transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ווי דערמאנט פריער, און במיוסד אויפן מאמר חז ז ל, אז ”מעשה אבות סימן לבנים” און וואס בנים איז דאך אלו התלמידים על דרך זה אויך פארשטאנדיק בנוגע צום בעל הגאולה,
¶2וואס אנו תלמידי תלמידיו ביז אין אן אופן פון יפוצו מעיינותיך חוצה אז דאס ווערט נתפשט און ס'האט א שייכות לכל אחד ואחת מבני ישראל איז דאס אויך א נתינת כח, און במילא אויך א הוראה,
¶3אז זיי זאלן אויך אזוי טאן, אף על פי וואס דאס רעדט זיך אבות ומעשה אבות, און דא רעדט זיך וועגן בנים עולה התלמידים, על אחת כמה וכמה תלמידי-תלמידיו וכמה דורות,
¶4וואס 'אכשור דרא' בתמי זאגט תורה וואס לא תהי' מוחלפת ”והתורה היא נצחית”, ווי דער לשון אין תניא, אז דאס ווערט א פעולה נמשכת און א פעולה נצחית פון די מעשה אבות ווערט דאס נמשך אין מעשה בנים ”ובני בנים עד סוף כל הדורות”,
¶5אויב נאר די בנים קלייבן אויס ו ”בחרת בחיים” ללכת בדרכיו ובאורחותיו אשר הורנו ווערט דאס דעמאלט ווי דער לשון אין אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן אין אן אופן פון ”נצח סלה ועד” וואס כאמור געפינט מען בא דעם אלטן רבי'ן ניט נאר די פעולה בהנוגע לעצמו,
¶6נאר די פעולה בהנוגע לכל הסביבה שלו, וואס דערפאר איז דאך געקומען דער ענין המאסר, ניט דערפאר וואס ער האט געלערנט פאר-זיך אדער מיט תלמידים בעירו,
¶7נאר דערפאר וואס ער האט זיך פארנומען מיט הפצת המעינות, במילא, אז ס'איז געווארן דערנאך די גאולה, איז דאך געווארן דער ענין פון מ”יתרון האור מתוך החושך” מתוך הגולה והמאסר ”ביתר שאת וביתר עוז”,
¶8אין דעם ענין פון הפצת המעיינות חוצה, וואס דער אלטער רבי איז אבער מוסיף במכתבו האמור, וואס ס'איז שוין געדרוקט, אז דאס האט אויך פועל געווען אויף די שרי המדינה, און דורך דערויף אויף די אנשי המדינה, אז בא זיי זאל אויך ווערן א שינוי און אין יחס, ביז אין יחס בפועל,
¶9צו דעם אלטן רבי'ן ולתורתו ולכל הקשור בזה.
¶10און דאס ווערט אויך א הוראה צוזאמען מיט א נתינת-כח לפני זה, און ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו אז יעדער איד זאל זיך משתדל זיין בכל התלוי בו, טאן ”מעין זה לפי” תנאי הזמן והמקום טאקע,
¶11אבער אין דערויף גופא, אז ס'זאל זיין כדבעי, ווי די גמרא זאגט אין כתובות, לפי כוחו, אף על פי וואס פאר א קלענערן איז גענוג ער וועט טאן ווייניקער, וויבאלד אז אים האט דער אויבערשטער געגעבן מערער כוחות אדער מערער השפעה,
¶12טאר ער זיך ניט באגנוגענען מיט משפיע זיין, ווי דאס טוט א בוני ניט, דער עאכו"כ ניט ווי א קטן ממנו, נאר ער דארף טאן כדבעי אויף אויסנוצן זיין פולסטע מעגלעכקייט און זיין פולסטע השפעה, בהאמור לעיל.
¶13וכאמור, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש במכתבו אויך בהנוגע צו השפעה אויף עמי הארץ צווישן וועלכע ער געפינט זיך.
¶14ושלא כדעת הטוב, אז דאס וואס מ'געפינט זיך צווישן עמי הארץ איז דאס מערניט כדי ס'זאל קענען זיין די גלות, אבער ניט מ'דארף עפעס דארטן אויפטאן פאר עמי הארץ קען ניט זיין אזא זאך אין קדושה, אז ס'זאל זיין מערניט ווי אן ענין של שלילה, ס'זאל ניט זיין אין דערויף קיין ענין של חיוב.
¶15און ס'איז א זיכערע זאך, אז בשעת א איד איז געשיקט געווארן אין גלות איז ער געשיקט געווארן נוסף כדי ס'זאל זיין דער ביטול אראפשווענקען פון אים די ענינים בלתי-רצויים וואס האבן זיך צוגעקלעפט מבחוץ, וויבאלד אבער ער איז געקומען, ”המקום אשר צוה הוי” איז כתורת הבעל שם טוב הידועה,
¶16איז דאס א זיכערע זאך כדי ער זאל דארטן איינפלאנצן ג-טלעכקייט, און איינפלאנצן ג-טלעכקייט בא די אלע וואס דער אויבערשטער האט זיי באשאפן, און די משנה פסק'נט, אז ”כל מה שברא הקב"ה לא בראו אלא לכבודו” אז זיי זאלן אויך שטיין אין א מעמד ומצב פון כבוד השם,
¶17און אין מעמד ומצב אז בא זוי זאל דאס געטאן ווערן מתוך רצון, ומלכותו ברצון.
¶18וואס אין זמנים איז קדם האט מען דאך געדארפט מאטערן און זוכן וועגן ווי אזוי קען א איד, זייענדיק אין גלות, פועל זיין אויף ניט-אידן, אז זיי זאלן צוקומען אין געטלעכקייט, אין קיום, ביז אין מעשה בפועל, אין קיום שבע מצוות שלהם,
¶19איז שוין דעמאלט געווען דער פסק-דין ברור אין רמב אז בשעת מתן-תורה, ווי דערמאנט פריער, איז פונקט ווי מ'האט איבערגעגעבן משה'ן רבינו,
¶20תורת משה, בנוגע צו אידן אין אלע תרייג מצוות האט מען אויך איבערגעגעבן דורך משה'ן, אז יעדער איד דארף טאן כל התלוי בו, וואס יקוד באי עולם ווי דער רמב"ם שרייבט דער לשון יקוף אז זיי זאלן מקיים זיין שבע מצוות דלהו.
¶21און אט דא קומט-צו די הוראה פון יום הגאולה, אז דאס קען געטאן ווערן אין אן אופן פון ”פדה בשלום” ניט נאר די פדי פון לאים ולאים יאמא, צי מלחמה פרטית שלו, צי וויסן זיין יצר טוב מיט זיין יצר הרע,
¶22נאר אויך די פדיה פון דעם גאנצן ארום אים, אז זיי זאלן נפדה ווערן פון די ענינים של גלות, וואס פארדעקט אויף זייער תכלית בריאתם, וואס דאס איז לא בראו אלא לכבודו און דאס מגלה זיין בא זיי, און קען דאס אויך טאן אין אן אופן אויף זיי פודש זיין אין אן אופן של שלום.
¶23שטייט טאקע דער לשון יקוב אבער דערפון גופא וואס אין 'יד ישראל תקיפה' אויף כפיי' בפשטות, איז דערפון גופא פארשטאנדיק דער אויבערשטער וועט דאך ניט אנזאגן א ציווי, איידער ער גיט דעם כח אויף מקיים זיין דעם ציווי, ווארום ”אינו מבקש אלא לפי” כחו וואס ער גיט פריער די כחות,
¶24במילא קען מען דערנאך מקיים זיין דעם ציווי, וויבאלד ער האט אנגעזאגט יקוב ”כל באי עולם” אויף מקיים-זיין די שבע מצוות דלהו, במילא לערנען די הלכות פון שבע מצוות דלהו,
¶25ווי די גמרא זאגט, אז אין דערויף זיינען מחוייב שבעים אומות, אין דערויף זיינען מחוייב בני-נח איז דער ענין פון דעם יקוב דא איז דאס אויך דער ענין, כאמור,
¶26א תפי' בדברים, ובדברים של בדרכי התורה, וואס ”דרכיה דרכי נועם וכל נציבותי' שלום”, און פותח זיין בשלום דאס איז די פתיחה,
¶27און דעמאלט האט מען א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער גיט א מצוה, האט ער אויך געגעבן די הבטחה, אז הקב".העו זר אז ער וועט אין דערויף מצליח זיין.
¶28און מצליח זיין, כאמור, אין אן אופן פון שלום על ידי דיבור, און א דיבור בדרכי נועם.
¶29אויב ס'וועט נאר זיין דברים היוצאים מן הלב איז א זיכערע זאך אז נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם וואס דאס איז דאך בטבע בני אדם אפילו בא ניט-אידן אויך.
¶30על אחת כמה וכמה אז ווען א איד טוט דאס און איז אויך מסביר, אז ער טוט דאס, דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אים אזוי אנגעזאגט, און אויך דער ניט-איד דארף דאס טאן, דערפאר וואס דער אויבערשטער האט אים אזוי אנגעזאגט, אז ס'זאל זיין ”לא תגנוב” און ”לא תרצח” מיט כל הענינים, אף על פי וואס זיי שטייען אין עשרת הדברות, וואס זיי זיינען געגעבן געווארן לבני ישראל,
¶31צוזאמען דערמיט שטייען זיי אויך אין די שבע מצוות בני ווארום ”לשבת יצרה”.
¶32דערנאך איז געווען, וויבאלד אז נשיבות שונות ומשונות האט מען ניט אויסגענוצט די גאנצע השפעה וואס מ'האט געהאט אין דעם האט דער אויבערשטער בחסדי הגדול משנה געווען די מלאך ארוכות, בפרט אין דער מדינה פון ארצות הברית, אז ס'איז געקומען די התעוררות בזה,
¶33מלמעלה פון די שבעים אומות, ביז פון דעם פרעזידענט אליין, וואס ער האט אנגעהויבן מעורך זיין, אז מ'זאל מקיים זיין די שבע מצוות בני-נח, און מ'זאל געדענקען וואס ס'שטייט אין עשרת הדברות, וואס התחלתם איז דאך דער ענין פון אמונה בה גלויבן אין דעם אויבערשטן,
¶34און האט אויך מדגיש געווען אז ”המעשה הוא העיקר” אז מ'דארף דאס זען דורכפירן במעשה בפועל און אליין באוויזן א לעבעדיקן ביישפיל.
¶35וואס דאס איז נאכמער מגדיל דער זכות צוזאמען מיט דעם ”חוב הכי גדול” וקדוש וואס ליגט אויף אידן, ובפרט אויף די וואס האבן א השפעה אין חוגי המלוכה והנהגה, צי אין עיר הבירה בנוגע צו גאנץ ארצות הברית,
¶36אדער צו יעדער סטעיט אין עיר הבירה פון א סטעיט, אדער אין דער הנהלה פון א שטאט, אז זיי זאלן לכל לראש אויסנוצן זייער פולסטע השפעה כדבעי, בלשון התורה,
¶37אויף אריינפירן בכל מקום ומקום זאל זיין דער לימוד, און א לימוד זאל ברענגען 'לידי מעשה' צו די 'קיום מצוות' בני שבע מצוות וכל הפרטים ופרטי פרטים שלהם,
¶38וואס דעמאלט וועט דאס זיין ”לשבת יצרה” וואס דאס איז דאך א תועלת גלוי' ”לכל עמי הארץ”, און מ'האט נאך די הוראה פון דעם ענין וואס די יום הגאולה לערנט אונז,
¶39אז דאס איז בכוחו של כל אחד ואחת טאן אין דעם אין אן אופן אז די פדיה בזה פון די המונים ומבלבלים ומסתירים זאל זיין אין אן אופן פון שלום.
¶40ועד כדי כך, אז מ'זעט די גרעסטע טיפשות, אז די וואס רופן זיך זיך אן בשם ליבערתי אז דאס הייסט פרייהייט לכאורה, אין וואס באשטייט זייער פרייהייט?
¶41אז זיי שעמען זיך דערמיט וואס זיי זיינען באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער האט זיי אנגעזאגט אז מ'זאל זיך פירן ווי א מענטש דארף זיך פירן ווי
¶42ס'שטייט אין די שבע מצוות בני-נח זיי קענען זיך ניט באפרייען פון דער ממשלה פון דעם ”מלך זקן וכסיל” וואס קען ניט צולאזן אז ס'זאל נתפשט ווערן געטלעכקייט אין וועלט, און דאס זאל אראפקומען במעשה בפועל, און אז מ'טייער'ט מיט זיי, זעט אז מ'זאל לערנען מיט קינדער ”לא תרצח” ולתעת עגנל.
¶43איר ווילט ניט זאגן אז דאס שטייט אין עשרת הדברות זאגט דאס סתם!
¶44זאגן זיי ניין! אין וואס באשטייט זייער פרייהייט, אז זיי וועלן נויטן די ממשלה פון דער מדינה, און זיי וועלן נויטן די קינדער אז די קינדער זאלן ניט לערנען בשעת זיי לערנען וועגן כל הענינים שבעולם, צווישן זיי איז ניט נאר ענינים תפלים,
¶45נאר תפלים די תפלים זאלן אבער ניט צולאזן אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער אז ס'דארף זיין א קינד דארף זיין ”לא תרצח ולא” תגנח, און די טיפשית און דער העל חושך יחסה ארץ איז דערגאנגען אזוי ווייט און אזוי טיף, אז מ'מאכט דערפון אן ענין של חירות.
¶46אין וואס באשטייט די חירות?
¶47אז מ'עייט קינדער אויף ניט צולאזן זיי אז זיי זאלן טראכטן, אפילו במחשבה, אז ס'איז דא א זאך וואס האט זיי באשאפן.
¶48און אז ס'איז געקומען לידי כך, אז מ'האט דורכגעפירט אין אן ארט, אז ס'זאל זיין א מומענט אויף סיילעמס א רגע של קשיתיקה, מ'וועט זאגן דעם קינד, אז הער זיך איין, ס'הויבט זיך אן בא דיר א נייער טאג, דארפסטו לערנען ווי אזוי צו זיין א מענטש,
¶49ניט נאר לערנען זיך ווי אזוי צו וויסן וואס ס'שטייט אין דעם ספר לימוד אדער אין א צווייטן ספר לימוד ס'זאגט ווערן א אנציקלאפדיא פון ידיעות שונות ומשונות,
¶50נאר לערנען אים און מחנך זיין, אז לכל לראש איידער ער ווערט א דאקטער, און איידער ער ווערט א לאיר, און איידער ער ווערט א מנהיג, און איידער ער ווערט אזא מין וואס האנט אן אקאונט אין באנק מיט זעקס ציפערן אדער נאכמערער איז נאכמער וויכטיקער ער זאל וויסן זיין, אז צום אלעם ערשטן איז ער א מענטש,
¶51און אן אמת'ער ענין פון א מענטש איז, אז ניט זאל זיין ”איש את רעהו חיים בלעו”, ובפרט נאך ער האט דאך געלט קען ער אפקויפן דעם שופט, און קען אפקויפן די משטרע,
¶52און קען אפקויפן די לאוירס, און קען זיך אויסבאהאלטן, ביז וואנענט מ'וועט אים געבן א מדאלג פארוואס ”את רעהו חיים בלעו” זאל ער וויסן זיין, אז ס'איז דא אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, וואס דארט איז ”לא יקח שוחד” דארט וועט ער ניט העלפן ניט קיין באקאנטשאפט,
¶53און ניט קיין געלט, און ניט קיין סמייל, און ניט כל הענינים וואס קענען האבן א השפעה בהנוגע צו א בן-אדם, צו א בשר-ודם איז דארטן איז דאס אינגאנצן ניט 'תופס מקום', און ער ווייס אז אלקים איז יראה להלבב, און ס'איז אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, כי יתאסור איש במספרים,
¶54אפילו עציית שאור ער באה לט זיך אין געהנע, אבי מ'זאל אים ניט מבלבל זיין וועגן אידישקייט, אדער ניט מבלבל זיין בנוגע צו געטלעכקייט, איז ביי אים כדאי צו זיצן אין שאור,
¶55בער מ'זאל אים ניט טומלען, אז ס'איז דא א ניין רואה ואוזן שומעת, און ס'דערגייט עד כדי כך, אז מ'לייגט-איין כוחות אויף מבטל זיין דעם ענין פון ממונט תסלו אויף געבן קינדער א מעגלעכקייט אז זיי זאלן אנהויבן זייער טאג מיט א מחשבה וועגן דעם ענין וואס זיי וועלן הערן פון דעם פאטער און דער מוטער אין דער היים,
¶56אז די ערשטע רגע פון לימוד דארף מען זיי אויסנוצן אויף וויסן אז ס'איז דא א ניין רואה ואוזן שומעת, איז אויך בזה אויך איז אינם צרה וכאמור, אז צי א שאל מ'באהאלט זיך אין גענעם, און ער ווייס אז דאס איז גענעם,
¶57ווארום ער האט געזען וואס ס'איז געווארן פון די יחס פון זיינע קינדער צו אים אליין אדער צו איר אליין, דערפאר וואס ער האט זיי ניט געגעבן דעם חינוך, און יסוד החינוך,
¶58אז זיי זאלן וויסן זיין, אז ”עין רואה ואוזן שומעת” איז אויך דא אין די מצוות בני נח דער ענין פון ”כיבוד אב ואם”, ווי רש"י ברענגט אראפ אין פשוטו של מקרא, אז ס'איז אויך געווען פארן מתן תורה אפילו בנוגע צו טרח'ן, ובנוגע פון אברהם'ען בנוגע צו טרח'ן,
¶59איז אלץ כדאי, וכאמור, און מ'מאכט דערפון אן ענין של ליבערטי של חירות בשעת דאס איז די גרעסטע עבדות, די גרעסטע פארשקלאפונג וואס ס'קען זיין, איז כמדובר כמה פעמים, ס'איז דא א גלות חיצוניות,
¶60ווי דער מהר"ל שרייבט בנוגע צו אידן, אז אין תוציאת מצרים איז געווארן שטרי קודם קען ניט זיין קיין מציאות פון עבדים לעבדים יעדער איד איז א בן חורין, ווי מ'זאגט דאס אין סדר בתחילתו,
¶61אז אין תוציאת מצרים איז מען געווארן בני חורין מ'איז עבדי השעתי עבדי בחיצוני ת אבער באמת הענין זיצט ער ביים טיש, און זיצט אין אן אופן של חירות, און דאס איז ניכר אפילו בישיבתו, און ס'איז ניכר באכילתו ובשתייתו.
¶62ער עסט ווי דער רמב"ם זאגט אין מלכות דיעות וואס א חכם איז ניכר בזה, אז ער עסט די מצות, אכילה המוכרחת, און ער טרינקט דעם יין, די שתי המוכרחת מוז ער דאס טאן אין א ”דרך חירות, אפילו” ווען השעת עבדו פארוואס?
¶63דערפאר וואס זינט מתן תורה איז ער געווארן א בן-חורי, זאגט מען, על אחת כמה וכמה איז דאס בא די וואס האבן א השפעה, וואס דאס וואס זיי האבן א השפעה איז דאס 'בהשגחה פרטית',
¶64און זיכער אז דער אויבערשטער איז כוונתו לטובת שם אז מ'גיט זיי השפעות כדי זיי זאלן דאס אויסנוצן אין א דבר טוב און אין אן אופן טוב,
¶65זיינען זיי אויף אזויפיל פארשקלאפט, צו דעם ”מלך זקן וכסיל”, אזויפיל פארשקלאפט בפשטות מ'שעמט זיך דערמיט וואס ער איז איד!
¶66ער וויל אז מ'זאל טראכטן, אז אף על פי וואס ער איז געבארן געווארן א איד, אבער אין השקפות עולמו איז ער פונקט ווי רחמנא ליצלן א גוי וואס האט מלחמה מיט אידישקייט, במילא האט ער מלחמה מיט ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד”!
¶67האט ער מלחמה מיט ייכוב בכל באי עולם, אז זיי זאלן מקיים-זיין זייערע מצוות.
¶68וואס ס'איז ניטא קיין גרעסערע פארשקלאפונג דער היפך פון ליבערטי ווען א איד, וואס איז געבארן געווארן א איד, און ער ווייס אז אלע ווייסן אז ער איז א איד, און ס'איז ניכר אויף זיין אות,
¶69שעמט ער זיך ניט דאך זיין מתרפסט, זיך קנייען און בוקן און בעטן זיך בא די גויים ארום אים, אז זיי זאלן אים פאררעכענען אלס איינער פון די וואס האבן מלחמה אין אידישקייט בהנוגע צו אידישקייט, און האבן מלחמה אין אידישקייט בהנוגע צו ניט-אידן, בהנוגע צו שבע מצוות בני נח,
¶70אנהויבנדיק פון אמונה בה' אחד, און אפילו לאחרי זה, אז דער נשיא המדינה, דער פרעזידענט פון דער מדינה, איז דאס ארויס בגלוי,
¶71און א שופט עליון האט דאס אנגענומען אין איינע פון די סטעיטס וואס ס'הויבט זיך אן, דא איז דער סדר פון די סטעיטס אז מ'רעכנט זיי רעכנט זיי אויס אלס סדר האאלף-ביית פון דעם אלף-ביית פון ענגליש,
¶72איז דאס איינער פון די ערשטער ווארום ער הויבט זיך אן מתנה' על אבעמא, און דארט האט מען אנגענומען אט דעם געזעץ פון רגש של שתיקה, איז מען ארויס במלחמה שפוכה אנטקעגן דערויף, וויסנדיק אז מ'ווייס אז זיי נארן אפ זיך, און זיי נארן אפ ארום זיך, און פארוואס טוען זיי דאס?
¶73דערפאר וואס זיי האבן ניט קיין מחשבה פון ערך עצמו אז ער קען שטיין פעסט אויף זיינע אידישע פיס, אדער אויף זיינע מענטשלעכע פיס,
¶74און האט אנגעטאן אין אן ענין אין א נאמען של ליבערטי א זאך פון פארשלאפן קינדער צו דעם יצר הרע, צו זייערע תאוות, צו יצר לב האדם, וואס ס'איז דא אזוינע וואס מנורב איז ער רע מנורב, און מ'האט אים אבער געגעבן בכח,
¶75און געגעבן אזוינע עלטערן אדער אזוינע זיידעס און באבעס, וסוף דבר געגעבן אזא מין פרעזידענט אין דער מדינה וואס איז ארויס בגלוי, אז מ'דארף זיך באפרייען פון דעם גלות בא דעם יצר הרע,
¶76און מ'דארף טאן כל התלוי בה, כל אחד ואחת, אויף מאכן פון דער וועלט אויס דזשאנגל, און ס'זאל ווערן ”לשבת יצרה” וואס ס'איז ניטא קיין אנדער וועג בזה,
¶77סיידן מ'וועט מקיים זיין דעם ”לא תגנב” און ”לא תרצח” מיט כל שאר הציוויים פון שבע מצוות בני נח, און ניט מקיים זיין זיי סתם, דערפאר וואס אזוי וויל א בשר ודם, האט מען געזען וואס האט געטראפן אין דער מדינה, לעיננו אין אונזער דור נאר מיט פרייציק יאר צוריק,
¶78אין דער מדינה וואס האט אויפגעשטעלט בתי-ספר והוראה וחינוך, און אויפגעשטעלט גאנצע שיטות אין השקפת עולם, און אויך שיטות וואס זיי האבן דאס אנגערופן בשם צדק ויושר, און אנגערופן דאס בשם מענטשלעכקייט, און צו וואס איז געווען דערנאך די מסקנא-אז ס'איז נאך ניט געווען אזוינע רציחות, רחמנא ליצלן,
¶79און אזוינע אלע ד' מצוות רחמנא ליצלן ניטא קום פעמיים צרה ניט נאר ”איש את רעהו חיים בלעו”, נאר נאך מערער חיים בלעו לכל הפחות ניטא דער ענין פון אילן נגדוהו.
¶80און דא איז געווען דער ענין פון נגדוהו כמה וכמה שנים, און כל הזמן איז דאס אנגעגאנגען בשם פון חקירה, און בשם פון תורת המוסר, און בשם פון מענטשלעכקייט, נאר מ'האט געמאכט א חילוק אין מענטשן גופא,
¶81אט די מענטשן וואס האלטן מיט ימח שמו מיט היטלערן זיי זיינען אט די וואס אין דעם בראש, און דערנאך ביי אים איז געווארן אויס ”ימח שמו וזכרו” איז אבער געבליבן תלמידים ותלמידי-תלמידיו, און וואס זיי האט זיך איינגעגעבן, אפנארן,
¶82מענטשן וואס ישר הולך, אז זיי זאלן מיינען און איינרעדן זיך, אז אויב מ'וועט שולל זיין, אז איי רואה ואוזן שומעת און מ'וועט לערנען מיט א קינד, אז קאנגרעס אדער סאנאט אדער בני אדם האבן מחליט געווען,
¶83אז ס'דארף זיין ”לא תגנא ולא” צרצח אט דאס וועט אפהאלטן א קינד וואס ער טראכט אז ער איז סמאכט, און סמארטער ווי כל העולם שמסביבו, אז ער זאל ניט כאפן ביי א צווייטן אט דאס וואס אים ווילט זיך, ביז אין אן אופן פון חיים בלעו,
¶84און אז ס'איז געווען ווייניק דער דיבור בזה, אז דאס וועט ניט אויסהאלטן האט מען באוויזן 'לעיני בשר', און ס'גייען ארום לעבעדיקע עדות קינדער, אדער קינדס קינדער,
¶85פון די וואס זיינען אומגעקומען דורך די וואס האבן געלערנט אין די ספרו פון תורת המוסג, וואס איז געווען בנוי אויף תורת פון בשר ודם, במילא האט דארט איבערגעוואגן די טעוות עצמו און כבוד עצמו וכיוצא בזה, ביז וואנענט אז ס'איז געווארן נאך ערגער פון חיים בלעו,
¶86און מ'האט געזען, און כאמור לעיל, מ'האט געעפנט א וועג אז די וואס ווילן זיך האלטן אין חוקי המדינה, און די וואס ווילן ניט מהרה זיין די מדינה האט מען פאר זיי באוויזן די וועג, אז דער בנין המדינה איז אין אן אופן ווי דער פרעזידענט האט אנגעוויזן, אז מ'זאל לערנען וועגן ”עין רואה ואוזן שומעת”.
¶87די טענה הטפשית, אז ניט דער בית-ספר איז המקום לזה, דאס דארף געטאן ווערן אין א סינאגאגה אדער להבדיל אין בית תפילה לכל העמים וכיוצא בזה איז דאך פארשטאנדיק, אז ער אליין האט אויפגעהאדעוועט זיינע קינדער, אז ביי אים אין הויז האבן זיי קיינמאל ניט געהערט אז מ'זאל דערמאנען דעם נאמען פון דעם אויבערשטן!
¶88און זייער גאנצער חינוך איז באשטאנען, וואס ס'האט זיך געשיקט פריער אין עלעמענטערי סקול דערנאך אין בית ספר תיחון, און דערנאך אין בית ספר גבוה, ער זאל אנקלייבן וואס מערער ידיעות אין חכמת הטבע וכיוצא בזה וועט ער קענען זיין א גוטער לאיר, א גוטער רופא וכיוצא בזה,
¶89ער וועט אים פארגעסן צו מחנך זיין ער זאל זיין א גוטער מענטש אין מענטשלעקייט אמיתית, און איצטער וויל ער כופה זיין נוטן דורך כלומש,
¶90דורך ליבער תי די כל העולם סביבו, אז זיי זאלן אזוי ניט צולאזן אויך זייערע קינדער, הי' לא תהי אזוי די קינדער זאלן הערן פון פאטערע מוטער וועגן עירוה ואוזן שומעת, און זאלן וויסן זיין, אז די התחלה פון זייער טאג בבית הספר איז ניט וואס ער לערנט מיט אים אן ענין אין חכמת הרפואה אדער אין חכמת הטבע,
¶91דער אין חכמת החשבון וכיוצא בזה ער זאל אנהויבן דעם טאג מיט טראכטן וועגן מענטשלעכקייט, וועגן מענטשלעכקייט אמיתית, וואס וועקט אריבער די אלע תאוות און די אלע ירשית ומציאות, ווארום ער ווייס אז ס'איז דא א נייע רואה ואוזן שומעת, און בשעת מ'וועט איינגעוואוינען דעם קינד מיט א שתיקה בבית הספר,
¶92און די עלטערן וועלן אים אבער מיטגעבן וועגן וואס ער זאל טראכטן די מחשבה אמיתית איז א זיכערע זאך אז מ'וועט מצליח זיין בזה, בפרט נאך אז מ'האט דעם סיוע בגלוי פון די חוגה הממשלה,
¶93און זיכער וועט דאס נאך גיין הלוך והוסיף אויב יעדערער וועט אויסנוצן זיין השפעה אויף מיטהעלפן אין דעם.
¶94וואס דאס וועט אים באפרייען פון זיין פנימיות'דיקע עבדות, וואס ער פארשקלאפט צו זיין יצר-הרע, וואס לאזט אים ניט צו אז ס'זאל צוקומען טוב בעולם, טוב אמיתי ונגלה, סיי פאר אידן סיי פאר ניט-אידן.
¶95וכאמור לעיל, מ'לערנט אפ פון יו ט' כסלו, אז מ'וויל באמת אט דעמאלט טוט זיך דאס דורך אין אן אופן פון ”פדה בשלום” אפילו אז ס'איז געווען א זמן וואס ס'איז געווען מקרב לי אז מ'האט מלחמה געהאלטן אנטקעגן די אלע גוטע זאכן וועט ווערן אויס מלחמה און וועט דאס ווערן אין אן אופן פון שלום,
¶96אז אויך זיי וועלן זיך מצטרף זיין צום אלעם ערשטן באפרייען זיך אליין, פון דעם שיעבוד פון יצרם הרע באפרייען די מענטשן ארום זיך,
¶97אז זיי זאלן זיך ניט שרעקן פאר זייערע הפחדות באיזה אופן שיהי און מיט וואס פאר א ענין שיהי און זאלן לאזן די מענטשן טאן אין מענטשלעכקייט צום אלעם מענטשן, דורך דערויף וואס מ'וועט געבן יעדער קינד און אלע קינדער א חינוך אין מענטשלעכקייט,
¶98וואס מענטשלעכקייט אמיתי איז דאס פארבונדן דערמיט וואס א מענטש ווייס, אז ער איז ניט א ישש ומציאות פאר-זיך, במילא איז ”כל הישר בעיניו” יעשה,
¶99נאר ער ווערט אזא וואס ווייס אז ס'איז דא אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, און אט דעמאלט, אז מ'וועט טאן אין דעם, און טאן עד מאה פעמים ואחת,
¶100איז מיט דער החלטה ביז מאה פעמים ואחת איז א זיכערע זאך, אז מ'וועט מנצח זיין אין אן אופן פון שלום א סאך פריער, און מ'וועט מסייע זיין און מ'וועט אויך באקומען דעם סיוע סיי פון עיר הבירה, סיי פון קאנגרעס, און סיי פון קאנגרעס פון יעדער סטייט,
¶101און סיי פון הנהלה פון יעדער שטאט, אז מ'זאל אריינפירן בכל בתי ספר דעם ענין פון א רגש של שתיקה, וואס דעמאלט דארף מען ניט אנקומען צו מלחמה אין א שיטה הפכית,
¶102ווארום אנטקעגן שתיקה קען קיינער ניט אויסשטעלן א טענה כנגד סיידן אזא וואס ער האט אינגאנצן פארלארן דעם צלם אלקים וואס דאס שטייט דאך אויף אלע שבעים אומות,
¶103און איז געבליבן מערניט אט דאס וואס ס'איז היפך פון צלם אלקים און ער וויל אויספירן ווי ס'קומט אויס בא זיין יצר הרע בא וועלכן ער געפינט זיך אין א שיעבוד עמוק און אין א טיפסטן עבדות ווי ס'קען זיין.
¶104און אט דעמאלט, כאמור, קען דאס דורכגעפירט ווערן אין אן אופן פון שלום און אין אן אופן פון הפצה, אז דערמיט וואס יעדערער הויבט אן אין דער ריכטונג צו טאן אין זיינע ד' אמות,
¶105און אין זיין חוג און אין זיין סביבה, איז ממנו יראה 'וכן יעשה' און ס'ווערט דער ענין פון הפצה פון דער פעולה בכל מקום ומקום, און אט דעמאלט ווערט נתגלה פריער בשתיקה בבית הספר,
¶106אבער בגלוי אין דער הויז פון דעם פאטער און פון דער מוטער, סיי ביי אידן סיי ביי ניט-אידן, ווארום רחמנא ליצלן איז דא אזוינע אידישע הייזער אין וועלכע מ'דארף נאך איצטער אויך דערמאנען וועגן ”עין רואה ואוזן שומעת” אז דאס דארף זיין דער חינוך פון יעדער קינד,
¶107נאך איידער מ'מאכט פון אים א יד שבדם צי א גרויסן דאקטער צי א גרויסן אינזשענייר צי א גרויסן לאויר דארף מען פון אים מאכן א גוטן מענטשן מיט אמת"ע מענטשלעכקייט.
¶108זאל מען אויך זיי דערמאנען, און אויך דערמאנען בדרכי שלום וועט זיכער צוקומען, אז 'שלום כאן' איז 'הכל כאן' וועט צוקומען ברכת השם, א גאולה ווי ס'קען זיין א גאולה נאך אין זמן הגלות,
¶109און דאס וועט נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין ”ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ” און די גאנצע וועלט וועט שטיין אין אן אופן פון שחרור וגאולה אמיתית,
¶110און אלע וועלן זיין לעבדו כולם שכם אחד מערניט ווי עבדים, צו דעם ”עין רואה ואוזן שומעת”, במהרה בימינו ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו.
¶111לחיים.