transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט זיך שוין גערעדט אויך פאראיארן, אז בכל יום הולדת קומט דאך צו בפשטות נאך א יאר, און ווי רבותינו נשיאינו האבן דאך איבערגעגעבן ביז צום אלטן רבי'ן און דעם מגיד און דעם בעל שם טוב, פארבונדן אויך מיטן קאפיטל מזמור בטילים המתאים למספר שנותיו,
¶2וואס דאס ווערט דאך משתנה משנה לשנה, און ווי גערעדט פאראיארן בארוכה, דעם מזמור וואס דער בעל יום ההולדת איז דאס געווארן זיין מזמור פון כ' חשון תשמין גו' וואס דאס איז דער מזמור קכ"ג שבתהלים,
¶3ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם חלום, וואס איז שוין אויך פארצייכנט דורך נשיא דורנו, וואס ס'איז דאך געהערט א מאמר פון בעל יום ההולדת, וואס האט זיך אנגעהויבן אויף א פסוק אין מזמור תהלים ווי ס'איז געווען מתאים למספר שנותיו, ווי ער איז שוין געווען אין עולם האמת, כמבואר בארוכה און שוין מדובר בזה בארוכה.
¶4וואס על פי זה איז בכף חשון פון היינטיקן יאר הויבט זיך אן אמירתו ולימודו אין דעם מזמור תהלים קכ ד.
¶5וויבאלד ווי גערעדט פריער, אז גופא, בשר ראשי אזיל, בפרט נאך על פי תורת הבעל שם טוב פון יעדער זאך אפלערנען א הוראה אין עבודת ה וואס דעמאלט איז ניט אויף אזויפיל אן עיקר, און מ'טאר זיך ניט מגביל זיין, אז סיידן ער איז בטוח אז ער וועט מכוון זיין לאמת לאמיתו,
¶6אז ניט זאל ער זיך אינגאנצן ניט עוסק זיין אין די התבוננות וואס מ'קען דערפון אפלערנען איז דאך הוראת רבותינו נשיאינו ניט אזוי, וויבאלד אז ער וויל געפינען א תוספת הוראה והצלחה אין עבודתו, ווי אזוי ”לשמש את קונו”.
¶7על דרך זה אויך בהנוגע למזמור זה, אויך מיט די הדגשה ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט חודש חשון, וואס קומט לאחרי חודש תשרי, ו אלול הקודם לו.
¶8וואס אלול איז דאך די התחלה פון תשרי, וואס דערפאר איז דאך אלול ראשי תיבות אני לי דודי 'ודודי לי' שפה תיבות איז ד'י וואס דאס איז דאך כולל די עשרת ימי התשובה פון תשרי, ובכלל איז דאך אלול חודש ההכנה,
¶9צו תשרי, וואס דערנאך מי ש על-דרך ווי מ'זאגט ”מי שטרך בערב” איז דערנאך איז יכל בשעת ס'קומט דער זמן המיועד, על דרך ”זה אלול בערך” פון תשרי כמדובר ומבואר בכמה מקומות.
¶10וואס ס'הויבט זיך אן דער מזמור פון ”לולי הוי' שהי' לנו יאמר נא ישראל” און דערנאך נאכאמאל איבערגע'חזר'ט ”לולי הוי' שהי' לנו יאמר נא” בני אדם
¶11זוכט מען בא רבותינו נשיאינו דער ביאור שבזה, און שוין אפגעדרוקט אין דעם צמח צדק, עור התורה, פון צמח צדק 'יהול אור', אויף ספר התהילים, אויפן קאפיטל במקומו, על הכתובים במקומם, וואס ער שטעלט זיך אויף ”לולא הוי' שהי' לנו” און איז שוין געדרוקט באריכות, און זאגן על כל פנים אויבער' חזר'ן די נקודה,
¶12אז בשעת מ'זאגט לולא דערמאנט דאס גלייך און ס'האט א שייכות צו אלול, נאר דא איז דארטן איז מיט אן אלף און מיט א וי און דא איז אויך און מיט א וי און דערנאך און מיט א י אנשטאט אן אלף.
¶13דאס איז אבער אויך דער פירוש דער זעלבער, און ווי ער שרייבט אין התחלת הביאור דארטן, אז דאס איז לוליב מיט א י איז דאס על דרך פון לולי מיט אן אלף, וואס מ'איז דאך מבאר, אז אלף האט א שייכות העכער פון וי פון 'סדר השתלשלות' צו עתיקא, און אזוי איז אויך ”כל מקום שנאמר” לי מיט לעמוד מיט א י,
¶14לעמוד י איז ”אינו זז לעולם”, וואס דאס איז מצד עתיקא, וואס ס'איז אן עולם תמידי שאין בו שינה.
¶15דערנאך איז ער אויך מבאר ווי אזוי דאס איז העכער נאך פון לולי מיט אן אלף.
¶16ווארום לולא מיט אן אלף איז דאך ”אני לדודי ודודי לי” און לולא מיט א י איז דאך דא דער 'דודי לי' וואס דאס איז לעמוד י און לעמוד ו ואני לדודי.
¶17וואס אט דא קומט-צו, אז דא איז די התחלה פון לעמוד י וואס דאס איז פארבונדן מיט 'דודי לי', און דערנאך קומט דער ל' וי וואס דאס איז פארבונדן מיט א וי מי 'סדר השתלשלות', מיט ששת ימי בראשית וואס דאס איז די 'עבודת האדם'.
¶18וואס לאחרי ווי מ'קומט פון דעם ענין וואס מ'האט בתשרי, אז מ'האט אויפגעטאן כל הענינים וואס ס'טוט זיך אויף מצד אתערותא דלתתא שקודמת 'אתערותא דלעילא',
¶19וואס דערפאר איז דער חלל הויבט זיך אן פון אני לדודי און ערשט דערנאך קומט דער 'דודי לי' קומט מען דערנאך צו 'אתערותא דלעילא', וואס זי איז נאך העכער פון 'אתערותא דלעילא' וואס קומט על ידי אתערותא דלתתא.
¶20וואס אט דעמאלט ווערט פריער דער למיד און דער יו ד פארבונדן מיט ”אינו זז לעולם”, 'עתיקא קדישא', און דערנאך קומט דאס אראפ אין למיד ווי ער קומט אראפ אין דעם וו.
¶21וואס דאס איז דער לולי מיט א יו ד וואס ס'שטייט אין קאפיטל אין דעם קאפיטל פון היינטיקן יאר, און פארבונדן, כאמור, מיט חשון, וואס דעמאלט קומט דאך בפועל די 'אתערותא דלעילא' שלמעלה מיט 'אתערותא דלעילא' שעל ידי אתערותא דלתתא איז שוין דאס דא נתגלה און אבער זיך אלץ פארפאקט אין חודש תשרי,
¶22און מ'הויבט אן פאנאנדערפאקן די פעקלאך, פאנאנדערלייגן אויף די פאליצעס און נוצן זיי בחודש חשו וט.
¶23און דערמיט איז ער אויך מבאר אין תורה תורה אויף תהלים יהיו לב, אז דאס וואס מ'זאגט ”לולי הוי' שהי' לנו” וואס לנו איז בגימטריא אלקים,
¶24שם אלקים, און אויף דערויף זאגט מען, אז הוי' איז הי' לנו אז הוי' קומט אראפ און ס'ווערט אין שם אלקים.
¶25און דא איז ניט נאר דער ענין פון גימטריא, נאר ווי ער איז אויך מסביר, אז מ'געפינט א דבר וואס צריך ביאור, אז אזוי אין שמות הקדושים איז אין 'שם הוי'' איז ניט שייך מ'זאל דאס מאחד זיין צו לנו בשעת ס'קומט צו שם אלקים אט דעמאלט זאגט מען אלקינו
¶26”אלקיכם אלקי וכו דוקא” שם אלקים איז ”לנו ומשא' כן בא שם” הוי און דער ביאור בזה גופא, ווי אזוי קען ווערן לנו איז דאס דוקא בשעת ס'איז דא א צמצום על ידי מדת הגבורה,
¶27וואס דאס איז דער ענין פון שם אלקים דער מדת הצמצום והגבורה, במילא קען דאס ווערן דערנאך לנו וואס דאס איז ניט, כאמור, על פי זה איז דאס ניט נאר אן ענין ס'איז די זעלבע גימטריא, נאר דאס איז אויך דער תוכן, אז בשעת ס'איז דא שם אלקים ווערט דערנאך דער אלקים אין אן אופן פון לנו און מ'זאגט אלקינו ביז אלקי 'לשון יחיד'.
¶28און אט דא זאגט מען, אז ווער איז דאס?
¶29דאס איז ניט אלקים 'מצד עצמו' איז געווארן אזוי, נאר הוי' איז געווארן לנו בדוגמא ווי מ'זאגט ביום הכיפורים, ובפרט אין תפילת נעילה, בסיומה הוי' הוא אלקים וואס דויף מ'נעמט פון דרגות הכי עליונות און ס'ווערט אלקים דורך דעם צמצום,
¶30איז ניט מ'נעמט דעם שם אלקים בצמצום, נאר מ'נעמט דעם 'שם הוי'' על ידי הצמצום און הוי' ווערט לנו וואס דער פירוש הפשוט איז דאך הוי' הי' לנו אז הוי' איז געווארן לנו
¶31און מ'זאגט דערביי די צוויי מאל ולא הוי' שהי' לנו גלייך אין דעם זעלבן קאפיטל, וואס דאס איז בדוגמא ווי מ'האט געזאגט צוויי מאל הוי' הוא אלקים בנוגע צו אברהם'ן, צו רנייהו הנביא בשעת מ'האט געדארפט אויפטאן דעם 'ענין התשובה',
¶32וואס דאס איז פארבונדן מיט ”אנכי אנכי” שני פעמים בהר הקרמל, וואס דארט איז געווארן דער שני פעמים ניט ווי ביי הר סיני וואס איז געווען אנכי מערניט ווי פעם אחת, כמבואר בארוכה אין די דרושים.
¶33וואס דאס איז אויך די הוראה און דער נתינת כח, אז נוסף וואס מ'האט דעם ענין הגלות, לכאורה כדי ס'זאל זיין דערנאך די עלי', איז שוין אין זמן הגלות, וואס דעמאלט איז אלקים און הסתר והעלם,
¶34זאגט דער קאפיטל זאגט דער מזמור אין תהלים, וואס הויבט זיך אן, כאמור, בא אמירת בראשה, וגופא בתור ראשו אזיל אז מ'זאל וויסן זיין אז דאס איז אן ענין פון לולא, און לולא איז דוקא מיט א יו ד.
¶35אמת טאקע, מ'האט פריער געמאכט דעם ל מיד ו וואס דאס האט מען אויפגעטאן אין תשרי, און באלול נאך לפני זה, דערנאך קומט מען אבער צום ל מיד י פון עתיקא,
¶36און פון דארטן נעמט מען אז הוי' היו לנו וואס אט דעמאלט איז יאמר נא ישראל און אויך בנוגע צו בני אדם, מיט די פירושים שבדבר כמובן, והאמור נאך די ענינים וואס האבן שוין אפגעדרוקט, כאמור, אין תהלים.
¶37און ויהי רצון, אז בקרוב ממש, וויבאלד אז מ'קומט שוין פון חודש תשרי, און מ'האט שוין אויך אין חשון געהאט דעם ענין פון ”קיימא סיהרא באשלמותא”, און
¶38ס'קומט דערנאך אויך די הכנה צו חודש כסלו, וואס דאס הויבט זיך דאך אן גלייך נאך ”קיימא סיהרא באשלמותא”, הויבט זיך אן דערנאך די הכנה דורך ונפקדת כיפקיד משבך אז ס'ווערט ”יפקיד משבך” הולך און קומט-צו אין דעם ביטול,
¶39ביז ער ווערט די כלי, כאמור לעיל, אז ס'זאל זיין דער ביטול בשלימות גלייך, און גלייך 'נגאלין מיד', און ס'ווערט דער ענין פון חנוכת בית המקדש השלישי, כאמור ומוזכר כמה פעמים, ווי ער זאגט אין ילקוט שמעוני, אז דאס איז נאך בחודש חשון זאל דאס זיין ”בפועל, ולמטה מעשרה טפחים”, ובעגלא דידן,
¶40בית המקדש הנצחי, אין אן אופן פון מקדש אתה כוננו ידיך בהר הבית ובירושלים עיר הקודש, ובארצנו ”הקדושה, במהרה בימינו” ממש.
¶41לחיים.