו, און דאס ווערט דער סולם וואס ער איז ראשו מגי' השמימה פון רבינו נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אז מוטב ארצה למטה אפילו פון ארץ און דאס איז מגי' השמימה למטה למעלה אפילו פון שמים און שמי השמים,

38וואס על דרך זה איז דורך דעם סולם איז זיינען עולה די תורה והמצוות וואס א איד טוט-אויף במשך פון דעם טאג,

39וואס פריער, אף על פי וואס זיי שטייען ווי זיי ווערן געלערנט און געטאן אין ארצה, אין 'עולם הזה' התחתון, איז על ידי עבודת התפילה איז ער דאס מעלה מדרגא לדרגא, משלב לשלב,

40איז וואנענט דאס קומט העכער פון אלע ד' עולמות, פון אלע ד' שלבים, ביז אין השמימה, ביז אז ער ווערט נתאחד מיט ”עצמות ומהות ממש”.

41וואס תפילה איז דאך ענינה בכל יום ויום, ווי דער עזל זאגן אז ”תפילות כנגד תמידין תקנום” וואס דאס איז דאך א ענין פון א קרבן היום, וואס דאס איז אויך דער דער נויטיקייט דער הכרח, אז מצוות און תורה זאלן זיין פארבונדן מיט ימים,

42מיט די עבודת היום, וואס דאס איז עבודת התפילה.

43וואס דאס איז דער ביאור ראשון וואס שטייט אין דעם ענין הקשר, וואס דאס איז דוקא מיט ענין הימים.

44דאס איז דאך אבער דורש אויך א ביאור נוסף, דאס איז א ביאור ווען א מצוה וואלט ניט געווען פארבונדן מיט איזה יום שיהי אויף מסביר זיין אויך די שאלה,

45ער קען דאך טאן צוויי מצוות, סיי פון דעם טאג סיי פון א צווייטן טאג, ביום אחד וועט ער דאך האבן די תפילות פון דעם יום, וועט דאך דאס מברר זיין און מזכך זיין און מעלה זיין די ביידע מצוות,

46וואס על פי זה ווערט דאך נאך אלץ ניט פארשטאנדיק, איז פארוואס דארף ער האבן דוקא א מצוה בכל יום שלהם.

47מ'קען דאך ניט זאגן, אז תפילה קען מברר און מזכך זיין מערניט ווי די מצוה פון יום שלה, ניט פון די מצוות פון ימים אחרים,

48וואס לכאורה דאס איז נאך א תמיה גדולה יותר פארוואס זאל זי ניט קענען מברר זיין, ובפרט נאך אז מ'געפינט דאך אין תפילה אויך דער ענין פון תשלומין, ביז וואנענט ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין קונטרס אחרון,

49אז א תפילה מלוקטת קען דאס אויפטאן און ממלא זיין דאס וואס האט געפעלט אין די תפילות פון ”כל ימות השנה, על” אחת כמה וכמה אז א תפילה פון יום אחד זאל קענען אויפטאן כל ענינים וואס תפילה דארף אויפטאן אין דער מצוה פון א יום שלפניה,

50אפילו מצוה של יום שלאחרי ובפרט נאך ווי מ'זעט דאך, און כמבואר בכמה מקומות, אז די תפילות פון יום השבת זיינען מעלה, נוסף וואס יום השבת 'מצד עצמו' טוט דאס, זיינען זיי אויך מעלה די תפילות פון ששת ימי השבוע וואס האבן א שייכות צו דעם שבת.

51וואס דער ביאור וואס פארענטפערט אויך דעם ענין איז דאך דער ביאור הידוע, אז דער ענין פון תורה ומצוותי' איז ווי דער רמב"ם זאגט אז ”תורה ניתנה לעשות שלום בעולם” און ברענגט דאס אראפ אלס א פסק דין בספרו 'יד החזקה',

52על דרך זה ווי די גמרא זאגט אז התורה ”לא בשמים היא” זי איז דוקא בארץ, על דרך זה אויך אין די מצוות, איז דאך מצוות ווי ער זאגט ”לא ניתנו אלא לצרף בהם את הבריות”, ובכללות הענין, ווי ער איז מבאר אין תניא בארוכה, אז הנשמה לא ידעה צוליב תיקון עצמה,

53נאר מתקן את הגוף 'ונפש הבהמית' און חלקה בעולם, אז מ'טוט א מצוה מיט א דבר שבעולם, ביז ווי ער זאגט דארטן במיוחד 'מצות הצדקה', וואס זי איז כנגד כל שקולה כנגד כל המצוות כולם אט דעמאלט איז מען מברר ומזכך ומעלה,

54חלקו בעולם, דער גופא איז 'ונפשו הבהמית', ביז וואנענט אז דורך דערויף ווערט אויך אן עלי' איז נפש אלקית אן עלי' שלא בערך.

55וואס דער עולם בכללותו שטעלט זיך דאך צוזאמען פון מקום וזמן, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין כל יומא ויומא עביד עבידתי' כדי דער זמן זאל האבן זיין תיקון,

56על דרך ווי דער מקום דארף האבן זיין תיקון, על דרך ווי יעדער ענין בעולם דארף מען האבן זייער תיקון, וואס דאס ווערט אויפגעטאן ”על ידי עבודת האדם”, ”אתם קרויים אדם על שם אדמה” לעליון, און די צווייטע נקודה,

57על שם וואס ער איז באשאפן געווארן מן האדמה, וואס דאס איז דאך דומם, און באשאפן געווארן אין אן אופן ווי דאס איז דומם, אף על פי וואס ”הכל הי' מן העפר” זיינען דאך אלע ענינים באשאפן געווארן פון דומם, אבער אין דערויף גופא איז דאך נשתנה בריאת האדם פון בריאות שאר הנבראים,

58וואס ביי אים איז געווען דוקא גלמי ראה עיניך דער ענין ווי א דמה בלייבט אין א ציור פון דומם.

59וואס דערפאר איז אויך אפילו אז ער וועט טאן שני ניסות ביום אחד, איז דאך לכאורה חלקו בעולם האט ער מברר געווען אויך פון דעם טאג שלפניו אדער שלאחריו וכיוצא בזה, על דרך זה אויך גופא 'ונפשי הבהמית', ס'איז אבער געבליבן א יום בשנה וואס ער איז א חסר,

60ס'פעלט אין אים די מצוה, דער ענין וואס מ'דארף אין אים ממלא זיין, אז ס'זאל זיין די ימים שלימים, ניט חס ושלום די יומה חסרה, וואס אט דאס איז דאך אויך דער דיוק אז ”בא בימים” אז בשעת ער איז געקומען צו דעם זמן פון ”אברהם זקן” האט ער געהאט נאך אין זיך אן ענין עילוי נוסף אן ענין הכי נעלה,

61אז ער האט מיטגעבראכט ניט נאר תורה ומצוותי' כל הענינים וואס ער האט געדארפט אויפטאן, צוזאמען מיטן מקום וואו ער האט דאס געטאן?

62ער האט אויך מיטגעבראכט די ימים, אז יעדער טאג איז געווען אויסגעפילט ביז אין אן אופן פון ”את מספר ימיך עמלו”, ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ דעם מספר אויך פון לשון אבן ספיר אז זיי זיינען מתנוטץ על דרך ווי מ'זאגט בשבת דעם מזמור

63פון ”השמים מספרים כבוד” קול ווי ער ברענגט אראפ אין זהר פון לשון מספרים, פון לשון אבן ספיד מתנוצצין וכמבואר בארוכה אין פירוש המילות און אויך אין סידור און אין די דרושים על פסוק זה פון דעם מיטעלן רבי'ן, פון דעם צמח צדק, פון רבותינו נשיאינו שלאחרי זה.

64וכאמור, דאס איז אויף אזויפיל נוגע, וויבאלד אז מ'זאגט אז דאס איז דער עיקר הענין פון 'ירידת הנשמה' בגוף, און גאנצן סדר ההשתלשלות, ביז וואנענט ווי ער איז מבאר אין המשך פון ס'ו'

65אז דער עיקר און דער טעם אמיתי אויף כל סדר ההשתלשלות איז דאס וואס נתאוה הקב"ה שליות ”לו יתברך דירה בתחתונים” איז דאס דער ענין פון מקום וזמן.

66און און ס'דארף אין דערויף אויפגעטאן ווערן דער ענין הדירה סיי אין מקום סיי אין זמן סיי אין כל הענינים וואס זיינען פארבונדן מיט מקום וזמן.

67וואס איז דא די שייכות צו 'חיי שרה'?

68וואס דאס איז ”אברהם זקן” באב הימים איז דאך א חלק פון דער סדרה, ואדרבא אפילו דער חלק פון דער סדרה ווערט דאך אויך אנגערופן אז דאס איז א פרשה אין 'חיי שרה', איז דאס על דרך זה ווי מ'געפינט אויך בנוגע צו 'חיי שרה',

69וואס ס'הויבט זיך אן דער סיפור הדברים, אז ס'איז געווען ”ויהיו חיי שרה” און דערנאך איז מען מסיים אז דאס איז ימי שני 'חיי שרה',

70און ווי רש"י טייטשט דאס אפ אז כולם שווין לטובל וואס לכאורה איז דאך דא דער דיוק ניט פארשטאנדיק ווי אזוי קען דאס זיין כולם ”שוין לטובה” בשעת אין חומש אליין דערציילט ער פון די שינויים וואס איז געווען בנוגע צו שרה,

71ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות הכתובים, אז ס'איז דאך אינו דומה בשעת שרה איז אנגערופן געווארן מיט א י' לבסוף, אדער זי ווערט אנגערופן שרה מיט א ה' לבסוף,

72און ווי דער פסוק זאגט דאס אויף דערויף, אז ס'איז א חידוש נפלא, אז שריי לא תקרה שמה שריי, קיים שרה לשקים, שרה שמה, און ווי רש"י טייטשט דאס אפ, אז שריי איז דאס מערניט א שריי בנוגע צו אברהם'ן, משא' כן שרה איז דאס א ”שרה בכל אין” אלע ענינים,

73וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק דער גודל העילוי בזה, און מ'געפינט דאך, אז רוב שני 'חיי שרה' איז דאך געווען בשעת זי האט געהייסן שרי' מיט א יו"ד, ניט ווי זי האט געהייסן שרה מיט א ה, און דאס זאגט מען כולם ”שוין לטובה”.

74על אחת כמה וכמה לויט מדרשי רז"ל איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז שונא בדומה ווי שרה איז געווען נאך אין חרם, איידער מ'איז ארויס פון חרם,

75אפילו נאך דערויף ווי איידער מ'איז ארויס פון אור קזין דערנאך ווי זי איז געווען בשעת זי איז געווען אין חרם, און דערנאך ווי זי איז געווען בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט אברהם אבינו ”לך לך מארדתך וממולדתך מבית אביך” און ער האט מיטגענומען שרה אויך מיט זיך,

76איז דאך פארשטאנדיק, אז די מעלה פון לך לך ביז ”והגדלה ועבריך והגדלה שמיך והי' ברכה” איז דאס אויך אויפגעטאן געווארן בעשרה, און אף על פי כן זאגט מען, אז דאס איז כולם שוין לטובם.

77ובפרט נאך ווי רש"י גופא ברענגט ארויס, אז ס'איז דא אין דערויף דער חילוק ווי דאס איז אין שבע שנים, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין וואס נוגע ליושב, ווי דאס איז אין עשרים שנה, וואס דעמאלט איז דאס אן ענין וואס איז נוגע צו שלילת החטא, ביז אין אן ענין פון שלימות המספר, וואס דאס איז דער ענין פון מאה שנה.

78און דא זאגט מען, אז ניט נאר אז זיי זיינען אלע געווען טובים, נאר ווי רש"י טייטשט דאס אפ אז כולם ”שווין לטובה” ביז וואנענט אז רש"י דרינקט דאס ארויס פון פשוטו של מקרא,

79דערפון וואס מ'חזר'ט איבער א צווייטן מאל, שני 'חיי שרה'.

80איז דאך ידוע אין דערויף דער ביאור, אז אין יעדן מעמד ומצב איז ”הקבוש ברוך הוא אינו מבקש אלא” לפי כוחו, ער איז אבער מבקש אז לפי כוחו זאל דאס זיין אין אן אופן פון שלימות, אין אן אופן פון תמימות, לפי מצבו ומעמדו, לפי כוחו וואס מ'האט אים דעמאלט געגעבן.

81וואס דאס איז אויך דער אויפטל, אז בשעת ס'איז געווען שבע שנים האט דאס ניט דעם עילוי וואס ס'איז דא אין עשרים שנה, על אחת כמה וכמה דעם עילוי וואס ס'איז דא אין מאה שנה,

82על אחת כמה וכמה דער עילוי וואס ס'איז דא אין כללות כולם פון שבע שנים ועשרים שנה ומאה שנה, אבער בשעת ס'איז געווען אט די שבע שנים זיינען זיי געווען בתכלית השלימות, ביז אין אן אופן פון תמימות, לויט די כחות וואס מ'האט דעמאלט געהאט פון דעם אויבערשטן, און לויט די עבודה וואס דער אויבערשטער האט דעמאלט געגעבן.

83און וואס דאס איז דער אמיתית הטוב וואס ס'איז דא אין די שבע שנים.

84דערנאך זיינען טאקע די שבע שנים עוללים אין דער דרגא פון עשרים שנה און מאה שנה און נאך העכער, בשעת אבער ס'איז געווען אט די שבע שנים איז דער 'תכלית השלימות' שבהם איז דאס לויט די כוחות און לויט די אפשריות און לויט די רשות ”והיכולת נתונה לכל אדם”, וואס דאס בייסט זיך אויך מזמן לזמן.

85ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, און ווי פארשטאנדיק אויך אז מ'זאגט אז ”מעלין בקודש” וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן צו א אידן איז ווי ער שטייט אפילו אין 'תכלית השלימות', אף על פי כן איז אט די שלימות, די תמימה שלו בדרגא זו,

86ווערט דאס א הכנה צו אן עליה בקודש, ביז וואנענט אז דאס ווערט אן עליה שלא בערך.

87וואס על דרך זה אויך איז דאס דער ביאור בנוגע צו שני 'חיי שרה', על דרך זה אויך בהנוגע צו דעם לימוד, דאס איז דאך א סיפור אין ”תורה מלשון הוראה”, אז דאס איז ווערט א לימוד און א נתינת כח צו יעדער אידן,

88ובפרט צו נשי ובנות ישראל, וואס יעדערער פון זיי ווערט דאך אנגערופן ”בת שרה” און אויך די שאר האמה את רבקה רחל ולאה, אז בא זיי קען זיין, און מ'גיט זיי די כוחות און זיכער וועלן זיי דאס אויסנוצן, אז ס'זאל שטיין אין 'תכלית השלימות' לויט דעם טאג און דעם מעמד ומצב וואס ס'איז בהוה,

89און דאס גופא ווערט דערנאך א הכנה אויף לעלות אין אן עילוי גדול, ביז אין אן עילוי נפלא, ביז וואנענט אז מ'איז אהינצו אויך מעלה דעם 'זמן ומקום' שלפני זה, בדוגמא ווי גערעדט אז מ'איז מעלה די שבע שנים, אז זיי זאלן שטיין אין די דרגא פון עשרים שנה,

90נאך העכער אין מאה שנה, און נאך העכער ווי ס'ווערט דער כללות כולם ביחד פון שבע ועשרים ומאה שנה.

91אין דערויף דארף מען נאך אויך האבן דעם ביאור, איז אויב אזוי איז וואס איז דאס פארבונדן אז די שבע שנים זאלן זיין בתכלית השלימות לכאורה על דרך ווי מ'האט געפרעגט ער קען דאך אפטאן צוויי מצוות ביום אחד, קען ער דאך אויפטאן ווען ער שטייט אין דער דרגא פון מאה שנים אין אזא אופן,

92אז ער זאל מעלה זיין די מצוות וחלקו בעולם וואס האט א שייכות צו שבע שנים און צו די עשרים שנה, איז אויף דערויף אויך דער ביאור, און אויך די הוראה, אז שבע שנים דארף מען האבן אין זייער עבודה בפני עצמה, וואס דערפאר שטייט באזונדער דער לשון שנים בא שבע באזונדער.

93ס'האט דאך געקענט שטיין שבע ועשרים ומאה שנה, וואס דעמאלט איז ניט מודגש ווען מ'האט אויפגעטאן מיט די שבע שנים, צי אין דעם ערשטע זיבן יאר צי אין דעם לעצטן יאר, איז כתוב מדגיש, אז אין די שבע שנים האט מען אויפגעטאן בשעת ס'איז געווען דער זמן פון די שבע שנים, אז זיי זיינען געווען טובים,

94ביז וואנענט שווים לטובה צו דעם כללות פון כולם, פון מאה ו”עשרים ושבע שנה”, על דרך זה אויך בהנוגע צו עשרים, על דרך זה אויך בהנוגע צו מאה שנה, ווי דאס ווערט דערנאך נתעלה אין כללות כולם, פון מאה ו”עשרים ושבע שנה”.

95וואס דאס איז דאך אויך כמדובר אמאל בארוכה דער דבר פלט, וואס די סדרה ווערט אנגערופן בשם 'חיי שרה' אף על פי וואס וועגן 'חיי שרה' בפשטות הכתובים רעדט זיך מערניט ווי אין דעם ערשטן פסוק, און דער עיקר פון 'חיי שרה' רעדט זיך ערשט אין די פסוקים שלפני זה, אין די סדרה שלפני זה.

96און ווי ס'איז דעמאלט גערעדט בארוכה, אז ווען זעט מען אז דאס איז 'חיי שרה' ווי ס'דארף זיין 'חיי שרה'?

97ווען ס'איז דא דער שבע שנים בתכלית השלימות בזמן אן פון די שבע שנים, ווען די עשרים שנה אין 'תכלית השלימות' והתמימות, על דרך זה בא שבע שנים ווי אין די עשרים שנה,

98בתכלית השלימות והתמימות אין די מאה שנים, וואס דערנאך זיינען זיי אלע עולה אין דעם כללות הענין, כללות המספר, פון מאה ו”עשרים ושבע שנים” כולם שבן לטובה,

99וואס דאס איז דער זעלבער ענין און דאס איז דער צד השוה פון ”ואברהם זקן בא בימים” אז אף על פי וואס ”ואברהם זקן” בדוגמא פון עתיק יומי לבוש לבושי איז דא נאך א העכערער ענין וואס ”בא בימים” ער האט מיטגעבראכט אלע טעג, בדוגמא בנוגע אויך בא שרה,

100אז אע' פי וואס ס'איז געווען לאחרי ווי ער דערציילט אין פריערדיקער סדרה דער ענין העקידה, וואס די עקידה האט אויפגעטאן אין שרה אן עילוי גדול אין אן אופן וואס ”פרחה נשמתה”, וואס דאס איז נאך מערער ווי דער ענין פון נשמת שרה ווי זי איז מלובש בגוף,

101ווארום מ'קען דאך ניט זאגן, אז אזא ענין נעלה ועקידה זאל פועל-זיין אין שרה אן ענין וואס דאס איז היפך העילוי, על כל פנים אפילו אן ענין וואס דאס איז ניט פועל עילוי כל עניני שרה,

102על אחת כמה וכמה אן ענין ווי דער ענין העקידה, כמבואר בארוכה אין די דרושים וואס זיינען מבאר דעם ענין, דער עילוי הכי נפלא, וואס דאס האט אויפגעטאן בא יצחק'ן, וואס דאס האט אויפגעטאן בא אברהם'ן, ביז וואנענט אז בא שרה האט דאס אויפגעטאן דער ענין פון ”פרחה נשמתה” דער 'תכלית השלימות' ווי ס'קען זיין אין שרה.

103און אף על פי כן זאגט מען מיט וואס איז פארבונדן 'תכלית השלימות', וואו שטייט אז ”פרחה נשמתה” בגלוי שטייט דאס דוקא אין פרשה 'חיי שרה',

104און דאס איז פארבונדן דערמיט וואס זי האט אויפגעטאן ”ימים שלימים אין” די שבע שנים, ”ימים שלימים אין” די עשרים שנה, און ”ימים שלימים אין” די מאה ”שנה, וכללות כולם יחד”, שני 'חיי שרה', דער כללות כל המספר.

105על דרך זה אויך אין דעם דריטן כללות'דיקן ענין, וואס דאס איז יפה שיחתם ”של עבדי אבות” אדער ווי די צווייטע גירסא של ”עבדי בתי אבות” אפילו מתורתם של בנים,

106וואס אין דערויף גופא על דרך ווי מ'זאגט דאס בנוגע צו אברהם'ן, דער בימים בעילוי אפילו לגבי זקן, דער עילוי פון שרה, אפילו לגבי גודל הפלאות עניני שרה, ווי דערציילט אין די פרשיות שלפני זה,

107אז דער אויבערשטער האט געזאגט אברהם'ן, אלא ”אשר תמר לך שרה שמע בקולה” דערפאר וואס זי איז געווען נאך העכער אין די ענינים, קומט דאס ניט צו דעם עילוי און וואס איז געווארן און ס'איז אויך פארבונדן מיט צושטעלן די ימים ושנים בשלימות.

108על דרך זה זאגט מען דא אויך, אז ס'איז דא דער ענין פון תורתן וואס דאס מיינט דאך אין דעם מאמר הזל ווי תורה איז געווען לאחר מתן תורה,

109וואס ווי מ'לערנט דאס אפ, אז ”גופי תורה” זיינען געזאגט געווארן ברמז אין תורה, וואס דאס מיינט מען דאך לאחרי מתן תורה, און ס'איז חתן ”של עבדי אבות” של ”עבדי בתי אבות” ווי דאס איז לפני מתן תורה.

110זאגט מען דעם גודל העילוי, אז תורתן ווי דאס איז לאחר מתן תורה, און דאס ווערט געלערנט של בנים, וואס ”בנים אתם להוי' אלקיכם” וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדת צו 'לימוד התורה', כמובן ווי ער זאגט אין תניא,

111אז דער ענין פון בן איז דאס בדוגמא ווי א בן למטה אין אדם התחתון נעמט זיך דאך ממך ומחשבתו של העל, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין התורה.

112זאגט מען, אז דאס איז דער ענין פון מעלת התורה לאחרי מתן תורה, מעלה פון א אידן ווי זיי זיינען בנים, און די מעלה ווי תורה ווערט אנגערופן תורתן וואס דאס באווייזט דאך אז ס'איז געווארן ”דם ובשר כבשרו” ביז וואנענט אז ער ווערט באלעבאס אויף תורה,

113וואס דאס איז דאך דער 'תכלית השלימות' אין 'לימוד התורה', איז דא נאך א העכערער ענין אין דערויף דער ענין פון ”שיחתן של עבדי אבות” של ”עבדי בתי אבות”.

114וואס וואס איז דער ענין פון שיחתן?

115אז ס'קען זיין א טאג וואס כאמור לעיל אז מ'דארף אנזאגן און געבן כח אז ס'זאל ניט זיין קיין יום חסר, ס'קען אבער ניט זיין קיין טאג וואס אין אים זאל ניט זיין קיין ענין של שיחה, ווארום ענין של שיחה איז דאך ווי כפשוטו של כתובים אן ענין וואס בחיצונות איז דאס אן ענין של חול,

116וואס דאס איז דאך אויך התהוות הזמן והמקום, איז דאך פארבונדן מיט שיחה סתם, וואס דאס ווערט אנגערופן למעלה מעילין דהדייתא,

117”עשרה מאמרות שבהם נברא העולם”, און וואס דאס שטעלט זיך אויס אין פסוק שטעלט זיך דאס אויס אין די ”ששת ימי בראשית, אין” די שבעת ימי ההיכף, וואס דאס איז כולל כל ענין הזמן,

118אז יעדער אמירה פון די עשרה מאמרות איז דאס געווען פארבונדן מיט כל יומא ויומא עביד עבידתי מיטן יום מיוחד דוקא, כמובן אויך פון די ווי ער איז דאס מדגיש און דעם לימוד פון כל יומא ויומא עביד עבידתי אין ספר הזהר.

119וואס דאס איז אויך, ”תורתן של בנים” קען זיין מצד די בחירה אז ס'זאל זיין אין אן אופן אז ס'זאל זיין א טאג א יומא חסרי פארוואס קען דאס זיין, דערפאר וואס בעצם תורה ומצוותי זיינען ”למעלה מזמן ומקום”,

120משא' כן שיחה ”מילין דהדיוטא” דלמעלה וואס דערפון נעמט זיך ”מילין דהדיוטא” למטה ”שיחתן של עבדי בתי אבות” איז דאס מוז זיין ”בכל זמן ובכל מקום”,

121ווי ער זאגט אין תורת הבעל שם טוב געבראכט אין שער הליחוד והאמונה לעולם הוי' דבר חניצה בשמים אז 'בכל רגע' ורגע דארף זיין דער דבר הוי דער מילין דהדייתי די שיחה שלמעלה, מלובש דער 'כח הפועל' בנפעל, וואס דעמאלט איז דא דער מציאות פון כל עניני העולם, אנהויבנדיק פון 'זמן ומקום'.

122וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז דער ערשטער ענין וואס איז באשאפן געווארן איז געווארן דער ענין פון מציאות הזמן, איידער ס'איז דא דער ענין פון מציאות הזמן איז ניט שייך ניט מקום, ניט ”ויאמר אלקים יהי אור” כביכול,

123די ערשטע זאך, אז זמן הוא נברא ווי תורת הרב המגיד געבראכט אין סידור דאס איז די ערשטע מציאות וואס איז נתהוה געווארן, נאר דער זמן גייט צוזאמען מיט מקום, צוזאמען מיט ספירת המלכות,

124איז דאס אויך געווען עכ"פ דער מקום בכח, אבער דער זמן האט געמוזט זיין זמן בפועל, וויבאלד אז ס'גייט ווערן א שינוי ”ויאמר אלקים”, א שינוי פון 'סדר השתלשלות', א שינוי פון ענין הבריאה.

125אף על פי כן איז מען דא מדגיש ”שיחתן של עבדי אבות”, ניט שיחתן של בנים, וואס לכאורה איז מ'ברענגט דאך אויף דערויף ארויף אז שיחת חומן של תלמידי-חכמים איז אויך צריך אין לימוד, איז מען דא דוקא מדגיש צי ס'איז חתן ”של עבדי אבות”.

126דער דיוק בזה איז, כמובן על פי שמבואר בכמה מקונות דער ענין פון עבודת הנשמות, אז ס'איז דא נשמות וואס עבודתן איז דאס דער ענין פון 'לימוד התורה', דא נשמות וואס עבודתן איז דער עיקר אין עשי ווי ער איז מבאר בארוכה אויך אין תניא, בפרט אין חלק הרביעי שלו, על

127דרך זה אויך איז די כללות החילוק איז דער חילוק איז דער חילוק הנשמות ווי זיי ווערן אנגערופן בשם בין און דער חילוק הנשמות ווי זיי ווערן אנגערופן בשם עבד בדוגמא ווי מ'זאגט אויך אין תחילת השנה-אם כוונים אין כעבדים.

128וואס מצד דערויף, וויבאלד אז תפקידו ושליחותו בעולם איז דער ענין פון בן, וואס ער נעמט דאך דער עיקר מימיך ומחשבתו עיקר ענינו איז דער 'לימוד התורה', איז אמת טאקע, אז ”שיחת חולין שלו” איז אויך צווייכן לימוד, וויבאלד אז דאס איז נאבלית פון זיין תורה,

129אבער עיקר ענינה? עיקר ענינה איז דער ענין פון תורה, ס'האט אויך אין שיחת חורים שלו האט אויך אין זיך א דבר נעלה, ביז וואנענט אז דער וואס איז שלא בערכו קען דערפון אפלערנען כמה ענינים פון תורה, משא' כן ביי עבדים איז דער עיקר ענינה דער ענין פון אן עבד, אין וואס דריקט זיך אויס דער ענין פון אן עבד?

130בדוגמא ווי ער זאגט אין לקוטי תורה, אז אילו נצתוינו לחתוב עצים האט ער דאס געטאן מיט דער זעלבער מסירה ונתינה ווי ער טוט שאר עניניו, וואס דאס איז דער ענין ווי שיחתם.

131וואס בדוגמא ווי מ'זאגט אויך בהנוגע צו תלמידי-חכמים, אז זיי דארפן אויך האבן אן ענין פון שיחה בכללות אידוי בערך התורה, דאס איז דער ענין המצוות,

132על דרך זה אויך בא עבדי אבות איז דאך אויך דא דער ענין פון תורה, ביז וואנענט אז ווי כפשוטו גייט דאך דאס אויף ”אליעזר עבד אברהם”, וואס נאך פאר דערויף האט מען געזאגט אז ”דולה ומשקה מתורת רבו”,

133אבער עיקר ענינו איז געווען ”עבד אברהם אנכי” ביז וואנענט אז אויך ”דולה ומשקה מתורת רבו” טוט ער דאס אויך אין אן אופן פון אילן נצתבינו לחתוב עצים מיט דער גאנצער מסירה ונתינה וואס קען זיין דוקא בא דעם ציווי פון לחתוב עצים.

134וואס עד"ז איז אויך פארשטאנדיק בכללות ענין תורה ומצוות, וואס די זיינען דאך בכללות ענינים למעלה ממדידה והגבלה פון 'זמן ומקום', אפילו ווי זיי זיינען התלבש אין 'זמן ומקום', איז דא די מציאות ער זאל מקיים זיין צוויי מצוות ביום אחד,

135קומט דאך דאס ניט צו דעם ענין פון עלי' אין זמן אויפטאן אין דעם זמן, האט דאס דאס אויפגעטאן ”שיחתן של עבדי אבות”, אן ענין וואס לכאורה איז דאס א טפל,

136ס'קומט ניט צו תורתם של בנים ס'קומט אפילו ניט צו תורתם ”של עבדי אבות” וואס ער איז דולה ומשכין מיט תורת רבו, וואס דא איז דאך געווען א שיחה וואס איז דאס אן ענין כפשוטו, א שיחה מיט לבן ופתול,

137מיט כשר עניני העולם, איז דאס שיחתם בדוגמא ווי מ'זאגט בא ”תורתן של בנים” איז דאס העכער פון זייער שיחה, דערפון אויך פארשטאנדיק בא ”שיחתן של עבדי אבות”, איז דאס העכער פון זייער תורה, דאס הייסט, אין זייער תורה אין וואס באשטייט זייער עילוי?

138בשעת דער 'לימוד התורה' איז דאס כאילו נצתבינה לחתב עצים טוט ער אויף אין דערויף דער 'תכלית השלימות' והעילוי.

139וואס אין וואס דריקט זיך דאס אויס?

140אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' ניט דורך דעם וואס ער האט 'לימוד התורה' ווי 'תכלית השלימות', לימוד המצוה 'ותכלית השלימות', נאר דאס איז ביי אים פארבונדן מיט עבודה אין מקום וזמן, פארבונדן מיט אן ענין של שיחה,

141בדוגמא ווי די שני ענינים פון ”ואברהם זקן” און דעם ענין שלפני זה פון 'חיי שרה'.

142וואס דאס איז דער צד השוה פון די אלע דריי ענינים, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון מוצאי שבת קודש, וואס מוצאי שבת קודש בערך פון יום השבת איז דאס בדוגמא פון שיחה לגבי תורה,

143בדוגמא פון זמן לגבי תורה ומצוותי כמובן אויך פון דעם ענין וואס מ'זאגט אז ”לכולי עלמא איז בשבת ניתנה תורה” תורה איז דער ענין פון שבת, וואס דערפאר ווערט דאך א תלמיד-חכם אנגערופן בשם שבת, כמובן אויך פון דעם סיפור אין מסכתא שבת, אז מ'האט אים געגעבן מאכל לשבת,

144אף על פי וואס זיי זיינען געווען צוגעגרייט גאר לשבת, ווערט דאך א גאנצע שאלה ווי אזוי האט מען דאס געקענט געבן אויף ”תלמיד חכם איקרי” שבת.

145וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז מ'גייט אריבער אין מוצאי שבת קודש גייט מען אריבער אין אן ענין פון שיחה, בערך פון שבת, אפילו די תורה ומצוות וואס ער טוט דעמאלט דארף דאך דערנאך האבן אן עלי' נוספת אין די שבת שלאחרי זה, דארף האבן דעם נתינת-כח פון שבת שלפני זה, וואס בכח זה זאגט מען דאך ”אל תירא עבדי יעקב”.

146וואס דער שינוי איז אויך אין זמן, וואס דאס איז דאך בפשטות דער חילוק פון מוצאי ”שבת קודש לגבי שבת”, איז אז דעמאלט ווערט שבת אן ענין פון עבר און דער מוצאי שבת קודש ווערט ביי אים אן ענין פון הוה.

147על דרך זה אויך איז דאס ווי ס'קומט דערנאך אראפ אין חודש כסלו, וואס ענינו פון חודש כסלו איז דאך די מועדים שבו דער ענין פון ימי חנוכה, וואס ימי חנוכה איז דאך אויך געווען אין אזא אופן ווי ער איז מבאר בארוכה אין די דרושי חנוכה,

148אז אף על פי וואס ס'איז געווען חושך בעולם, איז פון דעם חושך איז געווען והוי' כי הגי' חשכי ואדרבא, וויבאלד אז ס'איז געווען חושך פון ”נר מצוה ותורה אור”, ביז וואנענט אז ס'איז געווען א מציאות,

149אז אומות העולם זאל קומען צוגיין און זאגן ”כתבו לכם על קרן השואר” ווער איז מסיים דערנאך אין דעם מאמר איז דוקא דאס האט מעורר געווען בא אידן א מסירת-נפש שלא בערך,

150כמבואר בארוכה אין די דרושי חנוכה און אויך אין דער הקדמה פון חנוכה פון די שערי אורה אין דער הקדמה פון דעם מיטעלן רבי'ן בזה,

151ביז וואנענט אז ס'איז געווארן ”והוי' יגיה חשכי” אז ס'ווערט נאך העכער פון נרות מקדש, וואס אין נרות מקדש איז דאך דא א זמן וואס בטלים, משא' כן ”הנרות הללו אין בטלים לעולם” ס'ווערט בא זיי דער ענין הנצחיות, דורך וואס?

152דורך דערויף וואס ס'איז געווארן דער שינוי תמורת הזמן, ווען ס'איז געווען דער מצוה ”ותורה אור” בגלוי, איז דאס בא זיי געווארן די עבודה פון מרירו וחשוכה אויף מהפך זיין דאס מרירו למיתקו והחשוכה לנהורא בתוקף פון דעם זמן וואס ס'איז חושך איז דוקא דאס האט אויפגעטאן תלילה כיום יאיר.

153וואס דאס איז אויך די שייכות כללית צו די ענינים וואס מ'האט גערעדט פריער פון ”טוב לשמים וטוב לבריות, וואס אין ”טוב” לשמים און טוב לבריות” איז דאס אויך בדוגמת החילוק פון דעם ענין פון תורה ושיחה,

154דער ענין פון זמן און תורה ומצוות בפני עצמם, ניט ווי זיי זיינען מלובש אין זמן, אזוי איז דאך אויך טוב לשמים וואס ”מן השמים משמיח את כלו” און דערנאך איז דא דער ”טוב לבריות”, ווי ער זאגט אין תניא פרק לב, אז די איינציקע מעלה וואס זיי האבן איז דאס מערניט וואס דאס ווי זיי זיינען בריות,

155וואס דאס איז אויך בדוגמא פון דעם חילוק ווי גערעדט פריער פון לחתב עצים און תורתם של בנים, דער ענין פון שיחה לגבי תורה, דער ענין פון זמן לגבי תורה ומצוות וואס זיינען ניט געטאן געווארן בפני עצמם, ניט על ידי התלבשות'ען זמן,

156די מעלה פון ”בא בימים” וואס ער ברענגט אויך צו דער זמן וואס ער איז נברא, נוסף אויף דער מעלה וואס ער איז זקן בדוגמא פון עתיק יומים, וואס ער איז נצק מן הזמן בתכלית ההתר, כמבואר בארוכה אין דער דרגא פון עתיק יומים.

157וואס דאס איז דאך אויך דער ראש חודש כסלו, איז דאך כולל אין זיך כל עניני כסלו, עאכו' כמה די מועדים וימים טובים שבו, וואס אויך פורים און חנוכה ווערן דאך אויך אנגערופן בכמה מקומות בשם יום טוב,

158דאס אויך כולל אין זיך דער יוטות כסלו, וואס דאס איז דאך אויך דער 'חג החגים' כלשון רבותינו נשיאינו, וואס אויך כמדו ווי גערעדט שוין כמה פעמים בשנה זו איז דאס ”חל ביום השלישי” שהוכפל בו כי טוב ”טוב לשמים וטוב לבריות”,

159בדוגמא ווי דער ראש כל השנה כולה, ניט נאר דער ראש השנה לער תורת החסידות ולדקע החסידות איז אויך געווען ביום השלישי שוכפל בו כי טוב ”טוב לשמים וטוב לבריות”, בדוגמא ווי אויך פון כ' חשון,

160וואס ער איז דאך 'עולה למעלה' אין דעם שבת וואס איצטער געפינט מען דאך ימוטו שבת קודש זה, איז דאך אויך בשנה זו האט דאס די הוראה וואס מ'נעמט דערפון וואס ער איז ”חל ביום השלישי” שהוכפל בו כי טוב.

161וואס דאס איז אויך מדגיש, ובפרט ידוע, פון די פעולות פון דעם בעל יום ההולדת, פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, וואס ענינו וואס מ'האט דערנאך מפרסם געווען, און ס'איז געבליבן בגלוי איז דאך כללות הענין ועיקר הענין דער ענין פון ישיבת תומכי תמימים וואס אין זיי זאגט מען,

162אז ס'דארף זיין 'נרות להאיר' אז ס'איז ניט מספיק וואס ער איז א נר מיט אלע פירושים שבזה, ס'דארף אויך זיין להאיר די ענינים פון מקום וזמן שמחוץ הימנו, בדוגמא ווי גערעדט פריער ”טוב לשמים וטוב לביות”.

163וואס דאס איז דאך אויך כמרומז בשמו, וואס מ'זאגט אז דאס איז דער נאמען, ווי געזאגט פריער, בהנוגע צו תורה, אז כל התורה ”כולה ניתנה ”אלא לעשות שלום בעולם”” וואס דאס איז זיין ערשטער נאמען, דערנאך דער צווייטער נאמען, וואס ס'האט אויך א שם לעז וואס דאס באווייזט דאך אויך אז ס'איז דא דער שם ווי ער איז בלשון הקודש,

164און ס'איז דא דער שם ווי ער איז לשון לעז אין אידיש, און מ'מאכט דערפון איין ווארט, ווי מ'זעט דאס אויך בא חתימתו הקדושה, וואס דאס איז אויך בדוגמא ווי ”טוב לשמים און טוב לבריות”,

165ווערט דאס איין זאך, ווי גערעדט בארוכה לפני זה, אז יעדער רגע פון יום שהוכפל בו כי טוב סיי ער טוט דעמאלט אין טוב לשמים און סיי ער טוט דעמאלט אין ”טוב לבריות” ווערט דאס א רגע וואס ווערט אנגערופן אז דאס איז א רגע פון יום שהוכפל בו כי טוב.

166וואס בכל ענינים אלו איז א הוראה, ווי גערעדט לעיל בארוכה אין דעם ”ויעקב הלך לדרכו”, קומט צו א הוראה כללית, אז דער ”ויעקב הלך לדרכו” איז ניט נאר דער ענין פון תורה עיקרה דרך דער ענין פון תורה ומצוות,

167און ס'איז אים ניט אויף אזויפיל נוגע, אז דאס זאל אויך פארבונדן ווערן מיט זמן קומט-צו די הוראה אין פרשה 'חיי שרה', מיט אלע פרטים שבדבר,

168אז דער ”ויעקב הלך לדרכו” אז ער פארבינדט די תורה ומצוותי מיטן 'זמן ומקום', ווי גערעדט פריער אז ס'זאל זיין ימים שלימים, וואס דאס איז נאך א העכערער עילוי ווי דער ענין פון לבוש לבושי פון עתיק יומין.

169וואס די הוראה כללית בזה, די הוראה עיקרית בזה, דער גודל ענין ויוקר הזמן, וואס לכאורה קען ער דאך טראכטן, אז וואס איז אזוי די היילעניש ער מוז דאך היילן טאן די ענין התורה ומצוות בשעה זו דוקא,

170ביום זה דוקא ער האט אין זיך כוחות אז למחרתו וועט ער טאן צוויי מאל אזויפיל, סיי פאר יום זה סיי ביום שלפני זה.

171ובפרט נאך אז מ'געפינט דאך כמה ענינים אין תורה ומצוות עצמם, אז על פי תורה לכאורה קען ער דאס טאן בתחילת היום ובמשך היום, מערניט מצד דעם ענין הזריזות, איז אט דעמאלט האט מען וואס זריזים איז מקדימים למצוה,

172אבער אין דעם עצם ענין המצוה איז ניטא קיין חילוק צי ער טוט דאס ”אין תחילת היום” צי ”אין אמצע היום” צי אין סוף היום.

173וכידוע אויך דער חילוק אין נגלה דתורה, אז ס'איז דא ענינים וואס מ'קען זיי טאן במשך כל היום, אבער ס'איז דא דער זמן אין יום וואס דאס איז עיקר הענין און שאר היום איז דאס מערניט ווי אין אן אופן של תשלומין, בדוגמא ווי מ'געפינט דאס תשלומין פון פתח שני לגבי פתח ראשון,

174תשלומין פון שבעת ימי החג לגבי התחלת החג, וכידוע אויך דער חילוק בנפקא מוה להלכה בפועל, אז אויב ס'האט זיך געטראפן אן אונס אין זמן התשלומין,

175וואס דערפאר האט ער דאס ניט מקיים געווען די מצוה אין זמן התשלומין, איז אף על פי וואס בכללות איז ”אונס רחמנא פטרי” וויבאלד אבער אז בזמן החיוב האט ער דאס ניט געטאן, און דעמאלט האט ער דאס ניט געטאן ברצונו, איז בדוגמא וואס דאס איז דאך דער ביאור אויפן פסק דין,

176אז אונס אין פסח שני, אף על פי וואס אין פסח ראשון איז דאס וויבאלד אז בפסח ראשון איז דאס געווען לרצונו האט ער ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון פעלט אים דער ענין פונקט ווי דאס וואלט געווען ניט באונס, וויבאלד אז דער אונס איז געווען אין זמן התשלומין.

177אף על פי כן זאגט מען, אז אויך אפילו אין די ענינים וואס ער האט תשלומין ”כל שבעת הימים”, קען ער דאך טראכטן, איז וואס דארף ער זיך היילן, מקריב זיין דעם קרבן ביום הראשון,

178על כל פנים מקריב זיין דעם קרבן ניט אין ”יום האחרון, על” כל אחת כמה וכמה וואס אזוי דער היילן איז דוקא אין יום הראשון זאגט מען אין דערויף און 'חיי שרה'

179לכל שלשת הענינים וואס מ'האט גערעדט אין דערויף לערנט דעם גודל יוקר הזמן א מצוה הבאה לידך על תחמיצינה ”זריזין מקדימין למצוות” אז גלייך ווי ער האט א טאג,

180וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו א שעה, דערפון אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו א רגע, דארף ער דאס גלייך ממלא-זיין דעם גאנצן תוכן וואס ער קען אין דערויף אריינשטעלן פון תורה ומצוותי ובפרט נאך,

181וכמובן אויך אין דעם מאמר פון יום ההילולא פון נשיא דורנו, אז אין אדם יודע עתו אפילו אז א נשמה בגוף, אריכות ימים ושנים טובות עד מאה ועשרים שנה איז מי יודע ס'קען זיין אז א רגע שלאחרי זה וועט דאס זיין אן אונס און וועט דאס ניט קענען טאן,

182וועט זיך אים פעלן דער גאנצער ענין, אפילו ווען דאס איז ניט קיין ענין של תשלומין, איז קיין עונש קומט אים ניט פאר אים און ”אונס רחמנא פטרי” אף על פי כן איז אבער ”עונש כמאן דעביד” לא אמרינן דער ענין אליין פעלט אים,

183על אחת כמה וכמה אפילו ווען ער וועט טאן דעם ענין פעלט אים אבער דער רגע מיט די שעה מיטן יום, ס'איז דער יום מכתבו דער עילוי וואס איז דא אין ”בא בימים” אפילו לגבי דעם עילוי פון זקן וואס דאס איז אין תכלית העילה, אין פירושים פון זקן, די דרגא פון עתיק יומי.

184וואס דאס איז אויך די הוראה עיקרית און די הוראה כללית לאחרי כל האריכות הביאורים אין ”ויעקב הלוך לדרכו”, קומט נאך צו א הוראה עיקרית, און א הוראה כללית אין גודל עיקר ויוקר הזמן,

185אז גלייך ווי ס'איז דא א מעגלעכקייט אויף צו טאן אן ענין אין תורה ומצוות, סיי בהנוגע אין ”טוב לשמים, טוב לבריות על דרך” זה אין 'כללות ענין' המבצעים, אנהויבנדיק פון מבצע פון אהבת ישראל,

186אראפקומענדיק דערנאך אין מבצע חינוך, אין מבצע תורה, מבצע תפילין, מבצע מזוזה, מבצע צדקה, מבצע ”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי און די שלשה מצוות, שהלהם כל בית ישראל נשען וואס דאס איז אנפארטרויט געווארן צו בני שרה רבקה רחל ולב,

187וואס זיי אלע האבן כוחות פון שני 'חיי שרה' דער מבצע פון נרות שבת קודש, וואס נרות שדלכה שרה איז היו דולקים ”מערב שבת לערב שבת”, און וואס דעמאלט איז ניט חס ושלום ס'איז ניט געווען ליכטיק, נאר ס'איז געווארן ליכטיקער נאר מיט א גרעסערע ליכטיקייט, מיט דעם נר וואס זי האט אנגעצונדן בערב שבת הבא,

188על דרך זה אויך דער מבצע וואס איז כשרות אכילה ושתי וואס דעמאלט איז ברכה מצוי' באיתא, על דרך זה דער מבצע פון טרף המשפחה, וואס דאס איז פארבונדן מיט ענן כשר על ”העול, אנן הוי'” יומם שטייט דאס דארט בתמידות,

189וואס אין זיי אלע, כל אחד ואחד, לויט די כוחות וואס מ'גיט אים, לויט די זמנים וואס מ'גיט אים, איז ניט דער ענין אויף טראכטן בא זיך אז ער קען דאס אפשר אפלייגן אויף א רגע לאחרי זה, אדער נאכמערער אויף א שעה שלאחרי זה, אויף א יום שלאחרי זה, האט מען די הוראה נתינת כח פון פרשה 'חיי שרה', מיט אלע דריי סיפורים עיקריים,

190וואס בטלתו איז דאך אבי חזקה, אנהויבנדיק פון ”בא בימים” וואס דא שטייט דער ענין בגלוי, על דרך זה אויך אין שני 'חיי שרה', וואס דאס איז פארשטאנדיק לויט פירוש רש"י,

191על דרך זה אויך פון אריכות הסיפור פון ”סכתן של עבדי אבות” של ”עבדי בתי אבות” אז אפילו ער האט א הסבר אין שכל, אז ער האט זיך ניט וואס צו יאגן און צו היילן,

192און אפטאן גלייך דעם ענין איז דאך יעדער איד האט אין זיך די מעלת הבן און מעלת העבד, ביז וואנענט אז מ'זאגט ”בן שהוא עבד” וואס דאס איז דער תכלית העילוי והשלימות אין בן,

193כמובן ווי ער דאס מבאר דעם ענין אין תניא ובאריכות אין המשך פון ס'ו", וואס מצד דערויף טוט ער דאס, וויבאלד אז ער איז אן עבד איז גלייך ווי ער קען משמר זיין את הדונו טוט ער דאס, און טוט דאס בתכלית השלימות, ביז אין תענוג בשלימותו, וואס דעמאלט איז דאך אויך די עשי' בתכלית השלימות כפשוטה.

194וואס דעמאלט האט מען אויך דעם כח, אז דערנאך גייט מען אריין אין מצוות שבת קודש, הויבט זיך שוין אן דער ענין פון וולדות יצחק, וואס מ'האט שוין אנגעהויבן לייענען אין ראבי דראבין אין תפילת מנחה, וואס יצחק איז דאך לשון עתיד,

195”כל השומע יצחק לי” וואס דא איז שוין ארויסגעגעבן די מעלת השלימות פון לעתיד-לבוא, וואס דעמאלט וועט מען זאגן וליצחק אתה אבינו און וואס ער איז מגין ומצל אידן פון שיעבוד הגליות, ווי די גמרא דערציילט בארוכה אין שבת ווי אזוי יצחק זאגט פלגע עלי ופלגע עליך און דאס ווערט דערנאך מציל,

196און דערנאך קומען צוגיין די וואס זיינען מבלבל און פרעגן א שאלה, ס'איז דאך דא אן עסיו, ניט נאר יעקב בעולם נאר אויך אן עסיו, און עסיו איז הקדימו טעניסור, און עסיו זאגט אז ער איז אן ”איש שדה” און ער צעיד בפי וכו פארטייטשט דאס אויך אפ רש"י גלייך,

197וואס דאס איז דאך דער מרומז אין יונות של רש"י, וואס רש"י שטעלט זיך אויף ”אלה תולדות יצחק יעקב ועוסיו האמורים בפרשה”, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ניט חס ושלום עוסיו האט עפעס א כח בפני עצמו, דער גאנצער כח זיינער איז וואס ער נעמט זיך פון יצחק'ן,

198און ס'דארף זיין דער ”כל השומע יצחק לי” דער 'תכלית השלימות' אין דעם תענב שלמעלה, וואס דאס איז פארבונדן מיט ”אתהפכא חשוכא דוקא” לנהורא און ”אתהפכא מרירו דוקא למיתקא”.

199דערנאך א שיעלה ווען יעקב ועושיו קומען ארויס בעולם, איז תחילת התחלתם, און אויך דער מזל שלהם, איז דאס ניט יעקב ועושה ווי זיי זיינען בפני עצמם, נאר זיי זיינען האמורים בפרשה,

200זיי שטייען אין תורת השם, און בשעת ס'איז דא דער הכל כל יעקב ”כמיכות של בית” רבן אז זיי לערנען ”קול תפילה וקול” תורה, און מ'לערנט וועגן עושה ווי אין דער פרשה ווערט ער דעמאלט, אן ענין ווי עושה איז האמור בפרשה, א חלק פון תורה, א חלק וואס איז מוסיף ווען איז תורה בשלימותה?

201דארף מען האבן בלשון הגמרא און פירוש הרמב"ם ”אנכי הוי' אלקיך” און אויך א חס לויטן תמנה וואס דאס איז דאך אין דער פרשה וואס ס'שטייט א הכנה צו עושה בן, וואס דאס איז דער רמז אויך אין יינה של תורה,

202אז התחלת כל הענינים ו”תכלית בריאות כל העולמות”, כדי ס'זאל זיין לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” וואס דאס וועט זיין אין אן אופן גלוי, ווען ס'וועט זיין דער ”ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו” ס'איז געווען מעין זה במתן תורה, ווי ער זאגט אין תניא,

203דער עיקר וועט דאס זיין אין רימות המשיח און לעתיד לבוא, וואס דעמאלט וועט זיין יצחק אתה אבינו יצחק לשון עתיד און וואס דערצו האט מען געדארפט אנקומען אז ס'זאל זיין סיי יעקב און סיי עשיו,

204אז יעקב שטייט אין אן אופן פון וידו החסדות בא קוב עשיו דערפאר איז ”ויקרא שמו יעקב” בא א קוב עשיו, אבער ער האט דאס אויך האמור בפרשיות, מערניט אז תורה וויל אז דורך דערויף זאל זיך אויספירן דער תולדות יצחק,

205עאכו"כ בנוגע צו אותיוון, וויבאלד אז דאס האט מען געגעבן די הוראה ביז אין פירוש רש"י וואס דאס איז פשוטו של מקרא, איז דאס א נתינת כח אויף ”אל תראה יעקב עבדי” אז מ'גייט ארויס אין וועלט און מ'האט זיי טאן מיט בריאות,

206ביז וואנענט מ'האט זיי טאן מיט גלות האחרון, וואס ווערט אנגערופן גלות אדון דערפאר וואס ”האדם האדם הזה” אלס בנוגע צו פארבונדן מיט עושה'ן איז מען גלייך מכריז און מודיע, אז צום אלעם ערשטן איז גאר די גאנצע מציאות פון עושה וניטא, ס'איז מערניט די מציאות פון ידחק'ן, מ'דארף אבער האבן אז פון ידחק'ן זאל זיין תולדות,

207ביז אין אן אופן פון אין סוף, דא למטה וואס דאס איז דער ענין ההולדה, דערפאר האט מען דער יעקב אין אן אופן וואס ער איז ”אמור בפרשה”, אז נשמות זיינען ”יורד מאיגרא רמה” ווי זיי שטייען אין עצמות ומהות,

208און זיי ווערן אראפגענומען אין פרשה, וואס דאס איז אויך פון לשון נפרש, א נשמה שטייט אין אן אופן פון דביקות שאינה ניקרת אין אן אופן פון א נבראה,

209על דרך זה ווי פרשה פון תורה ווערט אראפגעקומען דא למטה, ניט ווי תורה איז למעלה מ אותיות וצירוף אותיות, נאר ווי זי שטייט אין אן אופן פון פרשה,

210על דרך זה אויך עשיו קומט אראפ דערנאך בגלוי, אבער התחלתו בגלוי איז ווי ער שטייט בפרשה, און דערנאך א איד, דורך דערויף וואס ער האלט זיך אין דער פרשה אין 'לימוד התורה' וקירוב מצוותי' מאכט ער איבער, סיי יעקב'ן און סיי עשו'ן, אז זיי ווערן בגלוי ווי זיי שטייען אין פרשה,

211ביז וואנענט אז עשו אף על פי וואס יהיו לו חזי איז ”מזליהו חזי” און ער דערהערט ווי ער שטייט למעלה, ביז וואנענט ווי ער דערציילט אין די סדרה שלאחרי זה,

212אז ס'איז געווען דער וישקוהו בדוגמא ווי דאס איז לעתיד-לבוא, ”ישקני מנשיקות פיהו” כמבואר בארוכה אין דעם פירוש וביאור פון דעם ענין פון וישקוהו,

213ביז וואנענט אז ס'ווערט דערנאך אויך בגלוי, נאך אין סוף פון זמן הגלות, אז ס'איז דא דער קול קול יעקב בגלוי, אין ”לימוד התורה, לימוד מביא לידי מעשה” 'קיום המצוות', איז אט דעמאלט איז ידי עשיו בטלים און נאכמערער, וויבאלד אז דאס איז א חלק אין וועלט,

214קען דאך ניט זיין לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה ווערן זיי, נאך דערויף ווי זיי גייען דורך אין דעם שלאף, די דרגא פון בטלים ווערן זיי אויך מסייע ליעקב בעבודתו, כמהודובר לעיל בארוכה,

215ביז אויך בפשטות, אז זיי זיינען מסייע נאך אין סוף זמן הגלות, איז ניט ווי ס'איז די משיחה צו יעדער אידן און אלע אידן אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי' דורך דערויף וואס זיי זיינען משמש און טוען די אלע ענינים וואס א איד דארף זיך טאן מיט חומרות,

216טוען זיי אויף, און דער איד באקומט דאס אין אן אופן פון רויחא סיי בנה און סיי חי' און סיי מזונה, ביז דער ענין כפשוטו אז גלייך פון מוצאי שבת קודש זה ווערט דער 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' מלכתחילה אריבער,

217ווארום כל עניני העולם ווערן מסיים צו א אידן, אז ס'זאל ממלא זיין שליחותו אויף ”כל העולם כולו לא נברא אלא בשבילי”, ”ואני נבראתי לשמש את קוני”,

218לערנען תורה און מקיים זיין מצוות מתוך הרחבה בכל הדפוצות, על אחת כמה וכמה אין ”ארץ הקודש”, ”ארץ אשר” עונה ”הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”, אז דארט לערנט מען תורה און מ'מקיים מצוות לכתחילה אריבער, וואס דעמאלט איז דאך דער 'לימוד התורה' וקיום מצוותי אין אן אופן פון רויחא,

219וואס דאס ברענגט דאך אויך וכל ארץ ישראל לגבולותי' אין ”ארץ טובה ורחבה”, אין אן אופן וואו זי שטייט רחבה ווי דאס איז אין כיבוש פון שבעה אומות, און מ'טוט דאס מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב, כמדובר און אין פריערדיקע התוועדות,

220אז בכל מקום איז דא ”ויבן שם מזבח להוי” וואס ”בזמן שאין בית המקדש קיים” טאר דאך ניט זיין דער ענין כפשוטו, ביז וואנענט אז אויך דער בנין בית המקדש השלישי וועט דאך אויך זיין דוקא עבודה משיח צדקנו, ניט חס ושלום לפני זה, וועט אבער זיין דער מקדש מעט, וואס דאס איז דער ענין פון א בית תפילה דער ענין פון תורה,

221וואס מ”שחרב בית המקדש אין לוי” הקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה דער ענין פון א מקום תורה, כדי דאס זאל זיין בשלימותם, דארף מען דאך האבן א מקום טהרו אפילו לאנשים, כמבואר בארוכה אין לקוטי תורה בנוגע דער ענין פון טהרו ווי אזוי דאס איז נוגע לתפילה און אויך לתורה,

222וכידוע די תשובת הרמב"ם, וואס ער שרעיבט, אז אף על פי וואס ער פסק'נט, אז ס'האט ניט קיין שייכות צו 'לימוד התורה' אין מיימב האט ער ניט מבטל געווען בין תבילת עזרא, כמבואר בארוכה אויך באחרונים,

223על אחת כמה וכמה אז מ'מוז דאס האבן בהנוגע צו טהרת בנות ישראל, וואס דורך דערויף האט מען דאך די נשמה שבגופים, אז ס'ווערט דער תכלו נשמה שבגוף אין אן אופן אז מיד ”משיח בן דוד” בא.

224וואס ביז כפשוטו, אין די לעצטע טעג פון גלות וועט מען באזעצן אלע שטחים מיט א מקום תורה, מיט א מקום תפילה, מיט א מקום פון מקוה טהרה,

225וואס דורך דערויף ווערט דערנאך די התיישבות כפשוטה, אין אן אופן פון בלתי-שינוי, ווארום ברצונו נסלו עליהם אין אן אופן פון נחלת עולם, על דרך זה כל בני ובנותי שב וכל התפוצות,

226מאכן, דורך א מקום תורה און מקום תפילה און מקוה טהרה, די חלקו בעולם, אז דאס זאל זיין אן ארץ ישראל, ארץ מלשון ”רצתה לעשות רצון קונה” א חלקו בעולם וואס אין ”אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”,

227דער כל זה אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער.

228און דאס ווערט די הכנה קרובה, בשעת ס'וועט זיין דער ”כל השומע יצחק לי” בביאת משיח צדקנו, אז פון ארץ טובה ורחבה ווי דאס איז איצטער וועט דאס ווערן ”ירחיב הוי' את גבולך” אויך דער ”קוני וקניזי וקדמוני”, אז ס'וועט ווערן די גבולות אין אן אופן פון ירחיב הרחבה,

229ביז ווי ער איז מבאר די פרטים בזה אין מדרשי רז"ל, וואס די הכנה לזה דארף מען דאך אויך האבן אין זמן הגלות, דורך דערויף וואס א איד טוט בכל ענינים האמורים, ניט נאר על פי דין ועל פי ציווי רבותינו נשיאינו,

230נאר ער איז נאך מוסיף לפני משורת הדין, מוסיף מדילי און דאס ווערט אויך א הכנה צו דער ”יערחיב הוי' את גבולך” כפשוטה, מ'האט אויך א קשר צו דעם ענין פון חנוכה,

231וואס ווי דער מאס שרייבט איז געווארן א מנהג פשוט, אז מ'איז מקיים די מצוה און נאכמערער ווי מ'איז מקיים די מצוה מיט א הידור למהדרין, און נאכמערער מ'איז מקיים די מצוה מהדרין מן המהדרין דאס איז געווארן א ”מנהג פשוט בכל תפוצות ישראל” ובארץ הקודש, אפילו בא פשוטי ישראל,

232וואס דאס איז ממשיך פון פשיטת העצמות, וואס דעמאלט ווערן בטל אלע מדידות והגבלות, און מ'איז בקרוב זוכה צו ארוי לכם נרות ציען די שבעה נרות שבבית המקדש, די שמונה נרות פון ימי חנוכה,

233וואס בין ”הנרות הליל אין בטלין בעולם” וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז כל ימות השנה איז דא די השפעה און די ווירקונג פון די ”שמונות ימי חנוכה ונרות” שלהם.

234וואס דאס איז אויך ממשיך ”למטה מעשרה טפחים”, אז אידן שטייען אין אן אופן פון ”קומה זקופה” און די לעצטע טעג פון גלות איז כל אומות העולם זיינען מסייע בידם אויף גיין מקבל-זיין פני משיח צדקנו,

235וואס דעמאלט וועט זיין דער כנוב של שמונה נימין, וואס דאס איז די הכנה צו כנוב של עשר נימין, בדוגמא ווי דער כיבוש פון שבעה אומות איז א התחלה והכנה צו דער כיבוש פון די עשר אומות, בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions