Paragraph
Paragraph rh-5xbgv74c
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- H3
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אין דערויף האט מען נאך געזאגט נאכמערער, אז דער סדר אין דערויף דארף זיין, דער ענין אז פריער דארף זיין מורי בית יעקב און ערשט דערנאך ותגיד לבני ישראל און די חכמים טייטשן דאס אפ, אז בשעת דער אויבערשטער האט אנגעזאגט משה רבינו, האט ער אים אנגעזאגט, אז ניט ער זאל רעדן צו דעם גאנצן אידישן פאלק מיט אמאל אלע צוזאמען, וואס בשעת דער אויבערשטער האט געזאגט די עשרת הדברות, און דערנאך די כמה ענינים שבתורה, איז דאס געווען גלייך און צוזאמען צו אנשים און צונשים, אפילו ווען ס'ווערט דערמאנט אין פסוק דבר אל בני ישראל איז אבער בנוגע צו עשרת הדברות, זיינען דעמאלט געווען אלע אנשים און אלע נשים און אלע קינדער אלע צוזאמען, און זיי אלע צוזאמען האבן געהערט בבת אחת די אלע עשרת הדברות, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן ווארט, וואס דאס איז דער ווארט אנכי, ביז צו דעם לעצטן ווארט פון עשרת הדברות, לרעך,
- proofread
- 0