פסקה
פסקה rh-57k5gpvm
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3azb5cqn
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך זעלבסט-פארשטענדיק פון דעם משל, אז דאס באציט זיך, און דאס האט א שייכות ניט נאר צו שרי המלך, נאר אדרבא דער עיקר משל איז גאר אויף די ענפאכע מענטשן וואס זיי געפינען זיך אין פעלד, דערפון אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז ביתר שאת וביתר עוז בנוגע צו קינדער, ווי מ'זעט דאס אויך אין משל, אז בשעת מ'וועט קומען צוגיין צו קינדער און מ'וועט זיי זאגן, אז דער מלך פון זייער מדינהוועט זיך געפינען אין פעלד, און דארט האט יעדערער די מעגלעכקייט אויף צוגיין צו אים, און באקומען פון אים א שמוחל און א געלעגנהייט אויף צושטעלן דעם מלך די בקשה, און ער וועט זיי ער פילן, ווארום דער מלך ווארט אויף דערויף איז דאך פארשטאנדיק, ווי מ'זעט דאס בפשטות אין משל, אז יעדער קינד איז ניט נאר ער וועט דאס טאן, נאר ער וועט דאס טאן מיט דער גרעסטער שמחה, און וועט פארלאזן אלע זיינע אנדערע זאכן כדי צו קענען טרעפן דעם מלך פנים אל פנים, און וועט זיין דערביי פארזיכערט, ווארום דאס האט אנגעזאגט געווארן אין תורת אמת, אז אזוי וועט דאס זיין, אז דער מלך וועט אים אויפנעמען מיט שמחה און מיט א שיינענדיקן פנים, און ער ווארט, אז דער קינד זאל ביי אים בעטן וואס אים פעלט און וואס ער פארלאנגט, און ער וועט דאס מקיים-זיין. און ווי מ'זעט דאס אין משל מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין אריכות, ווי מ'פילט אליין בא זיך, אז ווען מ'קומט צו אייך צוגיין און מ'זאגט יעדערן פון אייך, אז פארלאזט אלע דיינע זאכן, ווארום דו האסט א ספעציעלע געלעגנהייט, מערניט וויאט דעם חודש אין יאר, אויף טרעפן זיך פנים אל פנים מיטן מלך, און זען אים און רעדן מיט אים און באקומען פון אים אלץ וואס דו פארלאנגסט איז פארשטייט מען דאך ווי יעדערער פילט פון אייך, און ווי דאס קומט אראפ דערנאך אין פועל, אין זיין אויפפירונג.
- proofread
- 0