English
ספרייה
kind
paragraph
order
5u
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז די פרשה פון קרח. וואס אין יעדער ענין, ווי מ'זעט אויך אפילו אין וואכעדיקע זאכן, און לאו דוקא ביי אידן, איז צום סוף פון אן ענין, אין דעם סך הכל פון א זאך, גיט זיך ארויס די עיקר נקודה און די כוונה פון דעם גאנצן ענין, ווי ס'איז אויך אנגעוויזן אין דעם עצן ווארט, אז מ'זאגט אז דאס איז סך הכל, אז דאס קומט נאך דעם הכל, נאך די אלע פרטים וואס מ'האט גערעדט פאר דעם, מאכט מען דערנאך דעם סך-הכל, און דאס שטייט צום סך, אדער אין די לעצטע שורות, עכ'פ אין דעם לעצטן חלק פון דער סדרה, אדער אין דעם לעצטן ענין מיט וועלכן די סדרה איז פארבונדן. וואס דאס איז דאך אין אן אופן פון תורה אור אז די הוראות און די לערנונגען פון תורה זיינען אין א ליכטיקן אופן, זעט מען דאס אזוי אויך בהנוגע צו דער זאך, אז די אנווייזונגען און די לערנונגען פון דעם סיום פון דער סדרה פון פרשה קרח שטייט אין א ליכטיקן אופן און אין א קלארן אופן, בכלל פאר יעדער אידן, על אחת כמה וכמה פאר די וואס דאס איז דאך זיכער בהשגחה פרטית, אפילו אזוי ווייזט זיך אויס, אז זיי האבן דאס אליין אויסגעקליבן בבחירה חפשית, איז טאקע געווען א בחירה ובחרת בחיים, צוזאמען דערמיט איז דאך דאס בהשגחה פרטית, מבואר אין תורת החסידות במיוחד, ווי אזוי יעדער ענין איז אין דער השגחה פרטית, און פון דעם ווארט פון דער בעל שם טוב, איבערגעגעבן פון דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאס נוגע למעלה, ביז אין רצון הכי עליון, אין מחשבה עליונה, על אחת כמה וכמה אז די אלע זאכן זיינען אין א הלכה אין א מער ליכטיקערן אופן און אין א קלארן אופן, בנוגע צו די וואס זיי האבן דעם זכות
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים