עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5mqq407w

kind
paragraph
order
Fs
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז דאס קומט אין א גאנצקייט און אין א גאנצן אופן, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ווערט אזוי נמשך אויף די אלע טעג שלאחרי זה, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס מוז ברענגען, ובהקדם, אויך די תמימות פון דער גאנצער וועלט, וואס זי קומט דורך גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דערפאר איז דאך אויך, ווי כרגיל, בא די די צוזאמענקומען זיך מאכט מען יעדערן פון זיך און יעדערן פון אייך א שליח אויף געבן אן ענין אויף צדקה, וואס דאס איז דאך פון די לייכטעסטע מצוות אויף מקיים-זיין, און צוזאמען דערמיט איז דאס אויך א מצוה וואס זי איז כולל כל המצוות כולם, און זי טוט אויך אויף, אז זי איז הכיוסף את נפש העני, ס'מאכט לעבעדיקע נפש פון א אידן, אפילו פון אזא וואס ער פארשטייט נאך ניט, ווארום ער איז ערום אין דער ידיעה פון צווישן אז דער אויבערשטער איז אן ומפנס לכל, און דאס באקומט ער די שליחות פון דעם אויבערשטן דורך אט דעם אידן וואס גיט אים די פרוטה, במילא איז דאך פארשטאנדיק די דאמבארקייט וואס ער דארף האבן צו דעם נותן הצדק, צדקה, און די דאנקבארקייט פון דעם נותן הצדקה, וואס דער מקבל איז אים מזכה ער זאל קענען מקיים-זיין אט די מצוה, וואס דער אויבערשטער זאגט, אז זי איז שקול כנגד כל המצוות כולם, און לולי אט דעם מקבל וואלט ער ניט געהאט די געלעגנהייט צו מקיים-זיין די מצוה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions