English
ספרייה
kind
paragraph
order
7k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זי ווירקט אויף טעג און יארן וואס קומען נאך דערויף, און בפרט נאך ווען דאס ווירקט דורך די ברכה אין קינדער, וואס די קינדער ווערן געבענטשט מיט געראטענע קינדער, און אזוי עד סוף כל הדובות קומט זיך אויס, אז דער אויבערשטנ'ס געניגונג ליגט זיך אויס אויך אין אזא אופן וואס ס'איז דער מאקסימום, דער גרעסטער אופן ווי ס'קען זיין אין דעם אייביקער, אין דעם אייביקן שכר, וואס דאס איז דורך דערויף וואס בשעת דער אויבערשטער באצאלט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט נאך די וואס פירן אן מיט משפחות און זיינען אין עקרת הבית דער עיקר פון דער משפחה, גיט ער זיי, ווי געזאגט, פון זיין ברייטער און פולסטערע האנט, גיט ער דאס אויך אין אן אופן אז דאס איז פארבונדן מיט די דורות וואס קומען לאחרי זה, און דערנאך גיט איבער די מוטער אדער די באבע, דורך דער טאכטער אדער דורך דעם אייניקל, צו אירע קינדער, ווארום צו די דורות וואס קומען נאכדעם, אז דאס האט זי באקומען פון דעם אויבערשטן א ספעציעלן שכר פאר דעם פארגעניגן וואס מ'האט פארשאפן דעם אויבערשטן דורך טרעפן זיך מערערע אידן צוזאמען, ובפרט נאך אז ס'טרעפן זיך
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים