Paragraph
Paragraph rh-54gxc8ah
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wz5arnc6
- order
- 9
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער דרוש איז דאך שוין געדרוקט אין לקוטי תורה די פרטי הדברים שבדבר, און דערנאך איז אויך מבאר געווען אז אין ס'איז געווען דער המשך פון נאך כמה מאמרים, און אויך אנגעוויזן דעם ארט וואו די מאמרים זיינען דערנאך ארויסגעגעבן געווארן לדפוס, דורך דעם צמח צדק, וואס במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק אז ימים האלו נתכון נזכרים ונעשים, אז בשעת ס'קומט די זעלבע קביעות, בפרט נאך אז דאס איז א יאר פון הקביעות, און תסמח און תסמח איז דאך דאס די ענינים ביתר שאת וביתר עוז, סיי דער נזכרים און אויך בהנוגע צו דעם נעשים. וואס דאס איז אויך דער ועכי יתן אל לבו די ערשטע זאך, וואס יתהון אל לבו בהנוגע למעשה בפועל בנוגע צו דעם פרייטאג, קודם הדלקת הנרות, ויש לומר על דרך זה אין די זמנים ווי ס'איז אנגעוויזן ווען מ'האט גערעדט דעמאלט די מאמרים יעדערן אין זמן שלו, וואס דאס איז דאך זיכער זמן המיוחד שלו, איז דאס אויך נזכרים ונעשים בשעת ס'איז די קביעות ווי דעמאלט איז געווען, על אחת כמה וכמה ביתר שאת וביתר עוז, ווען דאס איז, כאמור, אז שנת פון הכל האנשים ואנשים וטף וואס דאס איז דאך אויך מעוד ווי ס'איז געווען אין דעם מנין בני ישראל, וואס וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין במדבר, אז מ'זאגט דעם מנין טאקע מבן עשרים שנה אבער דערנאך איז אויך געווען דער מנין פון שבט לוי בבן חודש ומעלה, און במיוחד נאך ווי תורה שבעל פה איז דערנאך מסביר, אז כל אחד ואחד, לא שבט לוי בלבד, נאר כל אחד ואחד קען ער ווערן אין דער דרגא פון שבט לוי, ביז אין א כהן גדול, קודש הקדשים, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז דאס האט אט א שייכות
- proofread
- 0