English
ספרייה
kind
paragraph
order
5d
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פארבונדן מיטן אויבערשטן, און נאכמערער מיטן כבוד צו דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך אן אויסווייניקסטע זאך, און דאס דארף געטאן ווערן און באוויזן ווערן דורך א מענטשן, דורך אידן במיוחד, און דא זאגט מען, אז דאס איז דא אין כל מה שברא הקב'ה, יעדער זאך וואס געפינט זיך אין וועלט איז דאך יעדער זאך באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן, אף על פי וואס דאס ווערט אנגערופן אין לשון הקודש עולם, וואס דאס האט דאך אויך דעם אפטייטש און א רמז, אז דאס איז אויף אן ענין פון העלם, דאס איז באשאפן געווארן אין א באהאלטענעם אופן, דאס איז ניט א זאך ווי א מזותה אדער תפילין, וואס בשעת מ'גוט א קוק אויף דער מזוזה, פארשפארט מען אין פרעגן צי דאס איז פארבונדן מיט איליקייט, בבאלד אז דער נאמען פון דעם אויבערשטן איז אנגעשריבן געווארן בגלוי אויף די אויסווייניקסטע זייט פון דער מזוזה, פארשטייט מען שוין דערפון וואס ס'געפינט זיך אינעווייניק אין דער מזוזה, און על דרך זה אויך אין תפילין, אז מ'גיט א קוק אויף תפילין פון אויסווייניק זעט מען גלייך א גרויסן שין, און וואס דער שין איז געמאכט
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים