עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5mcx23jg

kind
paragraph
order
Kf
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובפרט נאך אז ער הויבט אן און מוסיף בזה, אז אנהויבס מיט א הוספה, אז ער לערנט מיט נאכמער התמדה ושקידה, און מיט נאכמער לעבעדיקייט און שמחה תורה צוה לנו משה, און זאגט אויך אלע זיינע חברים און אויך זיינע עלטערן און זיידעס און באבעס, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ער האט ערשט אפ געלערנט נאך א פסוק און נאך א מאמר, ווי די צוועלף פסוקים וואס איר האט פריער דערמאנט, פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, און דורך דערויף פארשטארקט ער, און באווייזט א לעבעדיקן ביישפיל, ווי אזוי דאס איז, מורשה קהילת יעקב אז דאס ווערט א ירושה פון זיין גאנצע משפחה, און פון אלע משפחות פון אידן וואס לעבן ארום אים, און פון אלע משפחות פון אידן וואס געפינען זיך אין דער גאנצער וועלט, וואס זיי ווערן אלע צוזאמען אנגערופן בשם קהילת יעקב איז דאס בא זיי טייער ווי א זאך וואס מ'באקומט בירושה, און דאס האט אין זיך אויך די דערמאנונג אויף די אבות און די אמהות, אנהויבנדיק פון אברהם יצחק ויעקב משה און די אלע אושפיזין, און אזוי אויך זורג אלע משפחות, ועוד והוא העיקר, אז דאס ווערט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions