English
ספרייה
kind
paragraph
order
Jj
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
השקיפה איז געווארן בגלוי ולתמיד ווערט דאס אן ענין פון טוב הגלוי. און וויבאלד אז דאס נעמט זיך אבער און פארבונדן מיטן לשון פון השקיפה איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס וואס די ענינים וואס זיינען בטוב הכי גדול דארף דאס שטיין מיט א לשון, דער לשון של העלם, איז אין השקיפה ווערט אויך דער לשון אתהפך, ביז וואנענט אז דאס שטייט בגלוי אין תכלית השלימות. וואס דאס איז אויך ווי גערעדט דאך כמה פעמים, אז מעשינו ועבודתינו האט מען דאך ווי נשיא דורנו האט מסביר געווען, אז עמדו הכן כולכם אז מ'איז שוין גרייט אויף מקבל זיין די גאולה האמיתית והשלימה. איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים שטייען שוין אין אן אופן פון חסד הכי בתכלית השלימות, און בתכלית השלימות ביז וואנענט אז אויך אין עולם הדיבור שטייט שוין אויך דער דיבור אין תכלית השלימות, אז מ'דארף ניט אנקומען צו א לשון סתרים און דערנאך גיין צו א תנא און צו אן אמור, ער זאל זאגן וואס איז דער פירוש הדברים, כסיפור הידוע, דערפאר וואס ס'ווערט מלכתחילה געגעבן אין דיבור, עאכו כמה וכמה אין מעשה, עאכו כמה וכמה במחשבה, אין תכלית השלימות און אין תכלית הטוב.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים