עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4zjzcta1

kind
paragraph
order
kV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ענין, א הנהגה חדשה, ביז אין אן אופן אז זי ווערט אנגערופן הנהגה ניסית, דרך די הנהגה וואס ער האט געהאט מיט א טאג פאר דעם, אף על פי וואס אויך דעמאלט איז שוין געווען עשרת ימי תשובה און אין די שנת נסים, שנת נס, און ווי נתפרט און נתפרסם, אז מ'זאגט דערביי ניט נס לשון יחיד, נאר ניסים לשון רבים, מיינענדיק דער עיקר נס, א גאולה האמיתית והשלימה, אבער ביז דעמאלט און נאך דעמאלט איז דאך דא א ריבוי ניסים, וואס בשעת יעדער איד טוט אין זיינע הנהגות סיי אין מחשבה און סיי אין דיבור און סיי אין מעשה, אז ער שטעלט זיך אוועק און הויבט אויף זיין מחשבה ודיבור ומעשה, אלע דריי ענינים וואס זיי זיינען אויך פארבונדן מיט די דריי ענינים פון דעם ראשי-תיבות, פון חנה וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט על-דרך החילוק פון מחשבה דיבור ומעשה, און ס'ווערט אויך והוא העיקר, ובפרט אז מ'איז דאס מקשר מיט צדקה, אז אין צדקה גופא איז דאך אויך אז ער גיט צדקה צו דעם וואס דארף דערצו אנקומען, איז אט דעמאלט נוצט דאס דער מקבל הצדקה
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions