עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

55 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דאך אלעמאל קומט מען דאך להמסקנא פון תורה, אז ”המעשה הוא העיקר” במילא דארף מען דאך וויסן וואס איז דער קיצור ווי רגיל ביים צמח צדק אין די דרושים שלו, אז נאך דערויף ווי ס'איז דא דער אריכות הביאור, מיט די הגהות, מיט מרהי-מקומות וכו האט ער אויך צוגעשטעלט קיצורים,

2וואס דארטן גיט זיך ארויס דער קיצור פון כל האריכות שבפרק שלפני זה, אדער סיב שלפני זה, ביז וואנענט אז ס'איז גאר אויך דא טאקע זעלטן, אבער אויך א קיצור פון א גאנצן דרוש,

3ווי אויך אין ”תורה אור” געפינט מען על דרך זה, על דרך זה איז בכל ענין איז דאך גדון לימוד ”שמביא לידי מעשה” איז דאך די פשטות הדברים בזה איז,

4אז נאך דערויף ווי ס'איז דא דא די אריכות השקלא-וטריא, ”ואלו ואלו דברי אלקים חיים” מוז מען האבן די מסקנא בהנוגע למעשה בפועל, און וואס נאך מערער ”מביא לידי מעשה” זאל קומען דערנאך מעשה בפועל, פון ללמוד זאל דערנאך אויך צוקומען דער וללמוד וואס דאס איז מעשה בפועל פון תלמוד תורה,

5און אויך ולעשות ולקיים בהנוגע צו זיך אליין, און אויך פועל זיין דאס אויך בא די אויף וועלכע ער האט גע'פועל'ט דורך ללמד וואס ער האט מיט זיי מלמד געווען תורה.

6וואס דאס איז דאך אויך פארשטאנדיק ווי אין יעדער ענין על פי הלכה איז דא ענינים שהזמן גרמא, וואס זיי זיינען קודם לשאר הענינים, אע' פי וואס כולם זיינען אין תורה און אין מצוות ומראה אחד ניתנו על דרך זה אויך אין ”הלכות חג בחג”,

7און על דרך זה אין הלכות יו-טוב ביו-טוב און אין ”הלכות חג הגאולה בחג” הגאולה, איז דאך פארשטאנדיק, אז בנוגע לכל לראש איז דאס אויף א התחזקות און אויך ביז להוספה אין תורתו פון בעל הגאולה, ובפרט נאך וואס זיין גאולה איז דאך אויסגעטיילט פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן וכיוצא בזה,

8וואס זי קומט בסמיכות, כאמור לעיל, אז דער ערב פון יום הגאולה איז דער יום ההולדת שלו און יום ההילולא שלו, יום ההסתלקות שלו, וואס דעמאלט שטייט בגלוי ”כל עבודתו אשר עבד כל” משך ימי חייו און דערנאך קומט מען און אריין אין דעם יום הגאולה שלו,

9צוזאמען מיט וואס ער איז ”פועל ישועות בקרב הארץ” דער בעל הגאולה 'בקרב הארץ', עאכו"כ פון תלמידיו און תלמידי תלמידיו, און לומדי תורתו, בפרט נאך אז נוסף על ההתחזקות החלטות טובות אין ממשיך זיין בלימוד תורתו, אויך מוסיף זיין בזה.

10ובפרט נאך אז דא איז דאך אויך לייכטער, מ'זעט דאך אז תורה איז זיך משתדל אויף מסביר זיין אז ”בכל יום יהי' ביניך כחדשים” און דערצו מאנט מען און מ'האפט אז מ'וועט קומען אז ”בכל יום יהי' ביניך חדשים” די אלץ ענינים וואס מ'דארף האבן אויף דערויף א ציבור וההישתדלות,

11בשעת ס'איז אבער דא חדשים ממש איז דאך אויך בהנוגע לעניננו האט זיך אפגעדרוקט מיט א פאר טעג צוריק מתורתו פון דעם בעל הגאולה און בעל יום ההולדת און בעל יום ההילולא, מתורתו, אף על פי וואס דאס איז אין א סדרה וואס איז ניט די סדרה פון ימים אלו, ווי בכלל בתורתו, ובפרט אויך אין דעם ספר,

12איז דאך דארט דא בנו, מכל הסדות ומכל הענינים, ווי בשעת מ'איז טעם מעוראו מ'וועט עפענען דעם ספר און א קוק טאן, איז וועט מען געפינען אן איבעריקע השתדלות אויך מענינו פון שבוע אלי תפרשי שבוע זה,

13אדער מענינים פון הלכות מלאו ולוי וכו צי דאס וועט זיין גלייך אין די ערשטע בלעטלעך אדער שפעטער, דאס איז דא אבער אין 'רחובות הנהר' שלו מכל הענינים אלו.

14וכמדובר כמה פעמים, איז גיט מען בדורנו זה דוקא א ריבוי שפע אין התגלות אין הפצת המעינות, וכידוע דער משל וואס דער אלטער רבי האט מסביר געווען און דורך דערויף אראפגענומען א כפודו מיט א קיטרוג,

15אז דאס איז כדוגמא ווי אן אבן שבכתר המלך, וואס אין דעם אבן הענגט אפ דער גאנצער יוקר און דער יופי פון דעם כתר המלך, און בשעת ס'רעדט זיך וועגן בני יחידי של המלך הייסט דער מלך אליין, לויט דעם מעמד ומצב ווי ער זעט פון בנו יחידו,

16אז מ'זאל פאנאנדעררייען אט דעם אבן יקר, במילא וועט ער ווערן אין פירורים קטנים, לפי שכלו ”של כל אחד ואחד” פון 'אכשור דרא' ביתנהי, וועט ער דאס אויך קענען נעמען אין אן אופן פון ”יחוד נפלא”,

17אן אמת'ער יחוד מיט זיין שכל ווי דאס איז ווערט דאס איין זאך מיט זיין שכל, כמבואר בארוכה אין תניא, ביז ווי דער פשטות, לאחרי אריכות כל הדיבור, אז מ'זאל נעמען אט דעם ספר, אדער לייען דעם ספר, און מוסיף זיין א לימוד אין איינע פון די דרושים פון דעם ספר, ”וכל המרבה הרי זה משובה”.

18זעלבסטפארשטענדליך, אז נאך מער א זמן גרמא איז די דרושים פארבונדן מיט זיין יום הגאולה, וואס בפשטות איז דאס די דרושים וואס ער הויבט אליין אן מיטן פסוק ”פדה בשלום נפשי”,

19וואס ער האט דאס נאך בחייו צוגעגרייט לדפוס און געהייסן אפדרוקן און האט אפגעדרוקט, און ווי ס'רעדט זיך באריכות הביאור, כמדובר לעיל אין דעם ענין פון ”פדה בשלום נפשי” און אריכות הביאור וואס איז די אמת"ע גאולה,

20ביז וואנענט ער פארבינדט כאמור לעיל דער ”תכלית השלימות פון ימות המשיח” מיט די גאולה ווי ס'איז געווען בימיו און די גאולה ווי ס'איז דא יעדער טאג בא יעדער אידן, והא ראי ער זאגט דאך ”ברכת גואל ישראל” בכל יום ויום בתפילתו ושלשה פעמים ביום.

21און בפרט נאך ווי ער זאגט דאך אין תניא, אז לולות וואלט זיך ניט אריינגעמישט די אנדערע ענינים וואס פון גואל אמירת 'גואל ישראל' וואלט געקומען די גאולה האמיתית והשלימה בפשטות,

22וכמדובר בארוכה כמה פעמים.

23על דרך זה אויך איז דאך פארשטאנדיק, אז ”פדו ושלום נפשי מקרב לעיקי ורבים היו עמדי” טייטשט זיך דאך אפ די גמרא, און אראפגעבראכט אין די דרושים,

24וואס התחלתן ”פדה בשלום נפשי” אז דאס מיינט מען דעם ”חוט המשולש” 'העוסק בתורה' און מתפלל אים הציבו וגומל חסדים, 'תורה עבודה' און גמילות חסדים, און די אלע זאכן קומען צוזאמען אין אן אופן אז דאס ווערט א ”חוט המשולש”, איין און איינציקער חוט,

25און אין אים זיינען כלול אט די אלע דריי ענינים, על דרך ווי מ'זאגט אויך ביי הקהל א הקהל איז מען מכהיל און מ'איז מאחד אין א קהל אחד און א ”קהל גדול כל” בני ”ישראל ואחד, כל שבטי ישראל”, און אויך הגור אשר בשלחך, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה,

26וכל זה מתוך שמחה, ובפרט אז די שנה איז דאך דאס א שנת פון תסמך, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז דער ענין הצדקה נאכמער בהכרח לשמח דעם נפש פון דעם עני, מיט א שמחה אמיתית, ביז וואנענט אז מ'וועט ביי אים אראפנעמען, און ס'וועט בלייבן קיין רושים און קיינע שיריים, אפילו על פני המים, פון איזה דאגה שתהי

27עאכו"כ די דאגה פון פרנסתו, אדער פרנסת בני ביתו.

28וכמדובר לעיל, אז אע"פ וואס דער עני האט ווייניקער פון מאסיים זוז, איז דאך לכאורה קען דאך טאר דאך אים משמען זיין און מאכן אים אויך עני דורך א פאר זוז זאגט מען ניין,

29אז ער קען אים געבן בבת אחת ביז הן תועפות, בגאנצן כסף וזהב שבעולם, און ער מעג דאס אים געבן, און יענער מעג דאס נעמען, און דארף דאס געבן ווי יעדער ענין איז כדומה בזה דוקא ”בסבר פנים יפות”,

30און אט דעמאלט האט ער מהקב"ה אויך בסבר פנים יפות כל המסטרך לו, און אויך כפי הישג יד פון דעם נותן פון הקב"ה וואס ”לי הכסף ולי הזהב” ומידו המלאה הפתוחה הקדושה ורחבה וואס דאס איז דאך כולל כל הברכות,

31סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און סיי ברוחניות און סיי בגשמיות ורגשמיות ורוחניות גם יחד פונקט ווי ”אחד שבטי ישראל”, ובכללות נאכאמאל מדגיש זיין די הוספה ”ביתר שאת וביתר עוז” אין די אלע ענינים פארבונדן מיט הקהל און די אלע ענינים פארבונדן מיט תצמח, מיט שמחה, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה.

32וואס דאס איז בכללות די נקודות פון ארויסנעמען פון די התוועדות פון איצטער.

33לכל לראש איז חזקות והוספה בלימוד תורתו פון דעם ”בעל הגאולה, בעל” ההילולא, ובעל פון יום ההולדת, וואס ס'איז דאך היינו הך,

34ביחד ווי ער הויבט זיך אן די דרושים פון ”פדה בשלום” וואס אין זיי איז דאך נכלל אויך דער ענין הצדקה און עבודת התפילה, וואס עבודת התפילה איז דאך דוקא אויך בציבור, אז ס'זאל זיין א קהל,

35ו”ברוב עם הדרת מלך”, ווי מ'זעט אויך אין תפילת הציבור, אז אף על פי וואס ס'איז גענוג אז ס'איז דא עשרה איז אינו דומה, די תפילה פון עשרה אדער מאה אדער אלף אדער ריבוי, ביז די תפילה פון ”חכם הרזים פון ששים ריבוא מישראל”,

36וואס דעמאלט ווערט דאך דאס א תפילה פארבונדן מיט ”חכם הרזים”, קומט אראפ די רזים אין דער תפילתו איז דאך פארשטאנדיק דער גודל העילוי שבזה.

37דערפון אויך פארשטאנדיק אז וואס נעענט ער און מ'קומט צו ששים ריבוא?

38קומט אלץ מערער צו אין דער הכנה צו ”חכם הרזים”, דורך דערויף וואס מ'האט מערער שייכות מיט די רזים, ביז מערער שייכות על כל פנים הבנה והסקה אין קצת פון די רזים.

39ובעיקר כמדובר אין דער נקודה, אז ס'זאל זיין דער ענין פון התחזקות, ובהוספה אין מעשה בפועל, סיי בנוגע צו תורה וואס דאס איז דער ענין זה תורתו פון בעל הגאולה והולדת וההילולא,

40על דרך זה אויך אין עבודת התפילה, וכמסופר מנשיא דורנו בנוגע צו עבודת התפילה פון דעם מיטעלן רבי'ן, אז בשעת ער האט מתפלל געווען איז ניט געווען ניכר קיין תנועות, וביחד עם זה איז דאס געווען אויף אזויפיל אז ס'האט געגאסן שווייס פון דעם שפיצ, פון דעם שטיימל, פון דעם כולש שלו,

41כמבואר אין די סיפורים פון נשיא דורנו.

42ועד דרך זה אויך בנוגע צו אן ענין הצדקה, כמובן מכמה דרושים פון דעם מיטעלן רבי'ן, אויך אין די דרושים פארבונדן מיטן פסוק פון ”פדה בשלום” נוסף וואס די אלע דריי ענינים ”תורה עבודה וגמילות חסדים” זיינען דאך דאס ענינים שעליהם העולם בפשטות עומד וקיים און העולם ”קטן זה האדם” בפשטות עומד וקיים.

43און ווי דער עיקר, כאמור, מעשה הוא העיקר, אז פון די החלטות זאלן גלייך בהקדם הכי אפשרי זאל קומען דער פועל ממש, בכל ענינים אלו.

44וכדי פארבינדן דאס גלייך מיט גשמיות, כמדובר בארוכה כמה פעמים, דעמאלט איז מען זיכערער דאס וועט אראפ בפועל, וועט מען אויך טאן כבפרט נאך אזוי איז דאך אויך דער מנהג התוועדיות כגן אלו,

45אז מ'וועט טייל'ן דערנאך לאחרי מרכה אחרונה, דורך די תמכיסטן ולאחרי הניגונים, בשמחה לכל אחד ואחת א שטר של ממון,

46אז דער סדרה זאל דערנאך אפגעבן, בהוספה מדילי אויף אן ענין של צדקה כפי נדבת לבו וכו על דרך זה אויך, נוסף אויף דאס וואס מ'האט גע'חזר'ט פון די רייד פון דעם בעל הגאולה און פון די נשיאים שלפניו, ביז אויך צו נשיא דורנו, תורה-שבכתב,

47ותורה בפירושו ניתנה פון תורה שבעל-פה, ביחד אויך צו ענין הברכות און ברכה אחרונה וכו,' ובפרט נאך דער ענין פון ”שיבנה בית המקדש במהרה בימינו”,

48וואס דאס איז דאך דער עמוד התפילה, און די אלע דריי ענינים ביחד, וואס זיי קומען דאך אין אן אופן פון יחד, זיי היילן נאכמערער צו און ס'קומט אראפ בפועל דער בנין בית המקדש השלישי, אויך השלישי,

49וואס ער איז דאך דער ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” ו”לא עיקבם אפילו כהרף עין” בזירות הכי גדולה, צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה, אחישנה אין אן אופן פון אחישנה בתוך אחישנה.

50און דערפאר וועט מען אויך לאחרי פון דעם ניגון ההכנה, און דערנאך און ניגון פון די פיר פאלן וואס זיי זיינען דאך כנגד ד' עולמות וואס זיי זיינען כולל כל סדר ההשתלשלות, און דער ניגון שמחה שלאחרי זה,

51וואס מ'איז דאך אים מאחז, און מ'זאגט אז דאס איז דער מיטן רבינ'ס הניגון אויך דער ניגון מלכתחילה אריבער ”שיבנה בית המקדש במהרה בימינו” ממש, און צוזאמען דערנאך אויך די חלוקת לאחרי ברכה אחרונה זאל דאס אויך זיין דער ברכה אחרונה אויפן גלות,

52און אויף מחשבי קיצין און אויף קיצין, כמדובר אין די סעוד בארוכה אין די סעודה שלפני זה, און טאנצן צוזאמען, והקיצו ורננו שוכני עפר פון בעל הגאולה וההילולא ויום ההולדת פון יו' כסלו,

53צוזאמען מיט אביו וואס ער איז געווען זיין מעלה ממקומו פון גאולה פון יו טעס כסלו, ועל דרך זה כל נשיאים הנשיאים ביז נשיא דורנו, און צוזאמען דערמיט-כל בני ובנות ישראל פון עולם האמת ווערט דאס, און די שמות בגופים וכולם ”יחד, קהל גדול ישובו הנה” טאנצנדיקערהייט אין א גאולה פון דעם גלות,

54פון מצטיקן גלות, ו”לא ייכבן, אפילו כהרף עין” גלייך אריינגעצא נצט אין גאולה האמיתית והשלימה, און דער ”קהל גדול” אלע צוזאמען, כמדובר לעיל, ובמהרה בימינו ממש.

55לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions