פסקה
פסקה rh-6n39106q
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a3ez4nre
- order
- FV
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון דעם יצר-הרע, און אט דעמאלט האט ער די הבטחה, ווי איר האט פריער געזאגט, האב ער געזאגט אויף דאס דורכצופירן, אז יגעת ולא מצאת לא תעמין ס'איז א זיכערע זאך, אז ער וועט הארעווען אויף זיין יצר-הרע, וועט ער אינגאנצן באפרייט ווערן פון אים, און נאכמערער ער וועט אים געבן א פול נאק-או ט, אויף כל הימים וועט ער פון אים באפרייט ווערן און פטור ווערן, און ער וועט פארדינען דעם קיטול וואס מ'גיט יעדער אידן אויף ועמך כולם צדיקים, ווי דער האט פריער געזאגט, און נאך מערער ער וועט פארדינען א דאנק און ספעציעלן מתנות פון יוסף הצדיק, וואס ער איז דער היינטיקער גאס, דער אושפיז, און וועגן וועלכן מ'לערנט אויך און מ'רעדט אויך אין דעם שיעור אין חומש פון היינטיקן טאג, וואס זיי גיבן נאכמערער, וויבאלד אז מ'זעט אז ער האט ריכטיק תשובה געטאן, און האט אויך פארריכט און באווארנט די חברים וועלכע ער האט אנאכגעפירט ניט ווי ס'דארף-צו-זיין, איז ער זיך מיט זיי משתדל טוט יגעת, אז זיי זאלן זיך אויפפירן נאך בעסער ווי זיי זאלן זיך געדארפט אויפפירן פריער, און מ'האט דאך די הבטחה ומצאת ער וועט זיכער אין דערויף מצליח זיין, וועט דאס דעמאלט ווערן די דרגא און דער אופן וואס ווי ס'טוט א בעל תשובה, וואס דאס איז גאר א הויכע דרגא, און מ'האט אויך די הבטחה, ווי געזאגט פריער, אז אויב נאר מ'וועט אזוי באשליסן, איז א זיכערע זאך אז דער אויבערשטער וועט ארויסהעלפן, ווארום בשעת דער אויבערשטער זעט אז ישמח ישראל בעושיו אז מ'טראכט וועגן דעם אויבערשטן, און מ'איז צופרידן מיטן אויבערשטן, און מ'איז פריילעך מיטן אויבערשטן אט דעמאלט איז ישמח הוי'במעשה גיט דער אויבערשטער מיט א שמחה גדולה אלע זאכן אין וועלכע ער נויטיקט זיך, אנהויבנדיק פון דער הצלחה אין דער מלחמה מיטן יצר-הרע, און דאס איז אויך משפיע אויף אלע זיינע חברים ארום אים, אז אויך זיי זאלן זיך אזוי אויפפירן.
- proofread
- 0