עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5h3cbp3m

kind
paragraph
order
aT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און די ברכות וואס ס'איז פארבונדן דערמיט, און וויבאלד אז ס'איז שוין צייט אויך אויף תפילת ערבית, איז אויך די תפילת ערבית און מסיים זיין מיט אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך, און דערנאך אנצינדן די חנוכה ליכטה אין בית הכנסת, און דערנאך יעדערער בא זיך אין הויז, וועט מען גלייך איבערגעטראגן ווערן פון דעם אויבערשטן אליין, דורך זיינע וואלקנס, ווי דערמאנט פריער בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו לארצנו הקדושה, און דארטן איז ירושלים עיר הקודש און הר הבית, און אין בית המקדש השלישי, וואס דער אויבערשטער וועט נאך פאר דערויף וואס מיר וועלן אהינצו אנקומען, וועט מען שוין דארט זיין איינגעשטעלט דורך דעם אויבערשטן אליין, מקדש אדנ'כוננו ידיך דער בית-המקדש השלישי, און די אידן וואס וועלן אהינצו אנקומען וועלן מקיים-זיין די וידליקו נרות בחצות קדשך, און ויהי רצון, ובפרט דורך די שליחות פון די מצות צדקה, אז דאס זאל זיין תוקף ומיד נעמא.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions