English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

48 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1מצות שבת קודש פשט ויותר, מברכים החודש תבת תשמל ט.

2וואס לכל לראש איז דאס

3ניט שבת מברכים, איז דאך דער צד השוה מיט כמה התוועדות'ן פון שבתות מברכים ”שבכל השנה כולה”, דערנאך קומט-צו נאך א ענין המיוחד שבדבר, אז דאס איז שבת מברכים פון חודש תבת,

4וואס דאס ברענגט דאס גלייך אין פארבינדונג מיט ימי חנוכה, וואס ראש חודש טובות איז דאך אלעמאל בחנוכה, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דער שבת מברכים,

5וואס האט א שייכות צו ראש חודש טובות כפשוטו, וואס דעמאלט בענטשט מען דאך ראש חודש טובות נאכמערער לפי המבואר אין טענו המנהגים פון שבת מברכים, אז אזוי ווי ”בזמן שהי' מקדשין על פי הראי,'”

6ובפרט ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, וואס דער קידוש על פי הראי' איז דאך אויך געווען לאחרי החורבן, איז דעמאלט פלעגט מען דאך בראש חודש עצמו אויסרופן ווען איז ראש חודש, און פריער האט מען גאר ניט געקענט וויסן ווען דאס וועט זיין, ווארום ס'היינגט אפ אן די ראי' און קבלת עודות בבית דין וכו בשעת

7מאיזו מסיבות איז בטל געווארן דער ”קידוש על פי הראי” און ס'איז געווען ”על פי החשבון” וואס מ'האט מתקן געווען על כל הדורות כולם, כולל אויך דורנו זה,

8איז אט דעמאלט האט מען אויך מתקן געווען, כדי מ'זאל וויסן ווען ראש חודש איז, איז דארף מען ניט ווארטן ביז טאג פון ראש חודש אליין, נאר געבן צייט אויף צוגרייטן זיך.

9נאך אן ענין בדבר, אז ראש חודש קען דאך אויסקומען אין א זמן וואס ס'איז שווער צוזאמענקלייבן דעם ציבור אויף מפרסם זיין, ווארום דאס איז ביום העבודה, אין ”יום המעשה”,

10אפילו אז ראש חודש איז ניט ”יום המעשה”, בלשון הכתוב, איז דאך דאס לאחרי הכרזתו פאר ראש חודש, ביז וואנענט אז כידוע, און אויך בנוגע צו 'כללות ענין', אז דעם טאג פון ראש חודש ממען שהאין מקדשין על פי ארי איז תחילת היום איז געווען אן ענין של ספק,

11במילא האט ער געהאט אויך א שייכות צו ”יום המעשה”, און ערשט לאחרי ההכרזה איז פון דעמאלט אן האט מען געוואוסט ברור אז דאס איז ניט ”יום המעשה”, אדער מ'האט געוואוסט ברור אז דאס איז אינגאנצן ”יום המעשה” און ראש חודש וועט זיין מארגן.

12על כל פנים בנוגע לעניננו, איז דאך אין דעם טעם פון מנהג פון שבת מברכין ראש חודש, אז דאס קומט במקום פון דער הכרזה וואס ס'איז געווען ”בזמן שהי' מקדשין על פי הארי'” ביום ראש-חודש עצמו,

13איז דאך דאס נאך א שייכות עיקרית צווישן ראש-חודש עצמו מיטן שבת מברכין שלפני זה.

14וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אין דעם שבת מברכין, אפילו ווען דאס קומט אויס בקביעות פון שנה זו, ניט אין ימי חנוכה,

15און אינגאנצן אין חודש קיצלו איז דאך לכאורה אים ניט אזוי מודגש דער קשר מיט חנוכה און ראש חודש תיבות, איז דאס אבער מודגש מצד דערויף וואס ס'איז צד השוה בכל שבת מברכים, אז ס'האט א שייכות בקשר מיוחד, ניט ווי ביי אנדערע ענינים וואס שבת מברכים איז קובע בדרך ממילא אויף כל ימי החודש,

16במילא איז ער אויך קובע בא שבת מברכין ניסן ווען ס'וועט זיין דער טאג פון פסח, איז אבער די שייכות פון שבת מברכין מיט טאג פון פסח איז א ווייטע, משא"כ די שייכות מיט ראש חודש איז דאס בא במקומו, כמדובר לעיל.

17וואס כאמור, ראש חודש טובות איז איינע פון די ימי חנוכה, לויט די קביעות מלכתחילה וואס כלום, אז ס'הויבט זיך אן בכבוה' בכסלו, און דאס דוייעט אכט טעג מוז דאס ארייננעמען ראש חודש טובות, אפילו אויב ראש חודש טובות איז שני ימים נעמט דאס אויס א כסלו במלא,

18ווי בשנה זו נעמט דאס אויך אריין אין זיך דער ענין פון ראש חודש טובות אין חנוכה, וואס דאס איז מדגיש, כאמור, דער גאר דער ענין מיוחד אין שבת מברכים ראש חודש וכתבת, אז דאס איז א פארבונד מיט חנוכה, מיט כל עניני חנוכה.

19בפרט איז דאס געשמאק יום טאג, על פי המבואר אין תורת החסידות די שייכות פון חנוכה מיט דעם ענין פון י' טס כסלו, וואס יו טס כסלו איז דאך געווען דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” כמדובר אין דער פריערדיקער התוועדות בארוכה,

20וואס ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז דאך דאס פארבונדן מיט די מעיינות שבתורה, וואס דאס איז התורה, וואס דוגמתם איז געווען דער אור שבבית המקדש,

21עאכו"כ ווי דאס קומט ארויס אין דער מצוה פון ימי חנוכה, וואס דאס איז שמונה ימים און שמונה נרות איז דאך דאס נאכמער די הדגשה דער ענין פון שמונה, וואס דאס האט א שייכות צו היכף ווי מבואר אין תשובת הרשבי ניט תשיבה,

22וואס דאס איז פארבונדן מיט גילוי און מיט תשבעה ימים וכו,' ווי ער איז דארט מבאר בארוכה.

23משא' כן שמינו איז דאס ער מקיף אלע שבעה ימים, בדוגמא ווי 'פנימיות התורה' און סודות התורה זיינען מקיף נגלה דתורה,

24ובפרט על פי המבואר אין דרושי חסידות האמורים, אז דער ענין פון שמן איז דאך אין רזי תורה ”גופא רזי דרזין”, וואס דערפאר איז דאך ”שמן צף על” גבי יין,

25וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז דאך אויך איינע פון די ביאורים וואס מ'זאגט אז חסידות איז מבאר קבלה, איז דאך דאס אן ענין וואס קבלה איז דאך כולל רזין דרזין מיט רזין, און אז חסידות קען זיי מבאר זיין איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס נעמט זיך נאך פון אן ארט וואס איז העכער אפילו פון רזין דרזין,

26דעם עצם ענין פון ”סתימה דכל סתימין” ביז נאך העכער.

27וואס דאס איז נאכמער מדגיש דעם קשר פון שבת מברכים תיבות מיט חנוכה מיט יו תת כסלו וכו.'

28ובהמעשה הוא העיקר, אז פונקט אזוי ווי מ'געפינט זיך ביי אלע ענינים שבתורה, איז דערנאך קומט דאס ארויס אין א בכן, אין שכל גופא,

29ביז אין א מעשה בפועל, אין א דין אדער א דין והלכה, אדער על כל פנים א ”מנהג ישראל”, וואס ”מנהג ישראל תורה” הוא.

30וכמבואר אין דעם גודל הענין פון הקפות, אז דאס איז אן ענין וואס לכתחילה איז דאס א מנהג, און דערנאך איז דאס געווארן א ”מנהג ישראל תורה” הוא און נאך העכער, ווי מ'זעט דאך אין דער שמחה פון דער הקפה,

31אז ס'איז אפילו העכער פון די שמחה וואס איז געווען בא ניסוך המים, וואס איז העכער פון ניסוך היין, וואס איז אויך א ענין של שמחה, וואס דערפאר איז דאך ”אין אומרים שירה אלא” 'על היין' און בן יין איז ”משמח אלקים ואנשים”,

32איז דא נאך א גרעסערע שמחה ווי מ'האט געזען בפועל אין די אלע דריי שמחות ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, איז דאך געווען די שמחה בא ניסוך היין,

33דערנאך איז די שמחה פון בית השואבה פון שבעת מים, וואס דאס איז דער ענין וואס ס'שטייט מערניט ווי אין תורה שבעל פה, און די שמחה איז געווען א גרעסערע ווי ס'איז געווען די שמחה ”בשעת ניסוך היין”,

34און נאך גרעסערע די שמחה וואס זי איז בלי הגבלות די שמחה פון הקפות, ווארום דעמאלט איז דאך ניטא דער חילוק צווישן די גדולים שבעם די אנשי סנהדרין וכו וואס זיי זיינען געווען שמח ומרגדין ומטפחין, וכל העם איז רואה ושומע,

35משא"כ בא שמחת הקפות, אז דאס נעמט-דורך און דאס איז שייכות ביז למעשה ופועל, ביז אפילו אין רגלים, ניט נאר תפוח בידים 'ושירה בפה', נאר אויך און דער עיקר עיקוד ברגלים,

36ווי דאס איז, און אויך לאחרי ”שחרב בית המקדש הגשמי”, אין די שמחה וואס איז פארבונדן ובאות העקפות און פארבונדן מיט העקפות.

37וואס על דרך זה איז אויך בנוגע לעניננו, צו די ענינים אז דאס מוז אראפקומען בפועל, און אראפקומען ווי אלע ענינים פון מצוות, מתוך ”שמחה וטוב לבב, שמחה של” מצוה,

38און ווי ער ברענגט אראפ דער בעל השמחה והגאולה פון י' ת' כסלו אין ”תורה אור”, אז דא גדלות פון דעם אריז"ל איז געקומען דערפאר מצד דערויף וואס ביי אים איז געווען דער ענין פון שמחה של מצוה, ”ביתר שאת וביתר עוז”, און שרייבט אויך דארטן צו, אז ניט מצד דעם ענין, נאר וואס דא מצד דעם ענין פון שמחה של מצוה.

39וואס אויב אפילו דער אריז"ל האט געדארפט אנקומען צו אט דעם דרך, צו דעם ענין, עאכו"כ לקטנים ממנו ולפכותים ממנו, און וואס דארף מען האבן מערער ראיות אויף דערויף, נאך דעם פסק דין הרמב"ם, אז דאס איז אן עבודה גדולה, ביז מפזד ומחרכב,

40און ””מקרא מלא דיבר הכתוב” עבדו את הוי'” בשמחה.

41און 'עבודת הוי'' דארף דאך זיין בכל דרכיך ”ובכל מעשיך”, על אחת כמה וכמה אז דאס קומט צו א מצוה שבתורה שבכתב ותורה שבעל פה, ביז צו א מנהג, וואס דאס איז דאך אויך תורה היא, כמדובר כמה פעמים.

42וואס דאס ברענגט אויך דערנאך אראפ די שמחה אין די תוצאות דערפון, וואס די תוצאות מוזן דאך זיין אין אן ענין של מעשה, כמדובר לעיל, ”המעשה הוא העיקר”, אנהויבנדיק פון מעשה שבשכל, וואס דאס איז דער בחומש שבשכל, דער מאסוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא” און דערנאך אראפברענגען דאס אין מעשה בפועל.

43וואס אזוי איז דאך אויך, אין יו-טס כסלו האט מען דאך גלייך דאך אנגעהויבן דער שטורעם פון יפוצו מעיינותיך חוצו מיט א שטורעם, ”ואני המתחיל” פון דעם בעל השמחה והגאולה אליין, האט זיך דאס אליין אנגעהויבן בעצמו, אין עיקר ענינה, וואס דאס איז געווען די אמירת חסידות און פרסום,

44מיט אלע פרטים, כמסופר אין דעם שינוי וואס איז געווארן לאחרי י'ט' כסלו, און מסופר על ידי רבותינו נשיאינו, כדי דאס זאל ווערן א נתינת כח און א עידוד און א הוראה, אז כל ההולכים בעקבותיהם, און דורך זיי ”כל אחד ואחת מישראל”,

45זאל דאס בא זיי ארויסקומען אין דעם ענין, און דורך דעם ענין פון יפוצו מעינותיך אין די אלע ענינים וואס נעמען זיך פון די מעיינות, וואס פון א מעי' נעמט זיך דאך א נהר,

46און פון דעם נער נעמט מען דערנאך מים אויף אויפוואקסן, אז די זריעה זאל אויפוואקסן און געבן פירות ופירי פירות, וואס דאס איז דאך 'כללות ענין' התורה ומצוותי.'

47און טאן די אלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, איז דאס פורץ כל הגדרים פון מדידות והגבלות עצמו, און פורץ כל הגדרים, די מדידות און הגבלות פון די דברים גשמיים וענינים גשמיים מיט וועלכע מ'דארף טאן 'עבודת ה'', ביז אז דאס איז פורץ די שיריים פון דעם גלות,

48פון עקבתא דמשיחא, אז ס'זאל זיין דער ”יעלה הפורץ לפנינו” דא מלכא משיחא, ובקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים