Paragraph
Paragraph rh-6cnzxf3w
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-pr4jw2a1
- order
- Ww
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- תמיד, וואס דארטן שטייט דער תורת הוי'תמימה אז דאס גייט אויף די פינף חומשים, און לאחרי זה זאגט מען, אז במה דער סיום איז פסח, מ'קען ניט זאגן, אז ער האט מערניט געטאן וואס דאס וואס ער האט מסיים געווען, האט ער דאס גע'חזר'ט, און דערנאך איז דערביי געבליבן חס ושנו צו זאגן אזוי, ס'איז דא כ'ד'כתבי קודש, על אחת כמה וכמה ספר תהלים וואס די חמשה ספרי תהלים זיינען דאך מכוון כנגד חמשה חומשי תורה, און מכוון איז דאך אויך דארף דאך זיין א מכוון בכל הענינים, במילא פונקט אזוי ווי וואס תורת משה איז א חידוש הכי גדול על דרך זה מוז אויך זיין, אויב דאס איז מכוון כנגד חמשה חומשי תורה דארף זיין אין תהלים אויך מכוון אויך אין דעם ענין, בפרט נאך אז דאס איז אן ענין הכי עיקריי. און וויבאלד אז דוד האט מוסיף געווען, אז ס'איז טאקע דא וואס סיום משה און דערנאך קומט דוד און הויבט אן בא מדות סיום און דערנאך גייט אוועק הונדערט און פופציק קאפיטלען איז דאך פארשטאנדיק, אז דארט איז א חידוש הכי גדול, און א חידוש וואס האט א שייכות צו דעם סיום, ווארום ער האט א שייכות צו דער פתיחה, וואס דאס ווערט אנגערופן די פתיחה פון די אלע הונדערט און פופציק קאפיטלן, און די פתיחה איז גענומען געווארן פון דעם סיום, און דער סיום איז גענומען געווארן פון די ראשית פון סוף ספרי משה, וואס דערפאר זאגט מען דאך אויך, אז ראשית איז פארבונדן נעוץ סופן בתחילתן און תפילתן בסופן, וואס דרך אגב איז מען אויך ניט מבחין אלע
- proofread
- 0