English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

39 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך זעלבסטפארשטענדלעך, אז ס'שטעלט זיך גלייך די שאלה, צי דערפאר וואס דער בעל השמחה והגאולה האט געקענט באווייזן אט די מסירת-נפש, און אויפטאן אט די אלע ענינים וואס בזכותם איז ער דערנאך ניט זאל געווארן פון סכנת מבות,

2פון משפט מבות, און דערנאך איז ער אויך מצליח געווען בא עבודתו הקדושה לאחרי זה אין אן אופן ווי גערעדט פריער מיט א באנייטן חיות אין ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור,

3ווי אזוי קען מען דאס פארלאנגען פון יעדער אידן, וואס צו אים איז דאך געווען די ענינים פון פארברענגעניש י'ט כסלו וואס רבותינו נשיאינו האבן מבאר געווען און מסביר געווען וואס מ'ערווארט אז מ'וועט מיטנעמען פון אזא פארברענגען.

4איז דער תירוץ אויף דערויף, כידוע דער משל פון נאנס על גבי הענק אז דאס וואס מ'פרעגט דאך די קשיא ווי אזוי קען מען פארענטפערן א קשיא וואס מ'האט געפרעגט בדורות פון גיונים איז דער תירוץ אויף דעם, אז דאס איז ווי א קליינינקער מענטשל, וואס ער שטייט אבער אויף די פלייצות פון ענק, פון א גרויסן,

5ביז צו א ריז, וואס אט דעמאלט איז דאך ניט וואס ער דערגרייכט דאס מיט טויגענע כוחות, נאר ער האט שוין צוגעגרייט פאר זיך אט די אלע ענינים וואס דער ענק האט דורכגעטאן, און ער דארף מערניט ווי משלים זיין אט די ביסעלע וואס דאס ווערט נצטרף מיט דעם גובר מיט דער מלאכה ופעולה,

6מיט דער עבודה פון דעם ענהוק, במילא דערגרייכט ער גאר א הויכן ענין אין 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות' און עבודת התפילה בפרט.

7וואס אט אזוי איז אויך איז דאך ”רואי ישראל” בכלל, ובפרט אט די וועגן וועלכע ס'ווערט דערציילט אז זיי האבן זיך מוסר-נפש געווען אויף מחנך-זיין אידן,

8אויף ענין פון נוסק ”בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור איז אט די האבן אויך אפגעגעבן זייערע כוחות און דאס וואס זיי האבן דערגרייכט צו די אלע וואס ווילן ממשיך זיין אין אט די ענינים, אז אף על פי וואס מ'איז בערך פון עננות לגבי ענק,

9און אפשר נאך ווייניקער זאל מען האבן שוין צוגעגרייט און אפגעגעבן די פעולות וואס דער ענקה האט דערגרייכט איז דאך קיין וואונדער ניט וואס מ'קען אויפטאן, וויבאלד אז דאס איז א המשך און א המשכה צו די ענינים וואס די ענקים שלפנינו האבן דא שוין דורכגעטאן.

10וואס דאס איז דאך אויך אט דאס וואס דער רמב"ם זאגט, אז אין איד דורך איין פעולה קען מכריע זיין ”את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות” און אראפברענגען א ישועה והצלחה,

11און ער ברענגט דאס אראפ בספרו 'יד החזקה' אז דאס ווערט א הלכה פסוקה, און דאס איז דאך א דין פאר יעדער אידן אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט שטיין.

12ווערט דאך די שאלה היתכן?!

13בשעת ער ווייס א חשבון צדק בנפשו וואו ער האלט, און מ'זאגט אים, אז דורך זיין איין מעשה אדער דיבור אדער מחשבה קען ער מכריע זיין כל העולם כולו און ברענגען ישועה והצלחה איז דער תירוץ אויף דעם, אז ניט ער געפינט זיך אין התחלת עבודה, נאר ווי דער רמב"ם גופא איז מבאר אין דער הלכה,

14וואס דאס איז דאך נעתק פון דער גמרא אין קדושין דער טעם און די הסברה וואס דאס איז, און דאס איז, אז ער האט שוין געפונען א וועלט וואס זי האט שוין מחצה זכית,

15און ער דארף מערניט זיין דער מכריע כף המשקלת, אז די מחצה זכית זאל ווערן מערער ווי א מחצה ברענגט ער ישועה והצלחה.

16וואס וויבאלד אז תורה זאגט ”לעולם יראה אדם עצמו” וועט דאך ”תורת אמת” ניט הייסן א אידן פארשטעלן זיך א זאך וואס זי איז ניט קיין מציאות,

17איז דאך דערפון גופא א הוכחה, אז די מציאות איז אזא נאר וואס דען?

18ס'קען בלייבן א מציאות אין דער עולם פון תורה, און ניט דורכנעמען און איבערמאכן דעם 'עולם הזה' הגשמי בשעת ער איז מקיים די הוראה התורה, און יראה ”עצמו שקול וכל העולם כולו שקול” אט דעמאלט איז ער מכריע די קו המשקלת.

19וואס די משלים אין ”תורת אמת” זיינען דאך אויך אמת, איז בשעת מ'זאגט אז דאס איז שקול איז דאס פונקט האלב אויף האלב.

20און אט דעמאלט איז אפילו א קטנה ביותר, א ”דבר קטן” ביותר מאכט ער שוין אויך, אז פון שקול אין זכיות זאל ער ווערן רובי זכיות און אט דעמאלט ווערט דאך אראפגעבראכט די ישועה והצלחה.

21וואס דאס איז, כאמור, אפילו אז מ'האט ניט דעם סיוע מיוחד וואס ס'גיט דער ענין פון יט' כסלו.

22וואס וואס איז דער ענין פון יט' כסלו מוסיף בזה?

23איז דאס ווי מ'האט גערעדט כמה פעמים, אז ס'איז דא דער חילוק אין נבואות, אז ס'איז געווען נבואות וואס מ'האט דאס ניט פארבונדן מיט א מעשה גשמי,

24און ס'איז געווען נבואות וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט דעם נביא אז ער זאל טאן א פעולה גשמית, איז ער מבאר אין דרשות ארן ובכמה מקומות דעם ביאור בזה,

25אז וויבאלד אז די נבואה האט שוין באקומען אן אויסדרוק און א גילוי אין 'גשמיות העולם' איז זי שוין פארבונדן מיט אן ענין של פועל, וועט זי זיכער נתקיים ווערן, משא"כ ווען דאס בלייבט בדיבור, וויבאלד אז דאס איז א נבואו וועט דאס מקויים ווערן דאס קען אבער בלייבן אין דיבור, אדער במחשבה, ניט אין ענינים פון 'גשמיות העולם'.

26אט דאס וואס י' טס כסלו האט באוויזן, אז מ'האט גובר געווען א ממשלה עצומה, און בשעת זי איז געווען בעצום תקפה והא ראי אז נאך דערויף איז זי דאך געווען בקיומה כמה וכמה צענדליקער יארן,

27און מ'האט איר גובר געווען בפועל, אז זי האט חרטה געהאט אויף דער תפיסה, און האט ארויסגעגעבן אין דעם אופן פון אבב ישלים אמו אויף מסכים געווען אויף די אלע ענינים וואס ער האט געטאן פריער, ער זאל טאן ווייטער, נאך ”ביתר שאת וביתר עוז”.

28וואס אט דא קומט אראפ פון דעם ”לעולם יראה אדם עצמו”, וואס דאס איז דאך אין זיין קוק און אין זיין באטראכטן און אין זיין אפשאצן די וועלט און זיך.

29אט דאס וואס י' טערס כסלו האט באוויזן, אז מ'האט דאס געזען אז ס'האט זיך אויפגעטאן אין פועל, אז מ'האט אראפגעבראכט די ישועה והצלחה צו דעם ענין העסק באופן אין עסק התורה וגמילות חסדים און עבודת התפילה,

30ביז וואנענט אז מ'האט אראפגענומען די העלמות והסתרים פון עולם הגשמי בפועל, און מ'האט פון דעמאלט אן ניט געהאט קיינע בלבולים, ס'האט געווען אפהענגיק מערניט פון דעם אייגענעם רצון.

31וואס דערפאר איז דאך אין יעדער טאג בשנה ווערט דאך נתעורר נאכאמאל די התעוררות מיוחדת ווי דאס איז געווען בפעם ראשונה, וואס דאס איז דאך דער טעם וואס די גמרא זאגט, אז ס'איז דא טעג וואס זיי ווערן אנגערופן ”יומין זכאין” און דאס איז דערפאר וואס דעמאלט האט זיך געטראפן א דבר טוב,

32א דבר של זכאי איז דערפאר אפילו אין יארן שפעטער איז מען גלגל אין זכות ליום זכאי.

33וואס דער טעם אין דערויף איז, אז בשעת ס'חזר'ט זיך איבער דער זעלבער טאג לויט די קביעות וואס על-פי תורה איז דאס דער זעלבער טאג בחודש, וואס דאס איז דאך על-פי קביעות התורה, לויט דעם חשבון שכבה הלל, וואס דערפאר איז ראש חודש געווען ביום פלוני איז דער טאג אין חודש קומט אויס על-פי תורה אט די היינטיקע נאכט.

34איז אט דעמאלט ווערט נתעורר נאכאמאל, אז אויב דעמאלט איז מען מגלגל א ענין של זכות, איז אט דעמאלט קומט דאס ארויס לייכטער און אין א גרעסער און אין א טיפערן אופן ווי אין יומים וואס זיי זיינען ימים סתם.

35וואס אט דערפאר איז דאך א זמן מוכשר אין די יומים זכאים, בפרט אין דעם זכות און אין דעם זכאי וואס איז מיוחד ליום זה, וואס כאמור לעיל, איז דאך דער מאסר וגאולה געווען מצד די חיות אין 'לימוד התורה' און 'קיום המצוות' און עבודת התפילה,

36איז דאך דער נצחון אויך געווען אין די ענינים, אז אט די אלע החלטות וואס מ'נעמט אן ביום זה אויף להוסיף בחיות אין קיום רצון הבורא ווי ער דריקט זיך אויס אין ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל” איז אט דעמאלט איז דאס שוין פארבונדן מיט 'גשמיות העולם' בכלל,

37און מיט זיין גוף 'ונפש הבהמית' בפרט, אז אים זאל זיין לייכטער דאס אויסצופירן ”במשך כל השנה כולה”, ומתוך שמחה וטוב לבב,

38ביז אין אן אופן פון אראפנעמען אלע מדידות והגבלות פון וועלט, און אז ס'זאל זיין דער ”ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה” ביז צו א ”נחלה בלי מיצרים”.

39לחיים לחיים.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים