Paragraph
Paragraph rh-6hks49n2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wnt24psv
- order
- aL
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מלכתחילה לא אשים עליך, ווי דער רמב אז מ'פירט זיך אויף ווי ס'דארף-צו-זיין איז אני מבטיחו אז ער וועט גאר מלכתחילה ניט קומען, לא אשים עליך ער וועט ניט קומען צו אן ענין של חולי, וואס דער בעסטער סדר אין רפואה איז דאך, אז דער רופא איז מייעץ ווי אזוי מ'זאל מלכתחילה ניט קומען אזא מין מעמד ומצב אז ניכר בשם חולי. במילא איז דאך דער ענין והוראה אין תורת חיים און תורת אמת אויף מיעץ זיין זיך מיט א רופא ידיד, אדער בשעת ס'איז דא א ספק, וברוב יוץ מיט שני רופאים, ומכריע זיין על פי הרוב, בנוגע צו עניני בריאות מכל הסוגים האפשריים, על דרך זה אין שאר הענינים וואס מ'איז דעמאלט אויך דערמאנט, וואס דערפאר בלייבט בא יעדערן צייט, אז ס'זאל זיך אפגעבן מיט לימוד התורה בכלל, און לימוד פנימיות התורה במיוחד, וויבאלד אז ער האט א הוראה כללית פון עשה לך רב וואס ער איז דאך, דער ענין פון א רב איז דאך, אז פותר זיין כל ענינים של ספק, און פותר זיין זיי ווי ס'דארף צו זיין, דאס הייסט על פי הוראות התורה, וואס זי איז תורת אמת, וביחד עם זה איז זי געגעבן געווארן דוקא אין נשמות בגופים, נשמות ועולם הזה הגשמי והחומרי, און דארטן איז להבדיל אין אן אופן אז ס'זאל זיין חי און כשר און טהור, מיט אלע ענינים, און מותר, ווי דערמאנט כמה פעמים בארוכה בדבר.
- proofread
- 0