עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

35 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס לכאורה איז נאך אויך עורש ביאור אט דאס וואס מיט הונדערט אכט און זעכציק יאר צוריק איז געווען די גאולה, מיט די אלע פרטים ווי ס'ווערן דערציילט די פרטי המאסר והגאולה שלאחרי זה והתוצאות,

2ס'איז דאך אבער דורכגעגאנגען אזויפיל יארן, איז דאך לכאורה ניטא קיין ארט אין שכל אז מ'זאל דאס איבערלעבן ”בכל שנה ושנה” אין אזא מין אופן.

3וואס בדוגמת זה איז דאך אויך די שאלה, אויף די אלע ענינים ”מועדי השנה אין” די צייטן אין יאר וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מאורעות מיט פאסירונגען וואס זיינען געווען א סך יארן פאר דעם,

4איז אין די ענינים וואס מענטשן האבן אפגערעדט צווישן זיך אין אן אופן הסכמי, איז קיין קשיא ניט וואס מ'וויל מערניט ווי דערמאנען, ס'איז אבער ניט קיין ראי' און א הוכחה, אז ס'מוז זיין איבערלעבט אין אזא אופן ווי דאס איז געווען דעם ערשטן מאל, אדער ווייניקסטנס ”מעין זה ובדומה” לזה,

5אט די מועדים אבער וואס זיי זיינען ניט הסכמים, וואס מענטשן האבן זיך צוזאמענגערעדט, מאיזה טעם שיהי', נאר דאס איז על פי התורה והמצוה, וואס תורה ווערט דאך אנגערופן ”תורת אמת”, איז אז זי פארלאנגט אן ענין ביי א אידן, איז ניט זי פארלאנגט ער זאל טאן כאילו ווי ס'וואלט געווען אמת,

6נאר וויבאלד אז זי פארלאנגט דאס איז א סימן אז די זאך מצד עצמה איז אמת, נאר ער דארף טאן זיין חלק אז ביי אים זאל דאס ווערן א חלק פון זיין איבערלעבן.

7אבער אויב ער וועט נאר טאן התלוי בו וואס הענגט אפ אן אים וועט דאס דעמאלט ווערן על דרך ווי מ'זאגט בא מתן תורה, וואס דעמאלט איז געגעבן געווארן כללות התורה והמצוה,

8אז ס'ווערט פארלאנגט פון א אידן ווען ער לערנט תורה איצטער, צי אפילו אז ער געפינט זיך טויזנטער יארן נאך דעם מתן-תורה טאג, און געפינט זיך ניט אין יענעם ארט, און אין אן ארט וואס איז לגמרי היפך בכל הפרטים פון מדבר סיני, פארלאנגט פון אים ”תורת אמת”,

9אז מה להלן בשעת מתן תורה אז ער האט באקומען די תורה, איז דאס געווען ”באימה וביראה וברתת ובזיע” אט אזוי איז אף כאן, אז ער לערנט תורה כאן איצטער, אין דעם זמן און דעם מקום, דארף דאס אויך זיין מיט אלע פרטים ווי ס'איז געווען דעמאלט, און ווי די גמרא רעכנט זיי אויס ”באימה וביראה וברתת ובזיע”

10וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז אזוי ווי דאס איז אין כללות התורה ומתן תורה, אט אזוי איז דאס אויך ”אין פרטי התורה”, וואס יעדער פרט פון ”תורת אמת” מוז דאך אויך זיין כולו אמת.

11וואס אזוי ווי דאס איז בהנוגע צו די ימים טובים הכתובים בתורת שבכתב אדער האמורים בתורת שבעל פה אט אזוי איז דאס אויך אין א יום שנעשה בין נס לרבו, ועאכו אט כמה ו”כמה לנשיא בו” פון כל ישראל,

12ועאכו אט כמה וכמה וואס די תוצאות פון דער גאולה איז דאס דא ניכר בכל מקום ובכל זמן, וואס דעמאלט על פי תורה דארף מען דאס קובע זיין,

13כלשון הידוע פון דעם בעל השמחה, אין פאר א מאיד תמידי בכל ישראל איז דאך דאס, וויבאלד אז דאס איז א פארלאנג פון ”תורת אמת”, איז א סימן אז דאס קען דורכגעפירט ווערן על ”ידי כל אחד ואחד”, דערפאר וואס דער אמת איז אזוי.

14וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ס'איז דא דער ענין המניעות והעיכובים על דרך וואס ס'איז דעמאלט געווען, ווארום ס'איז דאך ”לפום צערא אגרא” כדי ס'זאל זיין די שמחת הגאולה בי א שמחה, דארף דאס קומען כ”יתרון האור מתוך החושך” אט אזוי איז אויך איצטער,

15אף על פי וואס דעמאלט איז דאך געווען די גאולה און פסק דין בית דין שלמעלה, אז ס'וועט זיין ידם על העליונה, ווי אפגעדרוקט בארוכה אין די רשימות פון רבי'ן, פון דעם נשיא, איז אף על פי כן,

16”לכל אחד ואחד” בענינו קומען צוגיין כמה סיבות און ענינים פון וועלט, און כמה סיבות והעלמות והסתרים ביי אים אליין, און שטעלן זיך אנטקעגן און ווילן אים מונע זיין און שטערן פון ניט מקיים זיין די הפצת היהדות בכלל, און הפצת המעינות בפרט,

17מיט פארשידענע ערליי מלשינות, על דרך ווי ס'איז דעמאלט געווען.

18וואס דערפאר איז בשעת ער פילט בא זיך אליין, ווי אזוי ניט אלעמאל קומט אים אן לייכט צו טאן ענינים וואס ער אליין ווייסט אז ער דארף טאן, על אחת כמה וכמה אז ער האט שוועריקייטן צו ממלא זיין אן ענין וואס א צווייטער זאגט אים אז ער דארף דאס טאן, און ער אליין האט נאך ניט דעם געפיל,

19און ער וויל ניט אננעמען די שליחות כל זמן ער וועט דאס אינגאנצן ניט פארשטיין בשכלו, און כל זמן ער וועט ניט האבן דעם גאנצן געפיל בלבוי מיט זיין הארצן, און דעמאלט וועט ער ערשט אנהויבן מקיים זיין די שליחות, און דערוויילע קען חרב ווערן רחמנא ליצלן א איד אדער א משפחה בישראל אדער א גאנצע סביבה בישראל.

20וואס דאס איז אין אנדערע ווערטער, אז מ'נעמט זיין נפש אלקית און מ'זעצט איר אריין אין א בית האסורים, אז זי קען זיך ניט רירן פון ארט, ווארום דער נפ איז אויף איר געווארן בעל-הבית און לאזט איר ניט ארויס טאן ווי ביי איר קומט אויס,

21און אט דא דארף ער האבן אט די גאולה, אז ס'זאל זיין כהפלא ”הוי' לעשות עמנו” ווי דער אלטער רבי שרייבט אין אגרת הקודש שלו בנוגע צו דער גאולה, ביז וואנענט אז ”ראו כל אפסי ארץ” און אלע זיינען מודה אז מ'ברעכט-דורך דעם טבע און מ'גייט ארויס לחפשי כדי צו מפיץ זיין תורה ומצוותי',

22נאר אויף דערויף ווערט פון אים פארלאנגט די עבודה, אז ער זאל זיך ניט לאזן אפנארן, אז די העלמות ואת תורים און דער 'נפש הבהמית' איז דאס זיין אמת"ע ריח, און די שליחות אויף מפיץ זיין תורה ומצוות איז דאס קומט א שליחות פון א צווייטן, נאר די מציאות איז א פארקערטער.

23ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות גורש'ן, אז יעדער איד, אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט זיין, וויל ער מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, וואס איינע פון די גרעסטע מצוות פון תורה איז דאך 'כלל גדול בתורה' איז ”ואהבת לרעך כמוך”, אז אט דאס אלץ וואס ער ווייס וועגן תורה ומצוות, דארף ער זען אז יעדער איד,

24זאל וויסן לכל הפחות אזויפיל וויפל ער ווייס, און וויבאלד אז די מצוה גייט דאס אויף כל אחד ואחד בישראל, ביז הגדולים שבהם,

25דארפן זיי דאך זען אז ס'זאל זיין דער כמוך אז זייער ידיעה בתורה, און דער הידור בקיום המצוה זאל אנקומען לכל אחד ואחד בישראל, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער ו”מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים”.

26סיי קטנם און סיי גדולם, ווי ער רעכנט אויס אין דער נבואה, ”למקטנם ועד גדולם”.

27און אט דעמאלט, אז ער זעט דעם אמת, אז ער איז א ”בן אברהם יצחק ויעקב”, וואס זייער התחלה איז גלייך געווען פון אחד הי' אברהם ווי חמונה ז ל טייטשן אפ, אז כל העולם כולו איז געווען מצד אחד און ער איז געווען מצד השני איין און איינציקער אנטקעגן דער גאנצער וועלט,

28און ער איז ניט נאר ניט נתפעל געווארן פאר דער וועלט, נאר ער איז אוועקגעגאנגען אין וועלט ”ויקרא שם בשם הוי'א-ל עולם” אז ער איז געגאנגען אין וועלט און האט איבערגעמאכט, ווי די גמרא זאגט ”אל תקרי ויקרא אלא ויקרי” דורך זיין ויקרא איז דאס געווען ווי דער שלא טייטשט אפ,

29אז אל תקרי איז ניט דער פשט אז ס'בלייבט מערניט ווי איין אפטייטש, נאר ס'איז דא ביידע אז דורך דעם ויקרא שם אברהם האט ער אזוי גערופן און אזוי אויסגעשריען, ביז וואנענט אז ס'איז געווארן ויקריא אז וועלט האט אנגעהויבן שרייען א-א-ל עולם אז די וועלט איז באשאפן פון דעם אויבערשטן ביז אין אן אופן וואס ”אין עוד מלבדו”.

30און אט דאס איז בן אברהם איז א בן איז דאך יורש און נעמט איבער אינגאנצן, ביז ווי די גמרא זאגט אז בבא בתרא אז דאס איז די מציאות של מורישו, דאס איז די זעלבע מציאות וואס ס'איז געווען פריער ער ווערט די מציאות פון אברהם'ן, אז ער ווערט ניט נתפעל פאר דער גאנצער וועלט, אפילו אז אים ווייזט זיך אויס אז כל העולם כולו איז מצד השנים.

31און דעמאלט על דרך זה איז אויך בהנוגע צו יצחק ויעקב, וואס מעשה אבות איז שימו לבנים.

32וואס אט דעמאלט האט ער אויך די הצלחה, אז אזוי ווי ביי אברהם'ן איז דאך געווען טאקע התחלתה אין אן אופן וואס ס'איז געווען ”כל העולם כולו מצד שני”, איז דאך דערנאך ווי ער דערציילט אין חומש האט מען אים געמאכט פאר מלך עליהם,

33ביז וואנענט ווי ער זאגט אין נבואת יחזקאל, אז ”אחד הי' אברהם וירש זרעו את כל הארץ” אז דורך אט די הנהגה איז אט דעמאלט פועל"ט מען אויף ”וירח זרעו את כל הארץ” אז מ'נעמט פריער איין דעם אייגענעם ארץ,

34די 'רמ"ח אברים' 'ושסה גידים' דמיר ”קטנה זה הגוף”, און דערנאך נעמט מען איין דעם חלקו בעולם, אז ער וועלט באלעבאס אויף די זאכן אין וועלט וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אים, ביז וואנענט אז ס'ווערט מקויים די נבואה כפשוטה,

35”וירח זרעו את כל הארץ” אז אידן נעמען איין גאנץ ארץ ישראל, בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions