עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

82 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דעם ענין פון ”פרסומי ניסא”,

2וואס פון אלעם ערשטן הויבט זיך דאך אן דער פרסום, כל זמן דאס איז במחשבה איז דאך ניט שייך אין דערויף קיין פרסום, איז ניט שייך אויך אנצוזאגן וועגן פרסום, ווען הויבט זיך דאס אן?

3ווען ס'קומט אראפ בדיבור, וואס דאס איז פארבונדן מיט תלמוד דיתגליא, כמבואר בארוכה אין חסידות און אין ספרי מוסר וכו,'

4איז דעמאלט דערפאר איז דאך אויך ווי גערעדט נעכטן מער בפרטיות איז פרסומו הויבט זיך אויך אן פון מפרסם זיין בדיבור, אף על פי וואס דאס קומט דאך ווי דער סדר איז, און כדי שלא לעכב, מצוה הבאה לידך אל תחמיצינה,

5איז דאך פארשטאנדיק, אז גלייך אז ס'קומט דער זמן ההדלקה, דארף מען ניט אריינשטעלן קיין אנדערע זאכן, אפילו דברים רצויים, איז דאך דאס אבער ניט דער זמן לפני זה,

6מצד דפרי סופרים ביז אז מ'מאכט אויף דערויף אשר קדשנו במצוותיו וצונו פונקט ווי מ'מאכט פאר מצות עשה מן התורה,

7ווי די גמרא איז מאריך אין מסכתא שבת, אין דער סוגיא וואו ס'רעדט זיך בהמשך צו נרות שבת אויך צו נרות חנוכה, איז דאך פארשטאנדיק דער ענין פון מפרסם זיין רעדן וועגן ניסה,

8און רעדן וועגן דערויף דוקא לאחרי הדלקת הנרות, ובפרט נאך אז בעצם אז מ'מאכט שוין די ברכה בדיבור, איז דאך שוין דא אין דער ברכה דער ענין פון דעם פרסום הנס, און ווי מ'זאגט דאך בפירוש אין די ברכות פון חנוכה, ועד"ז בפורים דעם לשון פון נס, שעשה ניסים.

9נוסף אויף דערויף וואס נאך אין די תפילה, אלס א עמידה שלפני זה, האט מען שוין אויך געזאגט 'ועל הניסים' דערביי גופא איז דאך אויך דא דער חידוש, ווי אויך גערעדט נעכטן בארוכה, וואס כל יומא ויומא עביד עבידתי אף על פי וואס די אלע טעג צוזאמען זיינען דאך לכאורה די זעלבע מצוות,

10מיט די זעלבע ענינים, מיט די זעלבע נס וכו האט דאך אויך דערביי יעדער טאג זיין אייגענעם אויפטו, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן עבידתי דוקא, און דערפאר איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'רעדט וועגן ”פרסומי ניסא” קען מען זיך ניט באגנוגענען ווי ”פרסומי ניסא”, ווי 'כללות ענין' הנס,

11נאר ווי דער אופן פון א פרסום איז דאך אויף רעדן בפרסום ובפרקיות וכו', אויך רעדן דעם ענין פון עביד עבידתי פון יום זה בפרקיות.

12ובפרט נאך אז פרסומע ניסה איז דאך פארבונדן מיט דעם וואס הרוע את הנרות, אדער שומע את הברכות וכו' איז דאך בטבע בני אדם, ווי דער אויבערשטער האט דאס איינטגעשטעלט, אז א 'דבר חדש' האט שלא בערך מערער אויפטו ווי פון די תגמון ישנה, ווי דערמאנט אויך אין די התוועדות שלפני זה.

13וכמוזכר אויך, ווי ס'איז אויך פארשטאנדיק, על דרך זה אין קריאת התורה איז דאך דא די קריאת הנשיאים בכל יום ויום פון ימי חנוכה, וואס זיי גלייכן זיך אלע אויס אין דערויף וואס דאס איז אלץ ענין התורה ווי דאס איז אין פארבונד מיט נשיאים, אף על פי כן איז דאך אויך דא, ובלשון הכתוב,

14”נשיא אחד ליום”, אז יעדער טאג האט ער דאך זיך זיין נשיא, ווי אויך וואס יש לומר הרמז בזה, אז אט דער נשיא פון דעם יום איז ער אן ענין פון אחד,

15וואס דעמאלט איז גאר ניט שייך אים צו פארגלייכן, ווארום ער איז מערניט ווי אן אחד, און אז ס'קומט נאך איינער איז אין יענעם שוין מודגיש אז ער קומט נאכן אחד, אף על פי וואס די ענינים זיינען געקומען אלע צוועלף צוזאמען ביום הראשון,

16ווי דערמאנט נעכטן מרד בארוכה, איז אויך ביחד עם זה אויך דער ענין פון נשיא אחד, ביז אין אן אופן אז דאס איז א אחד אויך פון לשון מיוחד, מ'זאגט בנוגע צו יום אחד, אז דעמאלט איז געווען הקב"ה בעולמו אין אן אופן פון א כל אחד און א כל מיוחד.

17און דערפאר נעמט מען דאס אויך פון די קריאת התורה שבכל יום ויום, וואס אע' פי וואס קריאת התורה האלט מען דאך נאך אונטער דעם המשך און דער השפעה פון קריאת התורה מיט א פאר שעה צוריק,

18ווארום ס'איז דאך נאך פאר שקיעת החמה, עאכו' כמה פאר צאת הכוכבים פון דעם יום שני פון ימי החנוכה.

19ביחד עם זה, איז וויבאלד אז מ'צינדט אן צוויי ליכטלעך איז דאך מודגר, ביז ווי מ'זעט דאס 'בעיני בשר', און מ'באווייזט דאס אפילו ”כל בשר יחדיו”, אויף לאו דוקא פון אידן זעט מען שוין אז ס'הויבט זיך שוין אן צוויי טעג, אדער עכ"פ דער צווייטער טאג.

20איז דאך דעמאלט אויך פארשטאנדיק, אז די קריאת התורה פון יום שני הויבט שוין אן פעולתה, וואס די פעולה פון תורה איז דאך מלשון הוראה, ”גדול לימוד שמביא לידי מעשה” אז ס'קומט אראפ די הוראה אין אן אופן ניט נאר ”אלו ואלו דברי אלקים חיים”,

21נאר והוי' עימש, ההלכה כמותו, ווי די הלכה איז אין ”הליכות עולם”, אין 'עולם הזה' הגשלי, וואס דאס איז דאך אין אן אופן פחד משמעותי, אין אן אופן אויך פון אחד,

22אף על פי וואס 'לשון רבים', און על אחת כמה וכמה אז מ'זאגט נאך צוויי מאל ”אלו ואלו דברי אלקים חיים”, איז דאס 'לשון רבים', ווי דאס איז בתחילת 'לימוד התורה', אין די שקלא וטריא,

23דערנאך קומט אבער צו, און אין דערויף באשטייט די שלימות, אז ס'קומט אראפ די הלכה אין אן אופן, אין אן איין און איינציקן אופן, און אויף דערויף זאגט מען ”והוי' עמו” מיטן גאנצן שטורעם לגבי דברי אלקים,

24ווי דער שטורעם פון שם ”הוי' לגבי שם” אלקים, וכמבואר בארוכה אין די דרושים אין ”דברי אלקים חיים” אין חסידות, וואו ס'רעדט זיך וועגן אט די ענינים,

25כולל אויך אין די דרושים פון ”ביום השני, היקרוב נתנא בן צוער נשיא יששכר”, וואס על פי הזקרבן איז בכמה מהם, על כל פנים פון מלכתחילה אריבער, רעדט זיך אויך וועגן דעם ענין פון ”אלו ואלו דברי אלקים בחיים” והוי' כמותו ”שהלכה כמותו”.

26דער אויפטו פון דער קריאה פון יום שני איז דאך אויך א צווייענדיקער אויפטו, נוסף אויף דעם ענין וואס ס'רעדט זיך וועגן א נשיא אחד ניט דער נשיא,

27וועגן וועלכעס מ'האט געלייענט ביום הראשון, קומט נאך צו אין דער קריאה נאך א ענין, וואס אע"פ וואס ”נשיא אחד ליום”, און בהדגשה דוקא אחד,

28ווי ס'איז געווען בפועל ובמעשה ווען מ'האט געבראכט די קרבנות הנשיא, איז דאך געווען מערניט ווי פון איין און איינציקן נשיא, אז ס'קומט צו קריאת התורה פעמי החנוכה, איז אנהויבנדיק פון דעם צווייטן טאג חנוכה הויבט מען טאקע אן, און אין דעם איז די קריאת סיי פון כהן סיי פון לוי,

29וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”יקידשתי ראשון לכל דבר שבקדושה”, אז ער איז עולה אלס ראשון אין קריאת התורה, עולה לתורה ראשון, במילא איז אויך פארשטאנדיק וילבו עליך וישרתוך איז אויך דער לוי אלה אמו, דערנאך ערשט קומט אלס שלישי קומט דער ענין פון א ישראל.

30און וכאמור, דער אויפטו פון יום שני של חנוכה איז, אז ביום שני של חנוכה לייענט מען שוין פון דעם נשיא, וואס האט מקריב געווען קרבנו ביום השלישי.

31וואס דערביי איז דאך פארשטאנדיק, אז די הוראה שבדבר ישנה יום שני איז דא צוויי הוראות, איינה הוראה וואס מ'נעמט פון דעם ענין פון נשיא השני אין דער קריאה,

32דערנאך אויך די הוראה וואס מ'נעמט פון דעם נשיא השלישי שבקריאה, און אויך א דריטע הוראה דערפון וואס זיי קומען דאך ביידע צוזאמען בצירוב שניהם יחד.

33די קריאת התורה, איז אף על פי וואס מ'מאכט דאך באזונדערע ברכות, נאך כהן און נאך לוי און נאך ישראל, וואס דאס איז דאך לכאורה מבדיל, דערציילט דאך אבער די גמרא בטעם הדבר,

34פארוואס די קריאה איז ניט א ברכה אחת בתחילתה און ברכה שני', ברכה אחרונה, בסופה, מפני הנכנסים ומפני היוצין, אז ס'איז דא א טעם מיוחד, און דאס איז פארבונדן מיט באזונדערע אידן, וואס דערפאר מאכט מען א ברכה אויף יעדערן בפני עצמה,

35ביחד עם זה איז דאך אבער אלע ענינים פון תורה זיינען דאך בתכלית הדיוק, דארף דאך אין דערויף אויך זיין א הוראה, און א הוראה מדוייקת, ביז בהנוגע למעשה.

36וואס די הוראה פון נשיא השני איז דאך מובן ב�גם פשוט, דער נשיא השני איז דאך געווען, ביום השני איז דאך געווען דער נשיא נשיא יששכר,

37כמוזכר לעיל, וואס ענינו איז דאך דער ענין התורה, יששכר באוהליך און ווי די גמרא זאגט, אז מורה יראה בישראל איז בעיקר קומען זיי ארויס פון שבט ישכר,

38און ווי ס'איז געווען אויך בפועל, ווי דערציילט אין חז"ל, אז ישכר איז עיקר העוסק שלהם איז געווען דער ענין פון 'לימוד התורה', ועד כדי כך, אז כללות ישראל טיילט זיך אויך אויף שני סוגים כללים,

39ווי אויך אראפגעבראכט אין תניא איין סוג וואס ער ווערט אנגערופן בשם ישכר און דער צווייטער סוג וואס ווערט אנגערופן בשם זבולון און דאס איז כולל אין זיך אלע צוועלף שבטים, צוזאמען אפילו גרך אשר בשעריך גייט דאך אויך אריין אין איינע פון די סוגים, אדער פון 'לימוד התורה' אדער פון נוסק בעניני העולם.

40וכאמור דער עיקר הקריאה און דער התחלת הקריאה און דער רוב הקהרים קומט דאך אין דער קריאה פון שבט ישכר,

41וואס דערביי האט מען דאך די הוראה ברורה, אין אן אופן פון ”נר מצוה ותורה אור” א ליכטיקע הוראה, און גלייך פארבונדן מיט דער מצוה וואס איז די מצוה וואס קומט ארויס פון דעם ליכטיקער הוראה, דער ענין פון 'לימוד התורה'.

42וואס אע' פי וואס 'לימוד התורה' איז דאך זמנה כל השנה כולה, און נאך מערער, ס'איז ניט נאר זמנה כל השנה כולה, נאר אפילו איין רגע פון דער שנה וואס מ'קען לערנען תורה און מ'טוט ניט ממלא אט דעם רגע מיט 'לימוד התורה' איז דאך ידוע די הפהלה,

43פון מאמרי חזל בזה, ביז וואנענט אז דער אלטער רבי שטעלט דאס אריין אין ספר תניא קדישא, גלייך אין פרק ראשון שלו.

44וואס דאס איז דאך א ”ספר של בינונים”, וואס מדת הדבינון איז ”אחרי' כל אדם ימשוך”, ווי ער זאגט אין ספר הבינונים אין תניא, איז אין ספר הבינונים וואס אין די ענינים וואס דארטן שטייט איז ”כל אדם ימשוך” איז אויך אט דער ענין די הב�והלה פון דעם ענין פון 'לימוד התורה',

45וואס זי איז פארבונדן מיט דער הפלאה פון 'לימוד התורה', וכמדובר כמה פעמים, אז ענינים של הב�והלה איז דאס אינגאנצן היפך לכאורה פון תורה,

46וואס דרכיה איז דוקא דרכי נועם, ובמיוחד בנוגע צו ”חכמתכם ובינתכם” זאגט מען דאך אז ”דברי חכמים בנחת נשמעים”,

47במילא אז מ'געפינט דארט אן ענין וואס לכאורה איז דאס א דבר המלביל, איז דאס פארשטאנדיק אזוי ווי מ'דארף צוקומען צו נאך א העכערע הפלאה מוז מען אויך נוצן לפי ”רגע קטן” דעם ענין פון דער הבנה,

48אבער אעפ' כן דארף די הבנה פועל זיין פעולתה, אז מ'זאל דערפילן אז דאס איז א הבנה און א ירידה, במילא באווארנט דאס עד כדי כך, אז מלכתחילה בנוגע למעשה איז ניטא ווען צו נוצן די הבעלה, און ס'איז ניטא קיין ירידה, וויבאלד ער האט געלערנט ”האמורה בתורה, האמורה” בפרשה,

49וועגן דעם ענין ווי אזוי דאס איז א ענין נעלה וכו.'

50וואס דאס איז גלייך דער לימוד וואס מ'לערנט אפ פון דעם נשיא פון יום א נשיא העיקרו שלו, דער ענין פון התחזקות 'בלימוד התורה',

51נוסף על כל השנה כולה במיוחד מצד דעם פארשטורעם פון ימי חנוכה, וואס חנוכה איז דאך אויך פארבונדן, ווי מ'זאגט אין 'על הנסים' און דערמאנט מעכטן בארוכה דער ענין פון תורתך,

52און ווי ער זאגט אויף ובארוכה ווי דערציילט אין די 'מאמרי רז"ל' ווי אזוי מ'האט זיך דעמאלט פארלייגט דער לעומת זה אויפן ענין פון 'לימוד התורה', איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל ס'איז אן ענין עיקר אין ימי חנוכה נאכמערער אויפטאן אין דעם ענין פון 'לימוד התורה' עד כדי כת,

53אז ס'זאל זיין אן אויפטו ביז וואנענט אז דאס ווערט חדש ממש.

54וואס דאס איז דער לימוד פון נשיא השני ווי ער איז בפני עצמו.

55מ'מאכט גלייך א הכנה אין די קריאת התורה פון יום שני אויך דער סיום וחותם שלו דוקא אין קריאת התורה פון דעם נשיא השלישי, וואס דאס איז דער ענין פון זבולון.

56וואס דער לימוד פון זבולון בפני עצמו איז דאך, ווי דערמאנט פריער, אז אלע אידן טיילן זיך אויף צוויי סוגים, וואס איין סוג ווערט אנגערופן דער ענין און די הנהגה פון שבט זבולון,

57וואס דאס איז אט דער סוג, וואס אע' פי וואס זיי מוזן דאך האבן א שיעור בתורה, ווי געזאגט אין תניא בארוכה, איז דאס אבער עיקר ענינם איז, און דאס איז דער ענין פון נשיא שלהם, דער ענין פון בעלי צדקה און מעשים טובים.

58וואס אין דערויף גופא, חנוכה איז טאקע פארבונדן מיט ענין התורה, ”כאמור לעיל, ביחד” עם זה איז דאס אויך פארבונדן אלס א ענין בפני עצמו פון די גזירות פון ביטול ודתן בלשון הרמב"ם, וואס דתן סתם גייט דאך דאס אויף דעם ענין פון מצוות והנהגות, כמבואר אין פירושי המקרא,

59אין דעם אפטייטש פון דת איז דאס אויך וואס חנוכה מאכט אויף א שטורעם, און א ליכטיקן שטורעם, וואס זעט זיך אבער אן פאר אלעמען, אז דער עיסקו אין מעשה המצוות וצדקה כולל כולם ווערט אין א שטורעמדיקן אופן, און א ליכטיקן אופן וכו.'

60וואס דאס איז דער לימוד פון זבולין בפני עצמו.

61דערנאך קומט דער לימוד שלישי פון חיבור שניהם יחדיו, וואס דאס איז בשעת אז ישכר לערנט תורה, דארף ער געדיינקען אז דאס איז וואס ישכר בו עליך קען לערנען תורה,

62און לערנען תורה במנוחה איז דאס פארבונדן דערמיט וואס מאכט 'זבולון ביציתך' במילא דארף ער מאכן דעם גאנצן שטורעם בנוגע צו זבולון על דרך זה אויך בנוגע הלימוד התורה, דאס זאל זיין בהצלחה, דארף דאך זיין, כמבואר בארוכה אין קונטרס עץ חיים וכיוצא בזה,

63אז בשעת ער ווייס אז ער לערנט כדי ”לאסוקי שמעתת הלבי דהלכתא” איז דאס נוגע למעשה בפועל, וואס דעמאלט לערנט ער בהתיישבות יותר, ובמסקנות יותר וכו' וכו.'

64וואס דאס קומט פון דעם שיעבור פון שניהם יחד, און אין אזא אופן, אז פארקערט מ'איז גאר מקדים זבולון ”סמך זבולון ביציתך” און ערשט דערנאך זאגט מען אין דער ברכה ויתכר בו עליך.

65ועל דרך זה אויך אז בשעת זבולון איז ”עוסק בפרקמטיא שלו”, וואס דאס איז דאך אויך כולל די פרקמטיא פנימית שלו, דער מעשה המצוות, איז ווען איז ער זיכער אז ער טוט די מצוה און טוט איר בשלימותה?

66בשעת ער האט לפני זה די הוראה פון ישכרן, ווי אזוי די מצוה דארף מען מקיים זיין בפשטות, וואס דאס איז דאך גאר דער עיקר אין 'קיום המצוות', דערנאך אויך, בשעת ער לערנט דאס אין 'פנימיות התורה', ווייס ער אויך די נשמה פון דער מצוה, און די כוונות פון דער מצוה וכו' וכו.'

67וואס דאס איז פון צירוף שניהם יחד, און ווי א ”צירוף אין קידושה” איז-אז יש בזה מה שאין בזה, און בשעת מ'איז מצרף ביידע ענינים צוזאמען פועל"ט יעדער ענין אין דעם צווייטן,

68און פועל ביז אין אזא מין אופן אז פון ביידע ענינים ווערט איין ענין.

69וואס דאס איז דאך אויך דער כללות הענין, אז ס'איז דא קעשה הקב"ה מיט אידן, וואס ער האט זיי געגעבן תורה ומצוותי', ובלשון הידוע אין די ברייתא אין די משנה, ”רצא הקב"ה לזכות את ישראל”, איז דערפאר הרבה להם,

70און זאגט גלייך ביידע ענינים, תורה ומצוות, עד"ז אויך בנוגע לפועל, אחת כמה וכמה אז מ'איז דאס מצרף אין דעם ענין פון צדקה און מ'פארבינדט דאס מיט ימי חנוכה, וואס דערפאר איז דאך אין דעם אויך דא דער מעין פון ימי חנוכה,

71און ווי מ'איז אריז געווען נאך קודם ימי החנוכה, מ'זאל זיך משתדל זיין, בפרט בשנה זו וואס זי איז א שנת הקהל, איז כדאי זיך משתדל זיין און אפטאן בפועל, אז די וועלכע מ'גיט במי חנוכה זאלן זיי געבן בכל יום ויום,

72און אין דעם יום מסוגל על פי המנהג וכיוצא בזה, וואס מ'גיט במי חנוכה בעיקר דעמאלט געבן כפליים לתושי', אדער דריי מאל אזויפיל וכו', וואס דערפאר וועט מען דאך אויך מסיים זיין, כמוזכר לעיל,

73אין געבן און מאכן יעדערן פון די נוסחים כאן, סיי אין אזרת אנשים סיי אין אזרת נשים, סיי דעם טף, כאמור, די שייכות מיוחדה צו דעם ענין פון הכל, האנשים והנשים וטף, א דאלער אויף אפצוגעבן טאקע דאס אויף צדקה,

74אבער ביז וואנענט דאס קומט אן אין צדקה, איז דאך די כוונה בזה און די נתינה באופן כזה אז דאס ווערט דער ממונו הפרטי והמיוחד פון אט די אנשים און פון די נשים און פון די טף, און אויך כולל אין דעם.

75דעם ענין וואס מ'גיט יעדערער פון זיי דימי חנוכה אויך ע ידי זה, וביחד עם זה איז דערנאך, אז מ'וועט גיבן דאס אפ אויף צדקה, איז דאך אויך דא אין דערויף וואס ער גיט מממונו לצדקה, און פארבינדט דאס אויך, אז דאס איז אויך פארבונדן מיט ימי חנוכה, וואס חנוכה איז דאך תורה ומצוות,

76און נאכמערער תורה ומצוות ביחד, און מ'טוט דאס בהוספה מיט דילי', און אין אן אופן אויף משפיע זיין, כאמור, על כל אחד ואחת אנשים ונשים וטף צו וועלכע ער קען דערגרייכן אז ממנו יראו וכן יעשו בכל פרטים האמורים,

77און די אלע זאכן צוזאמען זאל מען נאכמערער צוהיילן לויט די הבטחה פון חז"ל, אז צדקה מקרבת את הגאולה צוהיילן, ביז וואנענט ”לא עיקבן אפילו כהרף עין” 'בפועל ממש', מקיים זיין הדלקת הנורה עוי אהרן עמהם, בהעלותך את הנרות,

78וביחד עם זה הדליקו 'לשון רבים' נרות בחצות קדשך לאו דוקא אהרן און לאו דוקא כהנים, אט די אלע וואס געפינען זיך אין חצות קדשך", און אין די אלע ענינים זאל דאס זיין בפשטות, ו”למטה מעשרה טפחים”,

79אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ובלשון ”העמו האנשים והנשים והטף וגרך אשר בשעריך” זיינען מדליק נרות וחצוי צקדשך אין ימי חנוכה פון שנת תסמח ותסמח,

80און ניט אפלייגנדיק אין חנוכה עצמה, ווארום מצוה הבא לידך אל תחמצנה איז דאך דאס א הוראה פאר אידן.

81און פארוואס איז דאס א הוראה פאר אידן?

82דערפאר וואס דאס איז משפט תב ודבר רב, איז דער אויבערשטער אויך מקיים, און סיכר ”לא עיקבן אפילו כהרף עין”, א מצוה הבאה לידך אל תתמיצינה, גאולה האמיתית והשלימה עי' משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions