פסקה
פסקה rh-5kej5x0v
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jqqpyb7t
- order
- TA
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובמיוחד ובגלוי מראה באצבעי ואומר זה, אז אט איז דער קודש הקדשים בפשטות ובגשמיות, ווי ער שטייט אין מקדש אדנ'כוננו ידיך איז מראה באצבעי ואומר זה, אט איז דער מקדש אדנ'כוננו ידיך און אט איז דער הר הבית, און וואו געפינען זיך די אלע אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן וואס זי געפינט זיך און עיר הבירה און איר הראשית פון גאנץ ארץ-ישראל, און ארץ-ישראל שטייט אין א מעמד ומצב פון התפשטה בכל העולם כולו, האט יעדער איד געמאכט, פון יעדער חלקו בעולם, פון כל העולם כולו, א דירה לו יתברך דורך דערויף וואס ער מאכט דארטן ארץ-ישראל, במילא איז אויף דערויף חל די הבטחה, אז מ'נעמט אויך מיט די גאנצע וועלט מיט זיך אין ארץ-ישראל, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין הר הבית, ביז אין קודש הקדשים, ובשמחה ובטוב לבב, און אין אן אופן פון דוקא קהל גדול לשון יחיד, ווארום מ'ווערט פארבונדן מיט יחידו של עולם, און דאס ווערט געטאן נאכמער בשלימות, וויבאלד אז מ'פארבינדט דאס מיט ממון און ממונו של אדם שמעמידו על רגליו, אז דאס געפינט זיך נאך נידעריקער פון די רגלים שלו, במילא קען ער מעמד זיין אויך די רגלים, און נאך מערער, אז דורך דערויף איז ער אויך מוסיש אין דעם ענין פון דער נשיאת ראש, ובפרט על ידי המנין, והאדם העשירי יהי'קודש על דרך ווי מ'זאגט בכמה ענינים, אז אף על פי וואס מ'זאגט עשירי דער צענטער, און די נייען זיינען געווען בעבר, איז דאך תורה שבעל פה מסביר, אז דער עשירי ברענגט מיט זיך, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו פרה אדומה, אז די אלע עופר, כל הפרות, גופם, על אחת כמה וכמה פון די פרה ראשונה וואס נקראת על שמו פון משה רבינו,
- proofread
- 0