עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-5ercfsw7

kind
paragraph
order
I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און על אחת כמה אז זי איז מקיים דעם ציווי אויף מכבד זיין דעם אויבערשטן דורך מקיים זיין זיינע מצוות, אז שוין פון אנהויבס פון חודש אלול, ובפרט נאך אז אין חודש אלול האבן מען דאך שוין דורכגעגאנגען זיבן טעג פון חודש אלול, במילא האט מען שוין א זונטיק וואס איז פארבונדן מיט אלול, און אזוי אויך א מאנטיק און א דינשטיק און א מיטוואך און א דאנערשטיק און א פרייטיק, און זיכער אויך א שבת, וואס זיי זיינען דורכגענומען מיטן רוח און מיטן גייסט און מיט דער ליכטיקייט פון חודש אלול, וואס אלול איז דאך א ראשי-תיבות, אני לדודי ודודי לי, אז דאס איז א גאנצער חודש, וואס אט דעמאלט איז יעדער איד זאגט אז ער געפינט זיך צוזאמען מיט'ן אויבערשטן, און מיטן לשון פון דעם פסוק אני לדודי, און וואס נאך מערער, אז זיין אויפפירונג און איר אויפפירונג אזוי פועל גלייך, אז ס'זאל זיין דער דודי לי אז אזוי פירט זיך אויף דער אויבערשטער מיט יעדערן פון אידישן פאלק,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions