Paragraph
Paragraph rh-5akfas10
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p9h4cpjh
- order
- 1Y
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בשעת אידן טרעפן זיך אין דער צייט וואו ס'זאל ניט זיין, אין וואס פאר געלעגנהייט ס'זאל ניט זיין, איז דאך דאס די עשרה ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים, און אין זיי גופא איז שוין נאך דערויף ווי ס'איז שוין דורכגעגאנגען דער שבת שבינתיים, שבת תשובה, ישראל עד הוי'אלקיך, וואס איינע פון די אפטייטשן איז, אז אידן האבן שוין געטאן תשובה אין אזא אופן, ביז וואנענט אז הוי'איז געווארן אלקיך אלקיך אין לשון קודש איז אויך דער טייטש, אז דער אויבערשטער ווערט אזוי אנגערופן דערפאר וואס ער גיט כח און חיות און לעבעדיקייט און ענערגיע און הצלחה רבה צו די וואס ווענדן זיך צו אים, וואס דאס איז דאך יעדער איד און אלע אידן, כולם צדיקים א גאנצן יאר, און זיכער דאך אויף א גרעסערטן מאס, בשעת מ'קומט פון חודש אלול, וואס אויף אלול שטייט דאך, אז דעמאלט איז ראשי תיבות אני אלול ראשי תיבות אני לדודי ודודי לי, אז יעדער איד פארבינדט זיך נאך מערער מיטן אויבערשטן, ביז וואנענט אז ער רופט-אן דעם אויבערשטן מיטן נאמען דודי, וואס דודי איז דאך די
- proofread
- 0