transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1צווישן די אלע ענינים וואס מ'זאגט אז דאס טוט-אויף יו טס כסלו איז דאך אויך דא די שיחה, אז יו טסלו איז דאס געווען דער זמן הלידה, און דאס איז דער זמן הלידה פון א חסיד וחסידות חב"ד ביחוד, און יו טסלו איז דאס דער זמן הברית מילה,
¶2ווי דער רבי האט דערציילט אין תשן זיין בשיחתו.
¶3וואס לכאורה, וואס איז די דוגמא ושייכות פון יו טס כסלו צו ”ענין המילה דוקא”?
¶4וועט מען דאס פארשטיין פריער אויך ווי דאס איז אין דעם ענין מילה ווי דאס איז על פי נגלה.
¶5וואס וואס אויף מילה געפינט מען אן ענין וואס דאס איז יוצא משאר כל המצוות, וואס אין דערויף טיילט זי זיך אויס פון אלע מצוות.
¶6וואס ווי די גמרא דערציילט אין מנחות, איז ווען דוד פריער זאגט די גמרא, אז דוד האט געזאגט ”שבע ביום הללתיך” דערפאר וואס א איד איז ארומגערינגלט דער כל היום מיט שבע מצוות,
¶7און ער רעכנט אויס דארטן אז דאס איז ”תפילין בראשו ובזרועו” און ציצית און מזוזה.
¶8דערנאך דערציילט די גמרא, אז ”כשנכנס למרחץ וראו עצמו” ארום בשעת ער איז אריינגעגאנגען אין מרחץ, און וואס דארט איז דאך אן ארט וואס קיין תפילין איז דאך טאר מען דאך ניט טראגן, און דער געווען רעו עצמו ארום ער האט שוין געווען דעמאלט ווען ער האט אויסגעטאן דעם טלות קטן אויך, דעם טלות וציצית,
¶9און אז מערכער ס'איז זיך ניט מחוייב במזוזה איז אט דעמאלט רעו עצמו ארום אויך פון מצוות.
¶10כ”שנזכר במילה שבבשרו”, בשעת ער האט זיך דערמאנט, וועגן דערויף אז ער איז א מילה שבבשרו, וואס דאס איז דאך א מצוה, איז אט דעמאלט איז ער געווען בשמחה און האט געזאגט אויף דערויף ”שש אנכי על אמרתך”
¶11פרעגט ער אויף דערויף אין שאלות-י תשובה פון אור זרוע פארוואס עפעס דוקא ”נזכר במילה שבבשרו”, וואס ביום השמיני האט מען אים מלא-געווען,
¶12ס'איז דאך די זעלבע זאך האט דאך געקענט זיין דער נזכר בזרוע ווען ער האט זיך דערמאנט אויף דעם זרוע וואס ער האט געלייגט אינדערפרי, פאר דערויף, געטראגן אויף דערויף תפילין, ועל דרך זה ראשו, וואס דאס איז דאך די מצוות וועגן וועלכע ער רעדט פריער.
¶13איז ער מפרש דרי' זרועה, אז דאס איז דער חילוק, אז בשעת ער טוט אן תפילין על זרועה, איז כל זמן די תפילין זיינען על ידו איז ער מקיים די מצוה,
¶14לאחרי וואס ער האט אראפגענומען די תפילין איז דער זרועה איז טאקע דא אין דערויף א תוספת קדושה, דערפאר וואס ס'איז דאך אינו דומה א זרועה וואס לייגט תפילין אדער וואס לייגט ניט קיין תפילין חס ושלום, דאס איז אבער ניט אן ענין של מצוה.
¶15דער ענין פון מילה שבבשרו איז ער ניט דער פשט אין דעם, אז ביום השמיני האט מען מקיים געווען די מצוה, און דערמיט האט זיך דער ענין געענדיקט, נאר דאס איז א פעולה נמשכת, דאס ציט זיך, אז כל משך ימי חייו גייט ער ארום מיט א מצוה בבשרו, אז דאס איז א מצוה תדירית,
¶16וואס ס'האט זיך אנגעהויבן בשעת מ'האט אים מעל געווען, אבער דערנאך איז זיך נמשך כל משך ימי חייו.
¶17וואס דערפון זעט מען, אז אין מצות מילה איז דא אן ענין וואס ”ביום השמיני ימול בשר ערלתו” וואס דאס מ'דארף דעמאלט טאן דעם ענין המילה, דערנאך איז דא אין דערויף א מצוה וואס ער איז א מהול, וואס דאס איז כל משך ימי חייו,
¶18און דערנאך איז ווי דער ראגאטשאווער איז מסביר איז דא נאך א דריטע זאך, אז ער איז ניט קיין ערל.
¶19וואס דאס איז דריי ענינים וואס ס'איז דא אין מצות מילה, וואס ווי בא יעדער ענין אין תורה איז דא א מה בינייהו, און ס'קען זיין איינע פון די דריי, און די אנדערע צוויי זאלן ניט זיין.
¶20בפשיטות דער ענין פון ”ביום השמיני ימול בשר ערלתו” איז דערנאך קען דאך זיין א מושך בערלתו, וואס דעמאלט איז ער זיך מפר ברית, ווי דער רמב"ם שרייבט, אדער נאכמערער, נאך אין א גרעסערן אופן קען דאס זיין בשעת ס'איז דא דער
¶21אז נולד מהול, וואס אט דעמאלט איז דאך ניט שייך ביי אים דער ענין פון ”ביום השמיני ימול בשר ערלתו”, און ס'איז שייך די ביידע ענינים, וואס ער איז א מהול און ער איז ניט קיין ערל.
¶22על דרך זה קען זיין דער ענין וואס ער איז ניט קיין ערל און אף על פי כן איז ער ניט קיין מהול אויך, און אט דאס איז ווי דער דין איז, אז מושך בערלתו איז זוכל בטרומה,
¶23כאטש אפילו א זכר ערל טאר ניט עסן קיין תרומא, איז דער פירוש אין דעם, אז וויבאלד אז ער האט זיך אמאל מאל געווען, איז ער דערנאך שוין אויס ערל לכל משך ימי חייו, איז דערפאר איז זכל בתרומא.
¶24דאס הייסט, אז קיין ערל איז ער ניט, און וויבאלד אז ווי דער רמב"ם פסק'נט, אז ער איז ”מפר בריתו של אברהם אבינו”, דאס איז דער מושך בערלתו, איז ער דאך ניט קיין מהל.
¶25על דרך זה קען אויך זיין דער דריטער פאל, אז ער זאל זיין ”ביום השמיני ימול”, און אויך דער ענין אז ער איז א מהל, און אף על פי כן האט ער ניט מקיים געווען דעם דריטן ענין,
¶26שלא יהי' ארל וואס דאס איז ווי די גמרא מאלט, אז ס'קען זיין א מציאות, א מי שנולד מיט שני ארלות, און איינער האט ער מלא געווען, וואס אט דעמאלט האט ער דאך מקיים געווען דעם ענין פון ”ביום השמיני ימול”, ער האט אויך מקיים געווען וואס ער איז א מהול, און ער איז אבער אן ערל נאך, דערפאר וואס איין ערל איז געבליבן ביי אים בגופו.
¶27וואס דערפון וועט מען אויך פארשטיין אט די ענינים אז דאס איז שייכות ברוחניות, און במילא די שייכות צו י' טס כסלו און תורת החסידות.
¶28ס'איז דא דער כלל, וואס אויך ווי מ'האט דאס בקיצור גערעדט פריער, אז בא חסידים איז ניטא דער ענין פון ממילא.
¶29וכידוע הסיפור וואס א חסיד איז אריינגעגאנגען און האט געבעטן א ברכה ביים רבי'ן, און האט געזאגט, אז בדרך ממילא וועט ביים זון זיך אויספירן דער און דער ענין, האט מען אים געענטפערט, אז בדרך ממילא ניט דאס איז א סדר אין עבודה.
¶30ס'איז ניט מספיק, אז ער זאל ניט זיין קיין ערוך און אז ער זאל זיין א מהול, מ'דארף נאך האבן אז ער זאל טאן א פעולה דערצו, אז ער זאל זיין דער ענין פון ימול,
¶31וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין אז מ'דארף האבן א ”תפס דם ברית”.
¶32וואס אט דאס איז אויך בהנוגע לעבודת האדם, אז אף על פי ווי ער זאגט אין תניא אז ער איז געבארן געווארן א מתמיד בטבעו, און דער יצר-הרע איז ביי אים א קאלטער,
¶33ובפרט נאך אז ער האט באקומען ענינים בירושה מאבותיו, וואס דערפאר האט ער ניט קיין מלחמת היצר לכאורה איז דעמאלט ווערט ער אנגערופן ”אשר לא עבדו”.
¶34ניט נאר אז דאס איז ניט קיין דרגא אין א צדיק, נאר דאס איז אפילו ניט קיין דרגא ווי ס'דארף צו זיין אין א בינו ניט.
¶35ער דארף זיין דוקא אין אן אופן פון אן ”עובד אלקים”, וואס דאס איז נוגע צו ”לכל סוגי בני” ישראל, סיי בא צדיקים סיי בא בינונים סיי ביים ”סוג שלמטה מהם”,
¶36ווארום אפילו ביי א סוג היותר פחות, דער סוג השלישי, איז דאך אויך ווי מ'זעט במוחרש איז ניטא במציאות א איד בזמננו זה, וואס ער זאל וועלן עובר זיין רחמנא ליצלן על ”כל התורה כולה”.
¶37צי דאס איז די מצוה פון צדקה, צי דאס איז די מצוה פון העלפן א צווייטן, צי דאס איז די מצוה וואס ער וויל אז מ'זאל וויסן אז ער איז א איד וכיוצא בזה ס'איז אבער עפעס דא אן ענין אין קדושה מיט וועלכע ער איז פארבונדן און אויף וועלכע ער דארף ניט הארעווען.
¶38וואס דא זעט מען דאך אפילו ביי א 'קל שבקלים', איז בשעת מ'רירט אים אן אין דער נקודה איז ער זיך מוסר נפש, דערפאר וואס אויף דער נקודה דארף ער ניט הארעווען, ער איז זיך מוסר-נפש אן הכנה לזה.
¶39על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא דער ענין וואס ער האט דאס ממילא, דערפאר וואס ירושה לו מאבותינו וואס דאס איז דער וואס ער איז המהול, ס'קען אבער זיין אז ביחד עם זה זאל ער ניט מקיים זיין דעם ענין פון ”ימול בשר ערלתו בפעולה” בעבודה, ס'קען אויך זיין ביחד עם זה זאל ער ניט זיין אויס ארום.
¶40וואס אויף דערויף דארף מען האבן דוקא די עבודה בפועל, הארעווען ביז וואנענט אז מ'זאגט אז מ'קען זיך אויף קיינעם ניט פארלאזן, וכידוע אז דער אויפטו און דער תביעה פון תורת חב"ד אז ניט ווי צדיק בהם און נשיא יחי' די אלע וואס זיינען קשורים מיט אים, נאר מ'דארף אליין הארעווען,
¶41ניט נאר אין דעם ענין פון אמונה, נאר אין דעם ענין פון 'הבנה והשגה', ביז וואנענט אז דאס זאל דורכנעמען זיין 'חכמה בינה' ודעת, די מוכין שבראש, און דערפון זאל אראפקומען דערנאך בלב, ביז אין דעם מקוב שברגל.
¶42וואס בשעת ס'איז דא די עבודה בפועל, וואס דאס איז דער ענין וואס ”ימיל בשר ערלתו” ער נעמט אראפ זיין א טימוס זיין גראבקייט און זיין פארשטעלטקייט, וואס ס'פארשטעלט אים אויף זיין נפש האלקית-אט דעמאלט קומט דאס דערנאך אראפ אין עבודה בפועל אין שני קוין.
¶43אין דעם קו פון 'עשה טוב', וואס דאס איז וואס יהי' מהו, און דעם קו פון 'סור מרע' וואס לא יהי' ארוך.
¶44וואס אט דאס איז די נקודה וואס מ'זאגט אז י'ט'כסלו האט זיך אויפגעמאנט, אז ס'זאל זיין די הפצת המעיינות אין אן אופן אז מ'מאנט פון יעדערן ער זאל לערנען און הארעווען, ביז וואנענט אז ס'וועט זיין דער ”יגעת ומצאת” ער זאל פארשטיין אלץ וואס ס'קען פארנעמען זיין מוח שבראש זאל זיין ”ממולא, מדעת אלקי” אביך
¶45איז אט דאס איז דער ענין וואס ימול בשר הרלתו דאס קען ניט זיין 'לא יגעת' קען ניט זיין דער ומצאת ס'מוז זיין דער ימול אז ער זאל טאן בפועל, וועט אט דעמאלט זיין ביי אים די מציאה, די ומצאת און דערנאך וועט דאס אראפקומען אין די שני אופנים, אין דעם אופן פון 'סור מרע' און אין דעם אופן פון 'ועשה טוב'.
¶46און אט דאס איז וואס ס'איז געווען דער נצחון, און ווי דער רבי האט געזאגט בשיחתו, אז דער ענין פון חסידות איז דאס ניט נאר פאר א באשטימטע צאל אידן, נאר דאס איז פאר כל אחד ואחת מבני ישראל בענינו ומעמדו ומצבו, דארף ער טאן אין דעם, ביז וואנענט דאס וועט אים אינגאנצן דורכנעמען,
¶47איז דאס אויך דורך די דריי אופנים, אז די ערשטע זאך דארף זיין די התחלה, אז מ'מאנט פון א פעולה משלו וואס דאס איז דער ענין פון ימול און דערנאך דארף דאס אראפקומען אין די שני קוים פון 'עשה טוב' און 'סור מרע' אז טאמער איז דא אן ענין וואס איז רע און דאס פארשטעלט אויפן אויבערשטן מיט אלקות,
¶48איז דא טאר ער ניט זיין קיין ערול, און טאמער איז דא אן ענין פון טוב דארף ביי אים זיין דער ענין פון מהול אז ער דארף זיין גרייט אויף משפיע זיין טוב לכל מקום, ולכל אחד שידו מגעת,
¶49און על דרך ווי בא מילה זאגט מען דאך, אז ”מצוה שקבלו עליהם בשמחה” איז עדיין מוסרין נפשי עלי ווי די גמרא זאגט אין שבת אט אזוי איז אויך פון דער ערשטער שמחה, פון דעם ערשטן נצחון בי'ט'כסלו, איז עדיין מוסרין נפשי עלי און מ'טוט דאס אויך בשמחה,
¶50ביז וואנענט דורך דער שמחה וועט מען אראפברענגען די גאולה כללית, ווי ער זאגט אויך אין דער אגרת הקודש וואס מ'האט פריער דערמאנט, אז ס'איז דא דער ”צדק לפניו יהלך” אז מ'דארף גואל זיין די פנימיות הלב, וואס אויף דערויף דארף מען האבן די מילה ופריעה אויף אראפנעמען די תאוות גסות און אויך די תאוות דקות,
¶51וואס אט דורך דערויף איז דא דער ”פדה בשלום נפשי”, די נפשי הפרטית, און דערנאך אויך די נפשי הכללית, אין דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדק לחיים.