transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1אויבערשטער זאל העלפן און מצליח זיין יעדערן פון אייך, ובפרטיות די בר-מצוה זאלן מקבל זיין אויף זיך עולה תורה ועולה ”מצוות בשמחה ובטוב לבב”, וואס דעמאלט איז דאך דאס א שמחה הכי גדולה,
¶2ווי ער זאגט אין זהר באריכות, און דאס קומט דערפון אראפ אויך א שמחה הכי גדולה דא למטה, פאר דעם בר-מצוה אליין און פאר אלע זיינע קרובים ומשפחות, אנהויבנדיק פון דער פאטער און מוטער און ברידער און שוועסטער.
¶3און מתוך שמחה איז מען נאכמערער מוסיף, מ'גיט נאכמערער צו אין שמחה און אין התמדון שקידה, אין לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, און גיין מחיל אל חיל אין אלע ענינים פון אידישקייט.
¶4און ניט קוקנדיק אפילו אויב ס'איז דא עפעס שוועריקייטן, ובפרט נאך אז דער אויבערשטער בענטשן און מצליח בשעת א איד באשליסט אויף פירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, אז אים זאל דאס אנקומען נאך גלינגער און לייכטער ווי ער שטעלט זיך פאר,
¶5און מ'איז אים גואל און ”פדה בשלום”, מ'נעמט אים ארויס אין א שלום'דיקן וועג פון אלע-ערליי שוועריקייטן, ער זאל קענען וואקסן און שטייגן אין אלע זאכן פון אידישקייט, און צוזאמען דערמיט אויך האבן בריאות הגוף, צוזאמען מיט בריאות הנשמה.
¶6ובמיוחד אז מ'קומען זיך פון די טעג פון י' טס און כ' כסלו, וואס דעמאלט איז דאך געווען די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן, און אין אן אופן פון ”פדה בשלום”, און ער האט דאס איבערגעגעבן צו יעדער אידן און צו אלע אידן ”עד סוף כל הדורות”, אז דורך אנהאלטן זיך אין אידישקייט און אין חסידות וועט מען האבן דעם אויבערשטנ'ס ברכות, וידם על העליונה.
¶7און מ'דערנעמט זיך צו די טעג פון חנוכה, וואס דעמאלט איז דאך אויך געווען די נוצים און נפלאות און די אלע לשונות ווי מ'זאגט אין דער תפילה, און ס'ווערן בטל אלע זאכן וואס מאכן ענג חס ושלום א אידן זאל אויך זיין א גאולה בא יעדערן אין זיינע ענינים פרטיים,
¶8און אויך מתוך שמחה מתוך שלום, א פדי' בשלום ומתוך שמחה.
¶9און כדי נאכמער צוגעבן אין דעם איז ווי ס'פירט זיך אין מנהג מנהג בכמה מקומות, אז דער בר מצוה, אין דעם טאג פון זיין בר מצוה, אדער אויב זאל ער אפלערנען דעם מזמור, דעם פערצנטן קאפיטל אין תהלים,
¶10און זאל אויך געבן אויף צדקה אינדערפרי און פאר מנחה, און אויב דאס קומט אויס אין א שבת זאל ער אזוי טאן סיי ערב שבת סיי אויף מארגן נאך שבת,
¶11און ”מה טוב ומה נעים” אז אז זיי זאלן אויך טאן זיינער פאטער און מוטער און די קרובים צוליב זיך ולזכותו, וואס דאס אלץ איז נאכמערער מוסיף אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות פאר דעם בר-מצוה און פאר די אלע וואס זיינען מיט אים פארבונדן.
¶12און ויהי רצון, אז בקרוב ממש, זאל יעדערער פון אונז צוזאמען בתוך 'כלל ישראל' זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶13וואס דעמאלט איז מען מקיים אלע מצוות, און מ'לערנט תורה ווי דער אויבערשטער וויל, ”כמצות רצונך” דער אמת'ער און שלימות'דיקער קיום התורה והמצוות.
¶14דורך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין ”קהל גדול ישובו הנה” אז דער קהל ווערט נאכמערער גרעסער דורך דערויף וואס ס'קומען צו נאך בר מצוה און בת מצוה, און מ'גייט בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ”אין ארצנו הקדושה”,
¶15”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"”, אין אן אופן פון אחישנה, ארו אים עננה שמיא.
¶16און מ'טרעפט דארטן צוזאמען מיט שלימות העם, שלימות התורה ומצוותי', און אויך שלימות הארץ, און די ”הנרות הללו” פון נרות חנוכה,
¶17וואס זיי קומען דאך אלס א נס פון די מנרות אין דער מנורה שבבית המקדש, וועט מען זוכה זיין צו זען ווי אזוי אהרן כהן גרדל איז בהעלותך את הנרות אין בית המקדש השלישי, אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך”.
¶18כדי אויך אויף צו האבן אן אנטייל אין די אלע שמחות'דיקע זאכן האמורים לעיל, וועל איך אויך געבן יעדערן פון א חצה צו א דאלאר,
¶19אויף אפגעבן דאס אויף צדקה, אדער דעם חילוק דערפון אין דעם טאג פון בר-מצוה, אדער אויב די בר-מצוה איז שוין געווען אפגעבן דאס אויף צדקה כאילו ווי מ'האט דאס געטאן ביום הבר-מצוה, ו ”גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה”, און צדקה איז דאך שקולה כנגד כל המצוות, ווי דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה פון י' טס און כ' כסלו,
¶20איז מאריך בספרו תניא קדישא זאל דאס נאכמער מוסיף זיין, אז ס'זאל זיין מוסיף והולך אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות פאר יעדערן און יעדערע בתוככי 'כלל ישראל', ביז צו דער ברכה הכללית והעיקרית די ברכת גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.