transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בסיכום הדברים נאכאמאל איבער'חזר'ן בנוגע צו אלע הפצת היהדות והפצת התורה בכלל, און הפצת המעינות במיוחד ביז אין חוצה וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט יט' כסלו, און דערנאך איז ענינים שהזמן גרמא,
¶2אזוי ווי איצטער איז דאך שוין די מעלה שבתו וואס הויבט זיך אן פון יום הרביעי בנוגע צו דעם מבצע פון נרות שבת קודש, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט א סעודה,
¶3וואס א חסודה חשובה איז דאך ניט סעודת 'ימיות החול', נאר סעודת יום השבת, כשרות האכילה און שתי דארף זיין בכל הסעודות, נעמט זיך אבער די קדושה פון חסודת שבת, וואס דאס איז א ”מצוה מן התורה” לענגל, במאכל און אויך במשתה, ובפרט קידוש 'על היין',
¶4וואס דאס איז פארבונדן מיט מטה מוצעת ווי די גמרא זאגט, וואס מ'געפינט במעלה שבתא די אלע דריי ענינים, דער ענין פון טהרת המשפחה, וואס די אלע זיינען דאך מיוסד אין אן אופן פון אהבת ישראל און פארבונדן וואס מיט זיך מחנך, און מחנך אלע צו וועלכע מ'קען דערגרייכן, אין א חינוך ווי געמאנט פריער,
¶5אז דער חינוך איז אין אן אופן אדעתו עליהו, אפילו ווען ער וועט אוועקגיין פון אים זאל ער אים באווארענען ער זאל ממשיך זיין אין א סביבה וואו ער וועט האבן א תורה השפעה, א אידישע השפעה, און וועט ניט דארפן האבן קיין מלחמה מיט די השקפה וואס מ'האט אים געגעבן פריער,
¶6על ידי דברים היוצאים מן הלב אין דברי יהדות, תורה ומצוותי וואס בכללות איז דאס טיילט זיך פאנאנדער אין תורה און תפילין, וואס ”הוקשה כל התורה המצוות כולם לתפילין”, און מזוזה און צדקה, ”בית מלא ספרים” יבנה וחכמי,' און די מבצעים פארבונדן מיט נשי ובנות ישראל,
¶7און דער מבצע המיוחד, די הכנות לימי חנוכה, כמדובר לעיל, און אין דערויף אויך מוסיף זיין דער מבצע וואס איז במיוחד פארבונדן מיט אהבת ישראל, און מיט תורה,
¶8און מיט אחדות ישראל, און פארבונדן אויך מיט ”ויחן שם ישראל כאיש אחד בלב אחד”, אז יעדער איד זאל האבן אן אות אין תורה, אנהויבנדיק פון ”קטני וקטני קטנים” ביז ”ראשיכם שבטיכם” ביז הגדול שבגדולים אין איינע פון די ספרי-תורה הכלליים,
¶9ובקרוב ממש, ויפה רגע אחת קודם, ניט נאר ”שעה אחת קודם”, אדער לאידך גיסא, רגע על כל פנים איז דאך רגע כמימרא דאס פארנעמט א צייט וואס מ'דארף ארויסרעדן דריי הברות, אדער צוויי הברות, ווי מ'וויל דאס רעכענען, צי מ'רעכנט די עיין איז אויך ממשיך די הברה פון פתח צי ניט,
¶10איז דא נאך א קירצערע צייט, וואס דאס איז דער ענין פון שעה אין כה, אן ענין וואס נקודת הזמן איז דאס אלץ קודם אין דעם ענין, ובמיוחד פון די וואס געפינען זיך און זיינען מגין אויף אידן בגופם כפשוטו, ביז אין אן אופן פון מסירת-נפש,
¶11זאל יעדערער פון זיי אויך האבן דעם כלי בטחון הכי חזר די התקשרות מיט נותן התורה, דורך אן אות אין דער ספר-תורה וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן מתוככי 'כלל ישראל'.
¶12און די אלע מבצעים ביחד זאלן נאך ברענגען, וויבאלד אז מ'איז שוין מחליט בזה, איז א החלטה אין א דבר טובה-איז דאך פסק-דין אין שולחן-ערוך און די ראי' פון דניאל בגוף הרעות ובגלות בבל, אז ער האט געמאכט א החלטה טובה, האט ער גלייך באקומען דעם שכר הבא על ידי זה,
¶13עד"ז אויך בעניננו, אז וויבאלד אז מ'איז מחליט אז מ'מוז טאן תשובה זאל גלייך זיין דער שכר, דער ”ומיד הן נגאלין” נאך קודם מילוי ההבטחה,
¶14גאולה האמיתית והשלימה וכפשוטה על ידי משיח צדקנו, און מ'וועט גיין אלע צוזאמען בארץ הקודש, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” יעדער איד און אלע אידן, צוזאמען מיט זיין חלק בתורה, און מיט דער גאנצער תורה,
¶15און געפינען אויך די ארץ בשלימותה, נאכמערער ”ירחיב הוי' את גבולך” ובמהרה בימינו ממש.
¶16לחיים. די
¶17וואס דארפן מאכן א ברכה אחרונה וועלן זיכער מאכן א ברכה אחרונה.