transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אחרת יום הכיפורים, וואס כמפורסם ווערט דער טאג אנגערופן בשם השם, און דורך דערויף כמה ביאורים שוין אויך אפגעדרוקט, אז בכלל, אזוי ווי ביום הכיפורים זאגן דאך אידן און זיינען מתפלל און פירן אויס אויף לפני הוי'תטהרו במילא איז מען לפני פאר אלע שמות, איז מען ממשיך פון די שמות ביז ס'קומט אראפ אין ד'ימים, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט ד'אותיות פון שם הוי,"' כמבואר ומוצפת בכמה מקומות, בפרט נאך אז דאס קומט דאך לאחרי וואס איז קרוב צו סיום יום הכיפורים, זאגט מען דאך שבעה פעמים הוי'האלקים קים און דערנאך זאגט מען אויף לפני הוי איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז לפני פון אלע שבעה הוי'ס וואס מ'רעכנט אויס פריער, און דערנאך האט מען אויך דעם כח, אז מ'זאל דאס דערנאך ממשיך זיין ביז אין די ד'ימים אין דעם שם הוי וואס האט אויך אין זיך דעם פירוש, אז דאס איז דאך מהוה די גאנצע מציאות, ווי ער זאגט אויך אין ספר תניא קדישא, ביז אין ד' ימים כל אחד בפני עצמו, וואס אין זיי דארף דאך אויך זיין דער קיום הציווי פון להעלות בקודש, איז אויך אין דער המשכה איז מען אלץ ממשיך פון א מקום נעלה יותר, עשר", ביז דערנאך קומט דאס אראפ אין אן אופן פון מקיפים וואס דאס איז דער ענין הסוכות, און דערנאך אויך ביז אין פנימיות, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שמיני און דער יום שלאחריו, ביז אין אן אופן פון שמיני עצרת אז דאס ווערט נקלט און ס'איז דערנאך מוליד אהבה בנפי ויראה בנפי וכל
¶2ענינים טובים במשך כל השנה כולה, ובמיוחד בשנה זו, וואס דאס איז דאך א שנת העיבור, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וואס דאס איז אויך פארבונדן וואס מ'רעדט לאחרונה, און באמת איז דאך וואס אן ענין וואס דאס איז גאר בראשונים פון דער ענין הבנין, ביז בענינים כפשוטם, שנתלשלו מהן, וויבאלד אבער אז נשתלשלו מהן מאכט א איד פון א בנין של רשות מאכט ער דערנאך א בנין של תורה ומצוותי אין איינע פון די דריי קוים, תורה עבודה וגמילות חסדים, כמדובר בארוכה. און אין דערויף גייט דאך אויך, ווי בפשטות, אז מתחילה עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים איז מען זיך עוסק אין בנין המלכות, כמדובר, כמה ימים שלפני זה, דערנאך ווערט דאס נמשך אין ווי ס'איז דא למטה, כאמור, בשם השם, אז מ'איז ממשיך נאך פון אן ארט וואס איז העכער פון אלע שמות, איז מען דאס ממשיך לכתחילה אין אן אופן של בנין, וואס דאס איז דער ד'ימים. א בנין איז דאך פארבונדן מיט קביעות און מיט ד'אמות און מיט ד'אמות און מיט ד'קליאות, סלום, ווי איז אפילו אין סוכה איז דאך אויך לכתחילה איז מען גאר וויל מען גאר אז ס'זאל זיין ד'טפניות אף על פי וואס ס'איז מערניט ווי א סוכה פון א מכח וכו איז דערפאר דאך בדיעבד קען אויך זיין ג'טפנים אדער בית טפנים, מ'טפח מיט די אלע ענינים שכמדובר, און דערנאך פון אט דעם בנין קומט דאס דערנאך אראפ פון בשם השם דער בנין פון די ד'ט ינים, קומט דאס דערנאך אראפ אין אן אופן פון מקיף, כאמור, דער ענין פון די סוכות, און דערנאך ווערט דער מקיף אליין נמשך און ס'ווערט א פנימי, ביז אין אן אופן פון עצרת, כמדובר לעיל.
¶3וואס דאס איז אויך דער כאן היתדמנות איבער'חזר'ן נאכאמאל וואס ס'האט דאך גערעדט וועגן דעם ענין הבנין, אז בכללות כדאי אז דער גאנצער יאר זאל זיין פארבונדן נוסף אויף דעם ענין עיקרי פון שנת הילד והילדה, חינוך בני ובנות ישראל, וואס בשעת מ'איז דאס משלים איז דעמאלט בדוגמא פון כימי צאתך מארץ מצרים איז ברענגט מען אראפ די גאולה האמיתית והשלימה בגלוי, והם יקירוהו תחילה זאל אויך זיין דער ענין פון שנת הבנין פון אות לבנות, און אפילו ווען דאס רעדט זיך פון א בנין של רשות, כמוזכר לעיל, על אחת כמה וכמה וואס מ'האט דאך גערעדט אז ס'איז כדאי ביותר וביותר, אז אומעטום וואס ס'איז דא פעולות של תורה עבודה וגמילות חסדים, וואס מאיזו סיבה שתהי'האבן זיי נאך ניט קיין בנין משלהם, מערניט ווי א געדונגענער, און דאס איז נאך אויך אפילו אויב מ'האט משלהם איז ער ניט מיט דער רחבות וואס ס'דארף זיין, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט אט די רחבות, כמדובר לעיל, אז ס'דארף זיין מערער וויפל מ'דארף דאס האבן לפי צורך הפנימיים די עתה, ודוגמא ווי ביי הוי הוא אלקים זאגט מען, אז יעדער מקיף איז לפי ערך הפנימי, און אז ס'ווערט דער פנימי הוי'א העכערער, מוז דער מקיף ווערט בדרך ממילא אויך א העכערער. על דרך זה האט מען נאך גערעדט, אז ס'זאל זיין נאכמערערער, אז ס'זאל זיין א העכערער שלא בערך פון די מקיפים ופנימים שלפני זה. וואס אט דאס אלץ היילט נאך מער צו דער ענין הכי עיקרי, גאולה האמיתית והשלימה, מיט מקדש אדנ'כוננו ידיך, וואס דעמאלט וועט דאך אויך זיין פנימיים, און דער ענין פון מקיפים, און דער ענין פון מקיפים למקופים, און דאס וואס ס'איז העכער נאר פון חמשה שמות נקרא עליו, וואס דאס איז אויך דער ענין פון כולל אויך דער נאמען יחידו, איז דאס נאך העכער פון כל ענין השמות, בדוגמא ווי דערמאנט פריער, אז
¶4בשם השם הויבט מען אן פון אן ארט וואס איז העכער פון אלע שמות. וואס דערפאר זאגט מען איבער דאס נאכאמאל בנוגע די ענינים, אז מ'זאל זיך משתדל זיין, אז די וואס האבן נאך מאיזו סיבה שטובי'ניט קיין בנין שלהם, ס'זאל זיין א בנין שלהם שוין בתחילת השנה, וכל המקדים הרי זה משובח, אפילו דער בנין שלהם זאל זיין מערער אפילו פון דעם מקיפין לא מקיפין וואס מ'דארף האבן לויט די פנימיות העבודה פון איצטער, על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן מערניט ווי א געדונגענעם, אדער אפילו א געדונגענעם אויך מערניט ווי אין אן אופן של הראי וסוכה, לערנט מען אונז אט די פיר טעג, אז טאקע דער סדר איז, אז פריער קומט סוכות און דערנאך גייט מען מן הסוכה לבית, ווי דאס איז אויך נוגע אין הלכה לפועל, כמבואר אין שולחן-ערוך די דינים פון די לעצטע שעות פון סוכה, בנוגע צו גרייטן אויך צו דעם בית אין וועלכן מ'גייט אריין ביום השמיני, אז ס'זאל זיין א שמיני עצרת וכו כמבואר אין שולחן-ערוך בהלכה בפשטות, עאכו כמה וכמה, אז די וואס כאמור האבן דאך אפילו קיין בנין הראוי אויך ניט דארף זיין בהקדם הכי אפשרי דער ענין פון ניט שרעקן זיך אז מ'דארף גיין דוקא מדרגא לדרגא, ומן הקל אל הכבוד, דער ענין פון תשובה, וואס דאס איז דאך די עבודה פון ימים אלו, וכבודוע דער פתגם די הוראה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו אויף די שאלה פון דער עבודה פון בשם השם פון מחרת אים הכיפורים, אז ערשט איש דארף מען טאן תשובה, וכמובן בגן פשוט א תשובה, וואס זי איז א תשובה עילאה אפילו בערך פון אלע דרגות התשובה וועגן וועלכע מ'האט גערעדט און געטאן און גע'פועל'ט לפני זה, ביז אין אן אופן פון שלא בערך,
¶5אויך אף על פי וואס דאס איז שלא בערך, היט מען דאס אפ א אידן אין זיין גאנצע בעה'ב טישקייט, אז אין דערויף גופא זאל זיך טאן כביכול ביז א חייך קובה, און זאגט נצחוני נצחוני בני נצחוני קומט דאס ביי אים ארויס א חיגך און א שמחה, און מהרהי פנים שוחקות נאך מערער ווי ס'איז געווען במשך פון גאנץ חודש אלול, ווען א מלך בשדה, און די עלי'בערך זה די ימים שלאחרי זה, גייט דאס אז הלוך והוסיף. ואוד בהנוגע המעשה הוא העיקר, אז מ'זאל נאכמער מזרז זיין זיך, און מזרז זיין אלע ארום זיך, על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען אויף צו זיין שלוחים, און די וואס האבן זוכה געווען אז די בעלי-בתעין כמה וכמה מהבעלי-בתעין זאלן ווערן זייערע העלפער, און נאכמערער זייערע שותפים, און נאך מערער, ווי מ'זאגט אז פריער זאגט מען שמח זבולון און ערשט דערנאך דערמאנט מען ישכר. ובכל אופן זאל דאס זיין, כאמור, והוא העיקר, דער ענין פון מעשה בפועל, און מפרסם זיין בכל מקום האפשרי, נוסף אויף דעם פרסם הענין פון תנו מנות לאשר אין לו, וואס דאס איז דאך בעיקר גאר נוגע צו זמן שמחתנו, וואס דעמאלט איז דאך דער ענין היו-טוב מיטן גאנצן במילואו נאך מערער ווי דער יום-טוב פון ראש-השנה, על אחת כמה וכמה פון יום הכיפורים, קומט דאס ארויס אין יום-טוב, וביו-טוב עצמם, און דער יום-טוב וואס ס'איז בגלוי ווערט ער אנגערופן זמן שמחתנו ובפרסום הכי גדול, במילא דארף דאך טאן יעדערער, כל התלוי בו, אז אט דער וואס אשר אין לו לפי ערך הפילה אז ער האט א סך, ס'איז אבער שלא בערך ווי ס'דארף זיין אין זמן שמחתינו, ובפרט פון א שנת העיבור, זעט ער אויך, אז ער זאל אויך דאס באקומען, און וואס פריער, אין די ד'ימים, כדי ער זאל האבן א רואיקן יום-טוב און א ים-טוב שמח, בהקדם הכי אפשרי, אויך אין די ימים וואס זיי זיינען
¶6הכנה לים טוב זה, על אחת כמה וכמה צו ערב סוכות, על אחת כמה וכמה צו לעיל סוכות, ווען מ'מאכט שהחייניו וכו על אחת כמה וכמה אז הולך ומוסיש מרגע לרגע ומשעה לשעה, מיום ליום, ביז ס'קומען אראפ די אלע ענינים אין אן אופן של קליטה ושמחה הכי גדולה בשמיני עצרת, ותוקף ומיד בשמחת תורה וואס גייט מיט אים צוזאמען, וכל הדברים האלה אמורים בנוגע צו חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה בשעת ס'רעדט זיך וועגן ענינים אין ארץ-ישראל, אז דארטן דארף דאך זיין די אלע ענינים, ווארום ענינים אין חוץ-לארץ, אפילו אז דאס איז בענינים של קבע איז מען דאך מבאר בזה, אז די קביעה שלהם איז אויך א קביעה לזמן מסויים במקום זה, דערנאך נעמט מען דעם גאנצן בנין וכל השייך להן, און מ'פירט דאס אריבער אים ענני שמיא, אין ארצנו הקדושה, וואס כל ענינו איז דאך אז דאס איז דער בית פאר דעם אויבערשטן, במילא פאר אידן, במילא אויך פאר תורה ומצוותי משא נכן אז דאס איז א בנין אין ארץ-ישראל איז דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז אויך די קביעות של בנינים אלו, אפילו בערך פון די קביעות בניני קדושה ווי זיי זיינען אין חוץ-לארץ, און ועוד והוא העיקר, אז די אלע ענינים ווערן א כלי און זיינען מקדים און מזרז און מוריד אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, אז דאס ווערט א נמשך בכל בית וכל ענין פון עם ישראל, סיי אנשים סיי נשים וטף, ווערט דאך דער ענין פון תורה עבודה וגמילות חסדים, אנהויבנדיק אפילו פון בנינים וחדרים וכלים, פון טף ממש קטני-קטנים, אז אויך זיי מאכן די עלטערן בשביל עם און דערנאך גלייך ווי יגיע להתחלת דעה, מאכן זיי שוין אליין
¶7לפי דעתם אויך בגלוי, אף על פי וואס אויך פריער האבן זיך דאס געמאכט די עלטערן, אז שלוחו של אדם כמותו פון די בנים ובנות, על אחת כמה וכמה אז זיי ווערן שוין א ביסעלע עלטערן און האבן א ביסעלע דעת, איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש האט מען די נקודה האמיתית פון ידיעה און חכמה און בינה ודעת, וואס דאס איז די נקודה האמיתית, כהתחלת הרמב״ם, אז לידע שישה מצוי ראשון וממנו נמצאו כל הנמצאים כמדובר בארוכה לפני זה. און דאס קומט אלע ענינים אראפ אין אן אופן של שמחה, כאמור לעיל. ובפרט נאך אז דאס קומט דאך אראפ בגלוי, אז שוין גלייך פון יום הכיפורים דארף מען ניט זאגן קיין תחנון, במילא טאר מען ניט זאגן קיין תחנון, דערפאר וואס מ'פועל'ט-אויף אלע ענינים און זיי ווערן נמשך פון אן ארט וואס דאס איז נאך העכער פון אלע ערטע וואו תחנון דערגרייכט, ווערט דאס לפני הוי'תטהרו, און דערנאך איז מען אלה בקודש נאך לפני פון דעם לפני הוי'תטהרו, ביז אז דאס קומט אראפ אין טהרה כפשוטה, און אין טהרת המחשבה און טהרת הדיבור ומעשה, מיט כל הענינים הכי טובים. ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר, מ'וועט מאכן א שליחות אויף געבן א צדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך, כמדובר, אז צום אלעם ערשטן ווערט דאס א כלי אויף כל הברכות, און דערנאך איז דאס ממשיך כל הברכות, ווארום דער ענין פון א כלי פון קדושה איז דאך, אז ניט נאר ער איז מקבל, נאר ער איז אויך ממשיך דעם אור ער זאל נמשך ווערן אין דער כלי, כביכול בדרך של הכרח, ובדרך מובן בן פשוט, אז וויבאלד אז ס'ווערט נמשך כל המקיפים, השייכים אל הפנימיים, איז דאך פשוט, אז ס'ווערן גלייך אויך נמשך אט די מקיפים וואס זיי זיינען נאך העכער פון אלע מקיפים, אפילו פון יחידות שבנפש, און דאס איז אויך פארבונדן מיט מעשה בפועל.
¶8בפרט אין מעשה וואס איז פארבונדן מיט זמן שמחתנו מיט ימים טובים בכלל, און תנו מנות לאשר אין לו ווי דאס איז אין חג הסוכות במיוחד, אז נוסף אויף דערויף וואס ער גיט אויף צדקה, וויבאלד אז ס'שטייט אזוי א דין אין שולחן-ערוך, איז ער אויך מוסיף אויף דערויף דער לפני משורת הדין, ועשית הטוב הישר בינו הוי'אלקיך, וואס דאס איז אויף דערויף וואס ער טוט לפני משורת דין, איז דאך יעדער ענין וואס שטייט שוין אין שולחן-ערוך, אדער אין פוסקי דינים שלאחרי השולחן-ערוך, וואס מ'רופט זיי אן אחרונים, און אחרוני-אחרונים, אבער פוסקים, ווערט דאס אן ענין של דין, און אויף דערויף איז ער מוסיף לפני משורת הדין, און אין דערויף איז ער מוסיף בא זיך אליין, ניט נאר לפני משורת הדין פון זיינע מקיפים, און מקיפים לא מקיפים, ענין של יחידה, נאר אויך מוסיף ווי ס'איז העכער פון כל ענין השמות, כמוזכר לעיל, אז דאס איז די הדגשה פון בשם השם. ועוד והוא העיקר, אז מ'איז מרבה אין ענין הצדקה, הלוך והוסיף ואור, און דאס איז נאכמערער מזרז ומקדים די מעשה הכי עיקרית והכי פנימי והכי מקיף והכי מקיף למקיף והכי עצמו ומקורי, גאולה האמיתית והשלמה בעלימו על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממן. אמן.