עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-6n9phymp

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מרובות בבנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי,' געבענטש זיין מיט זין און טעכטער וואס זיי וועלן גיין בדרך התורה ומצוותי,' און אויך באווייזן אין דערויף א דוגמא חי,' אז ווי אזוי מ'טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, פונקט פארקערט ווי ס'איז דאך דא אזוינע וואס קלייבן זיך ניט פאנאנדער אדער טראכטן זיך ניט אריין אפילו אין אן אופן שטחי, אז דער אויבערשטער פירט די וועלט און פרנסה פאר דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה פאר ישראל עם קרובו, על אחת כמה וכמה בשעת ישראל עם קרובו שטייט אין אן אופן גלוי, אז מ'פירט זיך אין א חסידישן אופן אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס אין חסידות איז דאך אן הכי גדול אויף משפיע זיין, און ווי נשיא דורנו האט דאס פילאמאל אונטערשטראכן, אויף זיין אליין א נר להאיר און משפיע זיין אויפן גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל לייכטן פאר זיך, און לייכטן ארום זיך, און מאכן דעם גאנצן ארום, אז דער גאנצער ארום זאל ווערן נרות להאיר ובפרט נאך ווי כאמור, אז ס'הויבט זיך אן דער פערציקטער יאר פון דער ערשטן מאל פון יום הילולא, וואס דעמאלט האט מען דאך א הבנה והשגה מיוחדית, סיי אין חכמה און סיי אין בין און סיי אין דעת בכלל, און אין די ענינים האמורים במיוחד.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions