עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-65hc5rcq

kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז דער קשר מיט דין אויף גשמיות העולם, ביז גשמיות פון א אידן, וואס דאס איז דאך דער עיקר הגשמיות, בשביל ישראל איז געווארן דער בריאת הארץ וכל צבאה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אויף וויפל מ'קען אויפטאן בשעת מ'גיט פון אט דער גשמיות אויף ענינים של קדושה בכלל און ענינים של צדקה במיוחד. וואס דאס איז דאך אויך דער קשר האמור, אז בשעת מ'מאכט א סך הקל פון השנה שעברה, און מ'מאכט דאס אין א יום הולדת פון א הנשיא הוא הכהן, און פון אזא וואס שמו כפול ותורתו כפולה, וואס די אלע ענינים באווייזן דאך אויף ענין הגאולה, וואס דערפאר איז דאך אויך בהשגחה פרטית, אף על פי וואס ספרו האט זיך שוין אפגעדרוקט ווען ער איז געווען באחרי חיים חיותו בעלמא דין, איז דאך אבער בהשגחה פרטית און אנגענומען געווארן דער נאמען אויך דורך רבותינו נשיאינו איז דאך דאס דער נאמען פון צמח צדק, וואס דאס איז שמו של משיח צדקנו. און דאס קומט דערנאך אראפ אין פסקי דינים בשעלות תשובה שלו, וואס הלכה איז דאך כתרו של תורה, וואס זי איז דאך בדוגמא פון כתרו של מלך, וואס ווער איז די וואס מאכן-אויף תורה? איז דאך בשביל ישראל, וואס דערפאר איז קדמו לתורה און מ'פרעגט מי קדם למי? זאגט מען, אז תורה אליין זאגט און פסק'נט אפ, אז ווי אזוי איז געווארן דיבור התורה וכיוצא בזה? דערפאר וואס ס'דארף זיין דבר אל בני ישראל און אמור אל בני ישראל, ווי ער זאגט אין תמיד דבי אליהו די תלמידים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions