English
ספרייה

משיחות ש"פ בהר, ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו

122

מזרזין אלא למזורזיןו, אַז בכל מקום ומקום זאָל מען נאָכמער מוסיף זיין אין מאַכן די אַלע פּאַסיקע הכנות אויף צוזאַ­מענקלייבן וואָס מערער קינדער בל"ג בעומר, אין אַ תהלוכה אָדער מסיבה, בכל מקום ומקום — באופן המתאים ל­מקום זה, אַזוי אַז עס זאָל זיין "ברוב עם הדרת מלך"ז.

און מ'זאָל מיט זיי רעדן וועגן ענינו און אופן הנהגתו פון רשב"י און פון ל"ג בעומר בכלל, און וואָס זיי דאַרפן לער­נען פון דעם אין חיזוק פון זייער לימוד התורה וקיום המצוות.

ובכדי נאָכמער מוסיף זיין אין דעם — איז אַ דבר נכון אַז נוסף לזה וואָס די מורים ומורות, מדריכים ומדריכות וועלן מעורר זיין די קינדער צו משתתף זיין זיך אין די מסיבות וכיו"ב, זאָל יעדער קינד וואָס ווייס שוין וועגן ל"ג בעומר און וועגן אַ מסיבה וכיו"ב וואָס וועט דעמולט פאָרקומען פאַר קינדער — רעדן און מעורר זיין נאָך איין קינד עכ"פ (אַן אינגעלע — נאָך אַן אינגעלע, און אַ מיידעלע — אַ מיידעלע) צו זיך משתתף זיין אין אַ מסיבה וכיו"ב לכבוד שמחת רשב"י.

וואָס דאָס וועט נאָכמער צוגעבן אין דער הצלחה און אין "רב עם הדרת מלך", ווי מ'זעט בפועל, אַז בשעת אַ קינד איז מעורר זיינעם אַ חבר (אָדער אַ מיידעלע — אירע אַ חבר'טע), קענען זיי מערער אויפטאָן ווי בשעת דאָס טוען ערוואַקסענע, אפילו פון די מורים ומורות.

ב. דערביי איז כדאי צוגעבן, אַז אויב ערגעץ­וואו קען מען ניט איינפירן אַ כינוס אָדער אַ תהלוכה פון קינדער בל"ג בעומר, אָדער מ'קען עס ניט טאָן בשלימות, ובאמת איז אפילו אויב מ'טוט עס בשלימות, קען מען אין דעם דאָך אַלעמאָל מוסיף זיין ווייל אין טוב וקדו­שה איז קיין שיעור ניטאָ — זאָל מען אין די טעג לאחרי זה, וועלכע קומען בהמ­שך צו ל"ג בעומר מאַכן (נאָך) אַ כינוס, מסיבה אָדער תהלוכה וכיו"ב, פאַר אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידע­לעך, אַלס המשך צו יום שמחתו של רשב"י בל"ג בעומר.

מובן, אַז מ'זאָל דערביי רעדן וועגן פרשת היום והשבוע (ווען דער כינוס קומט פאָר), אָבער ביחד עם זה זאָל מען דאָס אויך פאַרבינדן מיט ל"ג בעומר און מיט רשב"י, זייענדיק אַ כינוס וואָס קומט אַלס המשך צו ל"ג בעומר.

זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער כינוס וכיו"ב זאָל מען מאַכן באופן המותר לכתחילה (בלי שום ספיקות בדבר) בימי הספירהח — דורך פאַרבינדן דאָס מיט אַ

ספריית ליובאוויטש · chabadlibrary.org

יובא מ: chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · במקור

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-59xd3ygm

עותקים

פעילות אחרונה

עוד לא הוצע כאן תיקון ולא דווחה בעיה.

מקורות