Paragraph
Paragraph rh-503gdmrw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-gm9b4a42
- order
- QZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מדינות, און חוץ לארץ איז מערער ממדינות, און אין מדינות ישראל אין ארץ-ישראל במיוחד, וועט דעמאלט זיין ניט קהלית יעקב, נאר קהלת יעקב. און אין דערויף באשטייט די אפענונג פון יעדערן פון אייך און פון יעדערן פון אונז, אז תוכף ומיד קומט די צייט, אז ס'ווערט אן איין און איינציקע קהילה, אין אן איין און איינציקע לאנד, אין ארץ ישראל, און אין ארץ ישראל בפרט אין ימי הסוכות, וואס דעמאלט האט מען דאך געדארפט יעדער איד עולה זיין אין בית-המקדש און ברענגען דארט קרבנות, און קרבנות שמחה, שלמי שמחה, און דערנאך אויך איז האבן די שמחה ער זאל אים דורכנעמען אינגאנצן, צוזאמען מיט אלע זיינע ברידער און שוועסטער און די עלטערן און זיידעס ובאבעס, און דורכנעמען זיי אלעמען צוזאמען, אז בשעת מ'טאנצט צוזאמען איז דאס אן איין און איינציקער טאנץ, און דער טאנץ איז פארבונדן מיט דעם מחול וואס עתיד הקב,"ה לעשות מחול לצדיקים ועמך כולם צדיקים אין דעם גרויסן טאנץ וואס דער אויבערשטער וועט שטיין באמצע, און אלע אידן וועלן טאנצן ארום דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט טאנצן
- proofread
- 0