transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס בשנה זו איז דאך צוגעקומען נאך א ענין, נוסף אויף די שאר הענינים וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט פריער, אז די התוועדות קומט פאר אין ערב חנוכה ממש,
¶2וואס דאס איז דאך אין כסלו, וואס אף על פי וואס די סיבה ראשונה, וואס מ'האט דאס איבערגעשטעלט פון שבת אויף מוצאי שבת, איז דאך א ענין וואס מ'דארף אים מהפך זיין ממרירו למיתקו,
¶3אבער אידן קענען דאך אלע ענינים אויפטאן, עאכו' כמה אז דאס איז אן עיקר אין עבודה, ”לאהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקו” איז דערפאר קומט דאך אויס, אבער סוף-כל-סוף איז דאך א מעשיד אזוי בפועל אז דאס איז ערב חנוכה ממש,
¶4וואס דעמאלט איז שוין די לעצטע טאג אויף הכנות צו דעם טאג אויף וועלכן דאס איז דער ערב, פונקט אזוי ווי בא ערב שבת וערב יום טוב וערב ”ראש השנה ויום הכיפורים” וערב ראש חודש, עד"ז איז דאס בנוגע צו ערב חנוכה, נאר בא חנוכה איז נאך א ענין נוסף,
¶5וואס דאס איז דער ענין וואס בחנוכה געפינט מען, אז דער דין איז, אז מ'דארף אנהויבן דעם 'קיום מצוות' חנוכה דוקא בערב חנוכה.
¶6ס'איז דאך דא דער ענין פון ”תוספת מחול על הקודש”, וואס דאס איז דאך דא בא שבת און יום-טוב און ”ראש השנה ויום הכיפורים”, ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ בשולחן ערוך שלו, אין ביידע מאל,
¶7סיי אין הלכות שבת סיי אין הלכות ”ראש השנה ויום הכיפורים” איז דאך אבער דארט ווערט דאס אנגערופן בשם תוספת אז ס'איז דא דער עיקר וואס דער עיקר הויבט זיך אן ווען ס'הויבט זיך אן שבת ויום טוב ומאהלים ורגלים, דערנאך איז דא א חיוב אז מ'דארף אויף דערויף מוסיף זיין.
¶8ביז וואנענט אז ס'ווערט נאך א שאלה צי דער תוספת איז דאס אן ענין בפני עצמו ”שוה בכל השבתים ומועדים” אדער דאס איז א תוספת וואס דאס איז א שייכות מיוחדת, אז די תוספת שבת איז ניט גלייך צו תוספת יום טוב וכו ווי גערעדט אמאל בארוכה.
¶9משא"כ בהנוגע אט דאס וואס חנוכה דארף מען אנהויבן איר עיקר מצוה, וואס עיקר מצוות חנוכה איז דאך דאס נרות חנוכה, וואס אין דערויף איז געווען דער נס מיטן פך השמן איז דער דין איז, אז דאס דארף זיין ”משתשקע החמה” פאר צאת הכוכבון.
¶10דאס הייסט, ווען ע-פי דין איז נאך דעמאלט יור.
¶11אז ס'איז קיין ברירה ניטא, אז בדיעבד איז דאס אויך כשר, אדער ווי במצאי שבת מוז מען דאס טאן ווען ס'איז שוין דער טאג פון חנוכה ממש פון דעם ליכטל, ווארום ס'איז אסור על פי התורה, אריהו דרביע לו,
¶12אדער ווען מאיזו סיבה שתהי' האט ער ניט אנגעצונדן ”משתשקע החמה”, איז אט דעמאלט איז דא דער שיעור עד די קלי ריגלי דתלמודאי, וואס דאס איז דאך כולל און ציט אריין אין דעם יום חנוכה עצמו,
¶13אבער דער מצוה כדבעי למיל איז לכתחילה איינגעשטעלט געווארן, אז מ'מוז אנצינדן 'נר חנוכה', וואס דאס איז דער עיקר המצוה וואס איז חידוש בחנוכה דוקא בערב חנוכה.
¶14וואס איינע פון די ביאורים אין דערויף איז דאך, אז אזוי איז דאך געווען אין מנורת בית המקדש, וואס פון איר האט זיך אנגעהויבן דער ענין פון גאנץ חנוכה, וואס מ'האט געדארפט האבן שמן למנורה ולמצא אלא פאחיך מיטן גאנצן אריכות הסיפור, איז דער הדלקת המנורה בבית המקדש איז געווען בדוקא ”קודם צאת הכוכבים”.
¶15ביז וואנענט אז ס'איז נאך א ענין אויך בנוגע צו מנורה בבית המקדש אז דארף גאר זיין ”קודם שתשקע החמה”,
¶16אבער עכ"פ איז א דין ברור, אז ס'דארף זיין דוקא קודם צאת הכוכבן.
¶17דאס הייסט, בכמה ענינים איז דאס יום שלפני זה, וואס דערפאר איז אויך אין אורות חנוכה אויך אזוי ער איז דער ענין.
¶18וואס דאס איז נאכמער מקשר ערב חנוכה מיט חנוכה מערער ווי דער ערב פון אלע מועדים ורגלים, וואס דארט דארף אויך זיין א קישור און א הכנה צו דעם יום שלאחרי זה אדער די ימים שלאחרי זה.
¶19וואס דערפאר איז דאס אויך ווי ”המעשה הוא העיקר” אז מ'רעדט וועגן מעשה בפועל, איז דארף מען דאך ניט האבן די אלע לימודים והסברות מ'זעט דאך בפועל, אז כדי מ'זאל אנצינגען חנוכה, נרות חנוכה בעתה ובזמנה,
¶20דארף מען מאכן די אלע הכנות לזה אין ערב חנוכה, און אז ניט וועט מען אריינציען ”נאכמה שתשקע החמה וכו.'”
¶21על אחת כמה וכמה אין די ענין וואס מצד ”באהבת לרעך כמוך” איז מען דאך א הכרח צו טראכטן ווי אזוי א צווייטער זאל קענען אנציגן די חנוכה ליכט,
¶22פונקט כמוכה ווי ער מאכט די אלע הכנות ביטה ובזמנה בנוגע צו זיך, איז דאך דאס נאכמער מכריח, אז ס'מוז זיין דער גאנצער שטורעם פון דער הכנה לחנוכה נאך אין ערב חנוכה,
¶23ובפרט נאך אז אין לרעך לו תורת החסידות, מיוסדת אויף נגלה שבתורה, ובפרט לויטן ביאור פון דעם אלטן רבי'ן אין פרק לב שבתניא, זיינען דאך אין דערויף נכלל אזעלכע אידן וואס מסיבות שונות ומשונות ווייסן זיי ניט פון דעם גאנצן ענין פון חנוכה,
¶24אפילו אז זיי ווייסן ווייסן זיי ניט פון דעם גודל הענין ואחשיבותו, אפילו אז זיי ווייסן דאס אויך ווייסן זיי ניט די פרטי דינים ווי אזוי מ'דארף דאס מקיים זיין,
¶25אפילו אז זיי ווייסן דאס אויך ניט איז איזה סיבה שתהי' איז בא זיי ניטא דער שמן ופתילה מיט דעם נר אין וועלכן צו אנצינגן און דורך דערויף מקיים זיין די מצוות חנוכה.
¶26וואס אט די אלע פרטים זיינען דאך מכריח, אז בערב חנוכה איז דער ”יתר שאת וביתר עוז”, און מיטן גאנצן שטורעם דער ענין פון מבצע חנוכה, ביז אז מ'זאל באווארענען יעדער אידן וואס גייט אריין אין כלל פון רעך,
¶27וכידוע אויך דער ווארט פון דעם רבי'ן נשיא דורנו פון דעם שווער, וואס ער האט געהערט פון זיין פאטער, וואס האט אים אנגערופן בשמו, און מ'האט געזאגט,
¶28אז די גמרא זאגט חזל זאגן אז ”מי שאין בודעה אסור לרחום עליו”, און ער האט גלייך אים אנגערופן נאמען געזאגט זעה, שר הרחמנות מ'דארף אויף אים האבן, אז דאס איז אזא מין סוג וואס ”אסור לרחום עליו”.
¶29איז דאך דאס ”ביתר שאת וביתר עוז”, וכאמור, דאס מיינט מען טאקע די מעשה בפועל אויף אויסנוצן די שעות וואס זיינען נאך געבליבן צו ”משתשקע החמה” פון דער ערשטער ליכטול פון חנוכה, וואס אין איר זיינען דאך כלו ”כל שמונת הימים”, ווי דער מיטעלער רבי ניט נאר לדעת
¶30דער ערשטער נאכט צינדט מען גלייך אן שמונה נארית, נאר אפילו לויט דער הלכה כבסילה, איז דאך ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר בארוכה,
¶31ביליל ראשון איז אין דערויף כלול כל שמונה את ימי חנוכה, וואס דאס איז דאך אויך א נפקא מינה לפועל, אויב דאס ווערט איין נקודה איז דאך אט דעמאלט דא די אלע שאלות, ווי דער פלאגאטשאווער קאכט זיך די נפקא מינה לפועל, צי מ'זאל זאגן אז דאס איז באזונדערע טעג במצותם,
¶32אדער דאס איז איין מצוה וואס זי איז נמשכת שמונה ימים מיט שינויים בזה, אז פריער איין לכלון, דערנאך צוויי, ביז שמונה זמורות וואס אין כאן המקום להאריך בזה.
¶33וואס דאס איז געבראכט אלס א הדגשה, אויף וויפל מ'דארף זיך ניט פארלאזן, אז טאמער וועט ער זיי ניט ניט וואס ראווען באווארענען דעם אידן צו ”משתשקע החמה”,
¶34וועט ער עכ"פ באווארענען צו דער צווייטער ליכטל און צו דער דריטער וכו,' און אפשר נאך צו דער ערשטער ליכטל, ביז חסות לילה אדער כשניורים בני הבית מיט די אלע פרטים וואס ס'איז דא בהלכות אלו, איז דאס אינגאנצן שלא במקומו און ”שלא בזמנו אין” שאר המצוות,
¶35על אחת כמה וכמה א מצוה ווי מר חנוכה, וואס אפילו זאגט מען דאך אז דאס איז דער ענין פון ”נר מצוה ותורה אור” אז דאס איז כולל כל המצוות כולם,
¶36און נאך מערער דאס איז דאך פארבונדן מיט נרות שבבית המקדש, ”שמשם האורה יצאה” לכל העולם כולו, איז באלייכט דאס די גאנצע וועלט מיטן 'העלם והסתר' וואס אין וועלט,
¶37אז דאס זאל ווערן ליכטיק, און דאס ווערט אויך א הכנה קרובה צו ”וקימונה עליו שבעה רואים ושמונה נשיחי אדם” וואס ביידע ענינים זיינען דאך דא אין נרות חנוכה,
¶38דאס איז פארבונדן מיטן נס וואס איז געווען בא נרות המקדש וואס איז געווען שבעת רואים, און דערפון איז ארויסגעקומען די מצוה פון שמונה נשיחי בני אדם, און
¶39ימי כאמור בהדגשה בפועל, אויף טאן אין די ענינים אין אן אופן של ”יתר שאת ויתר עוז” אין די שעות וואס זיינען נאך געבליבן איז אט דעמאלט האט מען די הבטחה,
¶40אז אפילו ”אני ישנה בגלותא” איז ולבי ער לכל עניני תורה ומצוותי' בלשון המדרש לקובה אויך אין צווייטן לשון לתורה ומצוות, וואס דאס ווערט בנוגע צו דער מצוה פון חנוכה ועל ידי זה לכל המצוות כולם,
¶41ביז אז ס'ווערט דער ענין פון ”יעלה הפורץ לפנינו” וואס דעמאלט וועט מען אנצינדן מנורה בבית המקדש, און צוזאמען דערמיט אויך די נרות חנוכה, און אויב לויט ווי מ'זאגט אין 'אני מאמין', אז בכל יום שיבוא, איז קען דאך דאס נאר זיין ויהי רצון שיהי' כן, אין נרות חנוכה פון שנת תשל"ט,
¶42און ניט נאר די נרות וואס נאכן מער ראשון, נאר די נרות פון דעם יום ראשון וואס הוא העיקר, אז כן תהי' לנה, אז ווי מ'האט געזאגט אין דער הבדלה אז ”ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר כן תהי' לנו” וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט פורים אין זמן הגלות,
¶43”אכתי עבדי אחשורוש אנן”, און דערפון גלייך אין חנוכה, וואס 'יראה כהן בציון' און מ'וועט אנצינדן און כל העם וועט זען ווי אזוי די כהנים צינדן אן די מנורה, און צינדן צוזאמען דערמיט יעדערער על פסח ביתו מבחוץ די נרות חנוכה.
¶44און דאס וועט ברענגען נאך אין ענדע פון גלות די ”כליא ריגלו דתרמודאי” ווי חסידות ברענגט אראפ דעם טייטש וואס שטייט אין קבלה, אז תרמוד איז דאס לשון מעורבת און אזוי זיינען תרמודאי ווי די גמרא דערציילט אין יבנות זיינען דאס געווען די מורדים אין ענינים פון שלמה המלך, אין ענינים פון אידישקייט,
¶45וואס דערפון איז דערנאך אויך דער ענין פון די יבנים און מלחמת היבנים וועט דאס זיין כליון שלהם, ביז עביר את רוח הטומער לגמרי מן הארץ וועט זיין די גאולה שלימה און די גאולה אמיתית דורך איינעם פון די שמונה נשיכי בני אדם, וואס דאס איז משיח צדקנו המיוחד שבהם, ובקרוב ממש, ובעגלא דידן.
¶46לחיים.