פסקה
פסקה rh-54cv7ee1
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-2bg3dpnz
- order
- f
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ועד כדי כך, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן קטנים וקטני-קטנים איז מען שוין אויך מחנך, ניט נאר בנוגע צו כבד את אביך ואת אמך אדער כיוצא בזה, אכילת כשרות וכיוצא בזה, מ'איז זיי אויך מחנך, ואדרבא דערפון הויבט זיך גאר אן דער עיקר חינוך אין ענינים של תפילה, וואס אין די ענינים של תפילה איז אויך דא אזוינע תפילות וואס במקום קרבן התמיד תקנום וכיוצא בזה, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז תורת אמת זאגט מ'זאל זיך דערמיט פארנעמען און אויף אזא אופן מחנך זיין איז דאס גופא מכריח צו זאגן, אז דאס איז ביכלתו של קטנים וביכלתם של קטני קטנים, ואין הדבר תלוי מערניט ווי אין דעם מחנך ער זאל געפינען די אותיות ווי אזוי ביי אים עפענען און צו אים צוברענגען, אין אזא מין סגנון און מיט אזא מין לשון, אז דאס זאל זיין לפי שכלו והבנתו אין דעם גילה אין וועלכן ער געפינט זיך איצטער, בשעת ער דארף מיט אים רעדן און דארף אים איצטער מחנך זיין.
- proofread
- 0