transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כאמור כמה פעמים איז ”המעשה הוא העיקר” אט דאס וואס מ'האט גערעדט פריער וועגן חלוקת השעת זאל די וואס האבן גענומען אויף זיך די מסכתא צו אויף מסיים-זיין זיי זאלן דאס אפטאן אויך אזוי בפועל, און די וואס האבן זיך ניט גענומען זאל מען איצטער נעמען אדער מארגן נעמען, און דער עיקר לערנען זיי במשך השנה כולה אין אן אופן אויף מסיים-זיין לי' טס כסלו הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה,
¶2אזוי אויך בהנוגע צו די שיעורים פון תניא, ווי דער רבי דער נשיא האט דאס פאנאנדערגעטיילט, און אויך זעלבסט-פארשטענדלעך בהוספה אויף די שיעורים פון חומש, פון תהלים, כידוע התקנה בזה ומדובר כמה פעמים.
¶3ועוד ועיקר, אז דאס אלץ קומט בהוספה אויף שיעורים קבויים אין לימוד הנגלה והחסידות, אין דעם אופן ווי אפגע'פסק'נט אין הלכות תלמוד-תורה באריכות
¶4באריכות ובביאור לכל אחד לפי ענינו ומעמדו ומצבו, און טאן ”בכל זה בשמחה ובטוב לבב”, וואס דעמאלט וועט דאך דער לימוד מביא זיין 'לידי מעשה' לקיום המצוות בהידור, וואס דעמאלט וועט זיין ביידע, אי דער ”מעשה גדול” אי דער לימוד גדול דער 'תלמוד גדול',
¶5און דערצו וועט מען קומען צו בית גדול ווי די אלע דיעות וואס די גמרא זאגט אין מגילה, אז דאס איז דער בית המלך און דער בית המקדש לכל פרטיהם בקרוב ממש בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.