Paragraph
Paragraph rh-6k9zjqyr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3azb5cqn
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס ווי מ'זאל זיך אויפפירן און ווי מ'זאל ניט שטיין אין חינוך אין דער אייגענער ערציאונג, אויף די אויפפירונגען טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו אין א חדר אדער ווען ס'געפינט זיך דערביי דער פאטער אדער דער רבי אדער דער מדריך שלו, איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס קומט ניט צו דעם געפיל פון כבוד און אהבה און יראה וואס ס'איז דא בא דעם קינד, אז דאס רעדט זיך נאך וועגן א זאך וואס איז העכער נאך פון זיין פאטער און מוטערמלמו און דעם רבי און מדרי, און דאס רעדט זיך וועגן דעם מלך פון דער גאנצער מדינה, אויך וואס ער איז דער מלך אויך פון זיין פאטער און זיין מוטער, און פון זיינע רביים, פון זיינע מחנכים, און צוזאמען דערמיט אויך דער געפילט פון גליקלעכקייט, וואס דער קינד געפילט בא זיך, וואס מ'גיט אים אט די געלעגנהייט, און דער מלך אליין פארנעמט זיך מיט איםאון הערט זיך צו וואס ער וויל און פארלאנגט פון אים, און טוט דאס אלץ מיט א פריילעכן אופן און אין א שמייכל'דיקן אופן.
- proofread
- 0