Paragraph
Paragraph rh-5vvwzbbz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-41f8csa7
- order
- DH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און נאך פאר דעם שמחת בית השואבה איז דאך פארבונדן מיט ושאבתם מים בששון וואס ניסוך המים איז דאך א טייל פון יום הסוכות, פון דעם ערשטן טאג סוכות, ווי דער דין בלייבט, אז ניסוך המים איז געווען אויך ביום ראשון, אף על פי כן קומט דאך דאס דער ניסוך המים ביום הראשון לאחרי ווי ס'איז שוין דא כמה ענינים פון חג הסוכות, און די אלע ענינים ווערן נתגלה, ובהוספה גדולה, דוקא אין יום שמחת תורה, נאר אין ארץ הקודש איז מען דאס מערב און מ'טוט און מ'האט דעם כח, אז אין איין און איינציקן טאג, אין די פיר און צוואנציק שעה, זאל מען דעמאלט זיך קענען נתפראווען סיי מיט עניני שמיני עצרת און סיי מיט ענינים פון שמחת תורה, און אויך אויף דערויף איז דאך דא דער פתגם פון דער מיטעלער רבי, אז ער איז גאר געווען ניט אויף אזויפיל קאנטערס, ווי מ'פלעגט אמאל זאגן בא חסידים דערפון וואס מ'מישט דאס צוזאמען אין ארץ-ישראל, שמחת-תורה, צוזאמען מיט שמיני עצרת. על כל פנים בהנוגע לעניננו, אז מ'האלט זיך אין מיטן פון שמחת בית השואבה, דארף מען זיך מדגיש זיין און דערמאנען נאכאמאל, אז ס'איז ד
- proofread
- 0