עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

77 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אוי איז דאס אזוי?

2בשעת ס'קלייבן זיך עטלעכע אידן צוזאמען, על אחת כמה וכמה אז ס'קלייבט זיך צוזאמען כמה מיליאנים, כמה עשיריות מישראל, וואס על כל העשרה איז דאך ”שכינתא שריא”,

3אפילו כשאנם עוסקם בתורה ומצוות, ווי דער אלטער רבי איז מוסיף באגרת הקודש, על אחת כמה וכמה אז דאס פרייטן זיך צוזאמען אין צוזאמענהאנג מיט א תפילה און אויך מיט אן ענין פון תורה און אן ענין פון מצוות, ובפרט אין א מצוה מיוחדה וואס איז פארבונדן מיט א שליחות איבער דער גאנצער וועלט,

4איז דאך פארשטאנדיק, אז פאר יעדערן איז דאס א זכות נעמען אין דערויף אן איינטייל אין וועלכן אופן ס'איז מעגלעך, און וואס מערער דער איינטייל איז אלץ גרעסער איז דער זכות,

5דערפאר איז דאך אויך זעלבסט-פארשטענדליך אז ער האט א געלעגנהייט אויף אויך נעמען איינטייל אין דעם כינוס השלוחים עולמי איז דאס פאר מיר א זכות און פאר כל הענינים אויף מוסיף זיין נאכמער בהצ

6און וויבאלד אז דאס איז קנאת עולמים דארף מען זיך מתפלל זיין להקב"ה אז דאס זאל מוסיף זיין אין אן אופן פון הולך ומתפשט ואור,

7אז אף על פי וואס איינער זאל קענען דערגרייכן א ריבוי מענטשן איז דאך דאס פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן, וויבאלד אז ס'איז דאך אבער דא דער ענין פון ”חברא חברא אית” לו

8און אויך והוא העיקר אז ס'איז דא את הייתא דשמיא פארוואס רעכנט מען אז ס'איז דא את הייתא דשמיא וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט א רצון און מיט א חפץ אויף צוהעלפן א צווייטן אידן, אדער מערערע אידן, אין הפצת התורה והיהדות, כולל אויך, כמדובר כמה פעמים, אז דאס זאל זיין אין א פארנעם פון כל העולם כולו,

9וואס דאס איז דאך אויך כולל די שבעים אומות העולם, דורך דערויף וואס מ'איז מפיץ און זיך משתדל אויף מוסיף זיין אין עניני צדקה במיוחד, וואס דאס איז דאך אן ענין וואס איז פארבונדן מיט ישוב העולם בכלל,

10וכידוע ומבואר בכמה מקומות, אז דאס איז פון די שבע מצוות בני מוח, אדער על כל פנים, וויבאלד אז דאס איז א מצוותי, איז דאס פון אויך א ציווי אויף ישיב העולם,

11במילא איז דאס אויך א ציווי במיוחד פון די ענינים, צי דאס גייט אריין אין שבע מיתות בנימיך אדער נאך א באזונדער ענין, אבער בכל אופן איז דאס דער חיוב און א יסוד פון עולם זאל זיין אין אן עולם מיושב, ”לשבת יצרה”,

12וואס אין דערויף דארף מען דאך האבן און ער זעט זיך בפועל כדי דער עולם זאל זיין ”לשבת יצרה כל” חלקי העולם, קען דאס ניט געטאן ווערן דורך אן אים וואס בכמות איז ער מעט מכל העמים,

13וואס ער קען אין דערויף ארויסהעלפן, אבער ”לשבת יצרה” אין אן אופן של התייספות מוז מען אנקומען צו דעם אז דאס זאל געטאן ווערן בפועל ובגופם פון די שבע אומות,

14וואס דאס ווערט געטאן דורך דערויף וואס זיי פארנעמען זיך בישובו של עולם, און טוען דאס אויך ווי בכל ענין פון שבע מצוות בני מוח זאגט דאך דער רמב אז דערביי איז א תנאי, אז זיי זאלן וויסן זיין אז דאס איז דערפאר וואס דאס איז געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן,

15און אויפן בארג סיני, ווען מ'האט געגעבן די כל המצוות כולם, זיינען אויך געגעבן געווארן די ענין פון די שבע מצוות בני-נח, על אחת כמה וכמה א מצוה פון רשבת יצרה, וואס דאס איז אין מצוות עצמם איז דאס א ”מצוה הכי גדולה”.

16עד כדי כך, אז אין מצוות וואס איז פארבונדן מיט אידן במיוחד איז אויך א מצוה פארבונדן מיט ישובו של עולם, האט בא זיי א דין מיוחד פון א מצוה מיוחדה מיט א השתדלות מיוחדה, ווי מ'זעט דאס אין דער מצוה פון ”פדיין שבויים וכיוצא בזה”,

17אז ס'ווערט אנגערופן בשם מצוה רב פסיר, ”מצוה רבה”, און וואס דאס איז אויך פארבונדן, וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין אין תורה קען מען דערפון אפלערנען סיי בדרך אדער על כל פנים אין א דרך פון רמז,

18געפינט מען דאך, אז אט דער וואס האט זיך עוסק געווען אין פדיון שבויים בפשטות, און דער וואס האט זיך מתעסק געווען אין פדיון שבויים בפשטות איז דאס געווען ר' ”פינחס בן יאיר”, און וואס ער איז דאך אויך אט דער תנא מיט ידי ברייתא הידוע און מפוסמת אין דעם סיום און די הכנה צו 'קבלת התורה', וואס דאס איז דאך דער לימוד פון פרשה סוטה,

19איז ער אויך מסיים דאס מיט דער ברייתא וואס איז געזאגט געווארן על די ר' ינחס 'בן יאיר', און וואס דארט איז ער אויך מסיים אז ס'איז פארבונדן מיטן ענין פון רוח הקודש, און פארבונדן מיט די גאולה פון גאולה העתידה לבוא במהרה,

20ולבוא במהרה בקרוב ממש, ווי ר' ינחס 'בן יאיר' האט זיך דאך עוסק געווען אין פדיון שבויים, וואס בא פדיון שבויים איז דאך דא די מדת הזריזות דארף זיין ”ביתר שאת וביתר עוז”, ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות,

21בשעת איינצער געפינט זיך בשבי מוז זיין דער זריעת הכי גדולה אויף אים ארויסנעמען פון דארטן, ווארום וויבאלד ער איז ניט ברשות עצמו קען מען ניט משער זיין, בפרט נאך אז ער געפינט זיך ברשות פון אינם-יהודים וואס ס'וועט פאסירן אין די לעצטע מינוטן, און צי מ'וועט דאס קענען דעמאלט פארריכטן אדער באוואר אדער מלכתחילה ניט צולאזן, כמדובר כמה פעמים.

22וואס דאס איז אויך בכללות, אז בשעת ס'רעדט זיך אין א ענין פון שליחות, איז דאס נוסף אויף דערויף וואס יעדער נשמה האט צו זיך א שליחות וואס ירדה ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא” כדי צו מאכן ”לו יתברך דירה בתחתונים” דערצו קומט אבער צו, אזוי ווערט דערנאך ועל דרך ”כל התורה כולה” איז דאך געזאגט געווארן כללות און פרטיות ופרטי פרטיות,

23אזוי איז אויך בנוגע צו ענין השליחות, איז דא א שליחות כללית וואס יעדער אידע האט, און על דרך זה קומט דאס אויך אראפ צו שבעים אומות העולם, אז זיי האבן א שליחות כללית, אויך אן עיקרית'דיקע, אויף מאכן פון דער וועלט אז דא זאל זיין א דירה, און ”לשבת יצרה”,

24און דעם אדם התחתון, וואס דורך דערויף ווערט דאס אויך א דירה פאר דעם אדם העליון, וכמדובר כמה פעמים.

25און על דרך זה קומט דאס דערנאך אראפ ווי מ'האט א שליחות כללית, בשעת ס'איז 'רידת הנשמה' בשעה שנולד התינוק, זאגט מען אים גלייך אן וועגן די שליחות וואס ער האט,

26אז תהי צדיק אין 'עשה טוב' ועל תהי רשי אין דעם ענין פון מרע, וואס דאס איז דאך כולל ”אנכי ולא יהי' לך”, וואס דאס איז כולל כל עשרת הדברות, וואס איז כולל ”כל התורה כולה”,

27און דערנאך האט ער אט די שליחות בכל שנה ושנה נאכאמאל מלכתחילה, ווען מ'איז ממליך דעם מלך מלכי המלכים החדש ברוך הוא,

28וואס ער זאגט דאך אויף תמליכוני עליכם ועאכו כך אגזור עליכם גזירות איז די ערשטע גזירה און די ערשטע זאך וואס מ'האט איז דאס וואס מ'נעמט אן די שליחות פון דעם אויבערשטן,

29און ווי דערציילט אויך אין דעם מאמר חז"ל, אז דער אויבערשטער האט געזאגט, און בשעת מ'האט ביי אים געבעטן אז ער זאל געבן מצוות, און ס'דארף אויף דערויף דענטער 'קבלו מלכותי', און דערנאך אחר כך עגזור עליכם גזירות.

30וואס על דרך ווי ס'קומט דערנאך אויס אין א שליחות ”כללית, אפרטית”, בערך פון די שליחות כללית פון 'ירידת הנשמה' בגוף, און וואס כאמור איז דאס דא סיי בא אידן און סיי בא ניט-אידן,

31אעל פי וואס דאס איז דאך א חילוק צי די שליחות דריקט זיך אויס אין תר-י' ג' ענינים, אדער ס'דריקט זיך אויס אין שבעה ענינים, אדער מיט מצוות-עשהות נוסף על זה וכו,' דערנאך איז דא ווי די שליחות כללית קומט ארויס אין א פרט בכל ערב ראש השנה, בכל ראש השנה,

32דערנאך איז דאס דא ווי דאס קומט אראפ אין א פרט פון דעם פרט וואס דאס איז בכל ראש חודש באקומט מען פון דאס ניי א שליחות חדשה פארבונדן מיט חודש, וואס חודש האט דאך אויך דעם אפטרייטש אז ס'הויבט זיך אן אן עבודה חדשה האט ער די שליחות חדשה א פרט,

33וואס דאס איז מערניט ווי אויף דעם חודש, דערנאך הויבט זיך אן אן אנדער שליחות חדשה פארבונדן מיט א חודש שלאחרי זה, ועד", אויך אין די חדשים וואס מ'שטייט דאך איצטער, איז דאך דא די שליחות וואס איז געווען בראש השנה,

34וואס זי איז אויך פארבונדן מיט ראש חודש תשרי, פון חודש תשרי, וואס נוסף אויף דערויף וואס מ'האט די קרבנות פון דער שנה האט מען אויך די קרבנות פארבונדן מיטן חודש,

35וואס דער עיקר ענין הקרבנות איז דאך אדם ”כי יקריב” איז מכן ”קרבן להוי על” דרך זה אויך האט מען דערנאך ווי ס'קומט אראפ די שליחות כללית פון 'ירידת הנשמה' בגוף בפעם הראשונה, קומט דאס דערנאך אראפ בכל ראש השנה אויף דער שנה א שליחות פרטית 'לפי ערך', וואס דאס איז מערניט ווי אויף דעם יאר,

36און פארבונדן מיט יעדער יאר לויט דעם יאר מיט זיינע ענינים, צי דאס איז א שנת תסמח און תשמח, אדער א שנת פון תשמוד תעבדך, אדער א שנת פון ה' שנת ניסים וכיוצא בזה, על דרך זה קומט דערנאך אראפ די שליחות אין א פרטיות יותר,

37אבער נאך אויך על כללות, בערך הימים, וואס דאס איז די שליחות מיוחדה פאר יעדער חודש, לויט דעם מזל פון דעם חודש און לויט די ענינים ווי די כחות וואס זיינען פארבונדן מיט דעם חודש, וואס דאס איז מערניט ווי אט די כ'ט אדער לעמוד יום, על דרך ווי מ'זעט דאך אויך בנוגע צו חודש כסלו,

38וואס ס'איז געווען דער שבת מברכים די שבת שלפני זה, האט דאך אויך א שליחות מיוחדה, כמבואר בספרים, ובפרט בקשר מיט ענין החסידות, א שליחות מיוחדה מיט הפצת המעיינות חוצה, הפצת פון 'פנימיות התורה',

39און בפרט נאך מיט הפצת אין אן אופן וואס איז פארבונדן מיט ט' שבכסלו, וואס דעמאלט איז דאך געווען דער עיקר און די התחלה מיטן גאנצן שטורעם פון הפצת המעיינות חוצה, דערנאך איז געווען דורות לאחרי זה אין די יו"ד כסלו שלפני זה, און נאך פאר דערויף אין ט' כסלו וואס פאר די יו"ד כסלו,

40דאך יום הילולא פון דעם הגמור האמצעי, וכמדובר כמה פעמים.

41ועל דרך זה קומט דערנאך דאס אויך אראפ אין שליחות פרטיות עוד יותר, וואס דאס איז ווי דאס קומט אראפ פון ראש-חודש אין יעדער וואך פון דעם חודש, וואס יעדער וואך האט דאך זיך איר עבודה מיוחדה, לויט ווי אנגעדייטעט אין די פרשת השבוע מיט וועלכע מ'דארף לעבן במשך פון דער וואך,

42דערנאך קומט דאס אראפ ”בפרטיות עוד יותר” פון כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס א איד האט א שליחות, אז יעדער טאג זאל ממלא זיין די שליחות מיוחדה פארבונדן מיט די עבידתי פון דעם יום, ביז אויך בכל יום ויום, ווי ער זאגט אין תענוג, איז דאך דא די יו דבי' צורופים פון אדנ ון די בי' צורופים פון 'שם הוי,"''

43וואס דאס איז פארבונדן בלילה די צירופים פון אדנ ון ביום די צירופים פון הוי און וואס לויט אט דעם צירוף שטעלט זיך אויך אויס אט די עבודה וואס זי איז פארבונדן פון דער שעה מיוחדה.

44אזוי איז אויך נאכמער פרטיות, אין א שעה עצמה איז דאך דא כמה וכמה רגעים וכמדובר כמה פעמים, ומבואר בספרים,

45איז אויך יעדער רגע איז לרגעים טבחננו אז יעדער רגע האט דאך א איד א שליחות אויף וואס מ'דארף אויסנוצן די עבודה מיוחדה פון אט דעם רגע, און אין דערויף איז מען אים בוחר, אז ער האט ממלא-געווען אט די שליחות, און האט אויסגענוצט דעם רגע אויף זיין שליחות,

46און דערנאך, טאן מאיזו סיבה שתהי' פארפעלט מיר איז דעמאלט האט מען אויך די געלעגנהייט, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן, כידוע פתגם והוראה פון נשיא דורנו, כמדובר בארוכה כמה פעמים, האט מען אויך די געלעגנהייט, אז מ'זאל דערנאך אין די רגעים שלאחרי זה אויך מוסיף זיין אויף דער עבודה פון דעם רגע,

47אויך אין דער עבודה פון די רגעים שלפני זה, דורך דערויף וואס ער איז מצרף עבודת התשובה, וואס עבודת תשובה שלו מאכט דאך אים בעה' אויך אויך אויפן עבר,

48אפילו אויפן עבר פון א ריבוי זמן לפני זה, עאכו' כמה אז ס'רעדט זיך מערניט ווי וועגן דעם יאר אדער דעם חודש, דערפאר וואס אידן, המדם בחזכת כשרות, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז בכל יום וכל חודש,

49בכל שנה האבן זיי אפגעטאן גלייך כמידת ככל האפשרי די עבודה המיוחדה אויף וועלכע ער איז לשליח אין דעם חודש און לפני זה אין דעם יאר בכללותו וכו,' און אזוי אויך, כמדובר לפני זה, האט מען אויך, ווי ס'קומט אראפ אין פרטים און פרטי פרטים, פון דער שליחות כללית פון 'ירידת הנשמה' בגוף,

50און דערנאך פון די שליחות כללית, אבער פרטיות בערך פון די שליחות כללי, וואס דאס איז זינט ער ווערט א בר-מצוה, און דערנאך ”מידי שנה בשנה” אויף דער שנה די שליחות אויף דער שנה, און דערנאך אויך פרטיות עוד יותר, אבער נאך אלץ א שליחות כללית, ווי דאס איז פארבונדן מיטן חודש, וואס ער איז א כלל לגבי כל ימי החודש און כל שבועות די אלע וואכן פון דעם חודש,

51און דערנאך אויך אין יעדער וואך די שליחות כללית, בערך פון די ימים שלאחרי זה פון דער תחילת השבוע, וואס זי איז דאך פארבונדן און מ'זאגט גלייך, אז דאס איז דער יום ראשון פונקט ווי ס'איז געווען דער יום ”ראשון למעשה בראשית”, וואס ער האט זיך כולל געווען די אלע שבעת ימי הבריאה,

52שבעת ימי בראשית, על דרך זה אויך יעדער זונטאג, יעדער ”יום ראשון בשבוע”, וואס דערפאר זאגט מען דאך יום ראשון ווי מבואר אין לקוטי תורה, אף על פי וואס ס'איז דא רבבות ימים זינט ס'איז געווען די בריאת הזמן, וכמדובר כמה פעמים.

53וואס אט דאס איז אויך דער ענין וואס אין דער שליחות איז דא אויך כמה דרגות, און בשעת מ'האט דעם ענין און מ'טוט אפ די שליחות פון דעם רגע וואס דאס איז דאך דער ענין שהזמן גרמא איז דאך דאס כולל לכל שאר השליחיות, אף על פי כן דארף ער אויך גרייטן זיך און טאן את התלוי אין דער הכנה בזה ברגע זה,

54אויך לגבי מילוי שליחות הכללות פון דעם גאנצן מעת לעת, פון דעם גאנצן שעה, און פון דער גאנצער מעת לעת, און פון די גאנצע וואך, פון דעם גאנצן חודש, און פון דעם גאנצן יאר, און פון די גאנצע ימי חייו,

55פון אנהויבסם, וואס ער האט נאך אלץ די מעגלעכקייט אויף מוסיף זיין שלימות אין כל ימי חייו, אפילו ווען דאס רעדט זיך אין ב”מאה ועשרים שנה אנכי היום”, האט דאך דעמאלט משה רבינו,

56וואס ער איז געווען דער מבחר מן הנושי, אויך געזאגט, אז ער וויל דערגרייכן און ממלא זיין די שליחות פון אריינגיין אין ארץ ישראל, על כל פנים זען ארץ ישראל, וואס דאס איז פארבונדן מיט הר נע עלי פאר והר נבא וואס דאס איז דאך אויך מעין פון דעם 'נוין בו', ווי דאס איז אויך דער נוין אין דעם שנת תשנ ון, כמדובר כמה פעמים.

57און ויהי רצון, אז פון דעם דיבור בכל ענינים אלו זאל יעדערער זיך מתבונן זיין, ואין אז די התבוננות זאל ביי אים אראפקומען אין א לייכטן אופן, ”אין המעשה הוא” ועיקר בנוגע צו מילוי השליחיות, בכל ענינים אלו.

58ובפרט נאך אויך, אז מ'איז זיך מסיים מיט מאכן א שליחות נוספת, אז נוסף אויף דערויף וואס ס'האט זיך גערעדט זיכער במקינות פון די שלוחים וועגן עניני השליחות, און ווי אזוי מ'דארף נאך אין דערויף מוסיף זיין נאך כהנה וכהנה,

59און דערנאך איז דער אויבערשטער מצליח און גיט מנא און מסיים און גיט דערנאך ארבע מאות און שמונה מאות אנהויבנדיק אויך די ”ארבע מאות שקל כסף עובר” לשרכי, פארבונדן מיט די פרשת השבוע וואס מ'האט ערשט געלערנט און ערשט געלייענט וכו.'

60און ויהי רצון, אז בא יעדער אידן זאל זיין בשלימות, און א ממשיך זיין דערנאך אויך לאחרי פון די שלימות פון מאה ועשרים שנה, זאל זיי אויך האבן די שלימות פון ”מאה שנה ועשרים שנה ושבע שנים”,

61און דערנאך זאל ער ממשיך זיין לאחרי זה נשמה בגוף, אן הפסק בינתיים, אויך אין די אריכות ימים שלאחרי זה, ביז וואנענט אז מ'טאנצט אריין אין ימי הגאולה העמיקית והשלימה, וואס אט דעמאלט טאנצט מען דאך אויך גלייך אריין אין חיים נצחיים,

62און אט דעמאלט האט מען אויך א שליחות נוספת וואס זי איז פארבונדן דוקא מיט ענינים של נצחיות, ווי מ'זעט דאך אויך אין טבע האדם, אז בשעת ער ווייס אז דאס וואס ער גייט איצטער טאן וועט דאס זיין אויף א סך יארן טוט ער בזה מהשתדלותי שעורה,

63אויב ער ווייס אז דאס איז אים נוגע לכל משך ימי חייו טוט ער נאך מיט א השתדלותי שעורה עוד גדולה, במילא ניצט ער אויס די כחות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן,

64וואס ער איז דעם אויבערשטן'ס א שליח ביז כמותו ממש האט אים דער אויבערשטער געגעבן אויף דורכפירן זיין שליחות 'בכל רגע' און זיין שליחות בכל שעה און זיין שליחות בכל יום און זיין שליחות בכל חודש און זיין שליחות בכל שנה און זיין שליחות הכללות פון כל משך ימי חייו,

65און בשעת מ'איז זוכה בתוך פלל ישראל, ותיכף ומיד ממש, צו גאולה האמיתית והשלימה, איז אט דעמאלט גייט מען דאך גלייך אריין, און מ'טאנצט גלייך אריין מתוך שמחה אין די חיים נצחיים, מ'דארף ניט האבן קיין הפסק בינתיים, איז דאס ממשיך נשמה בגוף.

66מ'איז ממשיך דאס אין אויך ממלא זיין די שליחות אין אן אופן ניט נאר אז ער ווייס אז דאס איז אויף א סך יארן, און ווייס אז דאס איז נוגע אויף כל משך ימי חייו מוגבלים, אפילו ווי ער וויסט דאך אז דאס ווערט ממש נוגע אויף זיינע חיים נצחיים, איז דורך דערויף וואס ער טוט א מחשבה אחת, אדער דיבור אחד,

67אדער דער מעשה אחד איז מכריע עצמו בכל העולם כולו, מבה הצלה וישועה איז ער אויך מכריע און מוסיף אין זיינע חיים נצחיים, וואס דארט איז דאך אויך שייכות און דא בפועל וכמבובר אין ספרים, אז דארט איז אויך שייך א הליכה מחיל אל חיל.

68און יהי רצון, אז דאס זאל זיין כלשון הכתוב, כמדובר כמה פעמים, ”ילכו מחיל אל חיל” ביז ס'וועט זיין ”מחיל אל חיל יראה אלא אלקים בציון” וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט פנימיות הנשמה, וואס דערצו דערגרייכט מען דורך מילוי השליחות כדרוש.

69און דאס איז אויך פארבונדן מיט ציון בפשטות, וואס דאס גייט אויפן שטח הדמה, בארצנו הקדושה, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקורש, און דארטן גופא אין דעם חלק וואס ווערט אנגערופן בשם ציון, וואס יעדערער איז איז מגלה בא זיך דעם ציון ופנימו שבנשמה,

70און דורך דערויף ווערט נתגלה דער ציון, און די פנימיות שבכל העולם כולו אין אן אופן ”של גילוי, אין” אן אופן של גילוי ממש, ביז וואנענט אז מ'טאפט דאס אן מיט חוש המישוש, ווארום דאס ווערט אלץ נתלבש און דורכגעטאן, ואדרבא, דער עיקר אויפטון טוט זיך אן דוקא דורך גשמיות הענינים, וכמבואר בספרים באריכות די פרטי הדברים,

71וואס זיכער איז דאך מבואר ומובן ב�גם פשוט.

72ועוד והוא העיקר, אז פון די אלע ענינים, איז נוסף וואס מ'איז מקיים די שליחות פארבונדן מיט די רגעים, איז מען אויך מקיים די שליחות פון דער רגע הבא, תיכף ומיד, וואס דאס איז דאך ווי אחתה לו בכל יום שיבוא, ווערט דאס א רגע וואס איז משנה די גאנצע מציאות פון זמן,

73און מקום, מכאן ולהבא א שינוי עיקרי, און ס'ווערט א שליחות בתוספת כח, ובשליחות מיוחדה, און א שליחות ווי דער דובר כמה פעמים, אז מ'טוט דאס מכל כחות נפשו, ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך” האט ער זיינע עשר כחות מיט דער גימטריא פון שליח, וואס דאס איז בגימטריא משיח,

74וואס דאס איז מגלה אין יעדערן דעם משיח שבו וואס דורך דערויף איז היילט ער נאכמערער צו, אז משיח בפשטות זאל קומען תוכף ומיד ממש, וואס דאס איז דאך דער ציון פון כל ”נפשות בני ישראל”,

75”האנשים והנשים והטף”, ועוד והוא העיקר, אז מ'האט די אלע ענינים ”למטה מעשרה טפחים”, אנהויבנדיק פון דעם רגע הגאולה האמיתית והשלימה,

76און דערנאך ”הולך מחיל אל חיל וראה אלא אלקים בציון” לכל לראש אין פירוש הפשוט אין ציון עיר הקודש, אין די 'ארץ הקודש', און כולל כל הפירושים בזה אין ציון שבנשמה וכו,' ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט אין אן אופן פון ממש תיכף ומיד ממש.

77אמן

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions