English
ספרייה
kind
paragraph
order
d
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויך אין אתערותא דלתתא מאנט מען, אז ער וועל אויך האבן אין זיך דער ענין פון מוסיף מיום ליום, און פועל'ט אזוי אויך בכל ביתו, וואס בכללות איז דאך דאס כל עם ישראל זיינען דאך בני בית פון יעדער אידן, ווארום ס'איז דאך אן עם אחד ואב אחד לכולנו, כמדובר כמה פעמים, מאנט ער אויך בא יעדערן פון זיי אויף, אז בא יעדערן פון זיי זאל אויך זיין הולך ומוסיף ואור מיום ליום במשך כל השנה כולה, און הולך ומוסיף ואור אויך אין אן אופן ניט דער זעלבער אור, נאר דער זעלבער אור, און דערצו קומט-צו נאך אן אור און נאך אן אור און נאך אן אור און נאך אן אור, וואס בשעת ס'קומט-צו אין ענינים של קדושה נאך אן אור מאכט ער אויך א שינוי אין דעם אור וואס איז געווען אויך פון א טאג פריער לפני זה, דובר כמה פעמים, אסתכל באורייתא, איז אזוי פירט זיך אויך אין וועלט זאכן ביי א אידן, אז בשעת מ'גיט א קוק אין תורה, אז בשעת ביי אים קומט צו א ידיעה נאך אין אן ענין שבתורה קומט ביי אים צו א ידיעה בכל ענינים פון תורה וואס ער האט שוין געוואוסט פאר דערויף, וויבאלד אז ער האט נאך א ידיעה און נאך א ידיעה, ועצת ס'קען אויך אין דערויף זיין אן אופן שבלי גבול, וואס אף על פי וואס ווי איז שייך זאגט אין א שכל פון א בן אדם בלי גבול, איז דאך אבער זעט מען דאך בפשטות אין ענינים אין שכל, אז ביי אים ווערט נתחדש א סברא און א שכל וואס דאס איז אינגאנצן שלא בערך צו זיינע ידיעות אין שכל שלפני זה, אדער על כל פנים א נייע סברא וואס אין בדוגמת האט ער ביז איצטער ניט געהאט, וביחד עם זה איז דאס אויך פועל, אז דאס קומט א נייע באלייכטונג און א נייע השכלה והסברה אין די אלע שכלים און סברות וואס ער האט געהאט פאר דעם, ביז וואנענט אויך אין אן אופן שלא בערך, און אויך אין אזא אופן, אז די סברא וואס איז ביי אים צוגעקומען גיט אויך א מעגלעכקייט אז דערנאך זאל אויך זיין,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים