English
ספרייה
kind
paragraph
order
YC
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי אלע ענינים וואס תורה און דער אויבערשטער זאגט טאן, דארף דאס זיין עבדת הוי'אלקיך בשמחה ובטוב לבב, ווי ס'שטייט דאך אין דערויף אויך דער רמז, אז טוב לבב האט צוויי בייז'ן, וואס דאס באווייזט ווי תורה טייטשט אפ, אז אין צוגאב וואס ער טוט אין די אלע ענינים מיט זיין יצר טוב, פועל'ט ער אויך און מאכט איבער זיין דעם צווייטן יצר וואס ער האט, אין חלק השמאלי שבלב, אז ער זאל אויך מסייע-זיין, און ווי גערעדט כמה פעמים, מסייע-זיין ביתר שאת וביתר עוז, ווי מ'זעט דאך אין א זאך, ובפרט ווי ס'זעען דאך בעה'סטות אדער עקרת הבית אדער די וואס גרייטן זיך אין דערויף, אז בשעת מ'נעמט א זאך וואס מלכתחילה איז ניט זיס, און מ'מאכט פון איר א זיס איז דאך און רואה למאכל בני אדם איז די זיסקייט נאך מער געשמאקער ווי א זאך וואס זי איז מלכתחילה געווען באשאפן אין אזא אופן, אז זי האט זיסקייט מצד דער בריאה שלה, על אחת כמה וכמה האט דער אויבערשטער איינגעשטעלט אין דער בריאה, אז בשעת א איד, ער אדער זי, נוצט אויס זיינע מעגליכע קייטן אויף איבערמאכן פון א דבר מר, זאל איבערמאכן א זיסע זאך, זאל די זיסקייט זיין נאך שטארקער און נאך געשנאקער, און אויך פועל זיין, נמשך זיין, הזמן ארוך יותר, ביז וואנענט ער אדער זי וועלן האבן די געלעגנהייט אויף טאן נאך מערער ווי זיי האבן געטאן ביז איצטער, און ווי זיי האבן געטאן אין זמן מתן תורתנו פון שנת תשמ".ט, און די ימי תשלומין שלו, און די פופצן טאג אין חודש ווען ס'איז געווען דער קיימא סיהרא באשלמותא, אין די טעג וואס לאחרי זה, על דרך זה אויך בשעת מ'איז מסיימות א קיצה אין לערנען, איז דאך ווי דערמאנט כמה פעמים, און אויך געשריבן אין די בריוו וואס מ'האט געשיקט אויך בשנה זו, אז אין א גוטער זאך איז ניט שייך קיין ענין
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים