Paragraph
Paragraph rh-4xnqjp61
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- 1V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ווען דערצו קומט נאך צו, מיט תנאים מיוחרים, אז דאס איז א ספעציעלער יאר, אדער א ספעציעלע התחלה פון יאר, וכיו'בזה, אט דעמאלט קומט צו אין די אלע ענינים נאכמער ענינים של חידוש, ביז וואנענט אז דער חידוש קען גאר זיין מערער משפיע ווי די ענינים הרגילים פון תמידין כסדרן פון יעדער יאר, און דא האט א גרעסערע השפעה די נייע זאך וואס איז פארבונדן דוקא מיט דעם יאר וואס איז ניט געווען פאראיארן, און מ'ערווארט דאס אויך ניט דעם יאר וואס ס'וועט דארף זיין, איז דוקא דאס ווערט דער כח המשפיע, דאס ווערט די אפלערנונג און דאס וואס איז משפיע, בעיקר אויף די הנהגה וואס הויבט זיך אן מחדש גלייך נאך חודש תשרי, וכמדובר כמה פעמים, און ווי יעדערער פילט דאס אויך אין זיין פערזענלעכן לעבן. וואס דאס איז, ווי דערמאנט פריער, אין אלגעמיין יעדער ראש השנה, יעדער התחלה פון יאר, און אויך בא יעדער ספעציעלן יאר, דערנאך איז דאך דא ענדערונגן פון איינעם ביזן צווייטן, בנוגע צו די תנאים פון זייער פריוואטן לעבן, וואס אין דערויף איז דאך אויך ניט גלייך דער לעבן פון יעדערן צו דעם לעבן פון א צווייטן וכיוצא בזה, ווי מ'זעט דאס אויך בפירוש בגלוי, און צוזאמען דערמיט האט מען אויף דערויף אויך די הוראה פון דעם בעשמ-טוב איבערגעגעבן, ובארוכה מערערע מאל, נשיא דורנו דעם רבי'ן פון רבי'ן דעם שווער, אז אויך פון יעדער ענין פרטי, וואס האט געטראפן מערניט ווי ביי אים אליין, און מערניט ווי ניט גאר אפן, אדער פארקערט, גאר זעלטן איז דארף ער אפלערנען א הוראה, ניט נאר א הוראה אין א זעלטענעם פאל, נאר ער קען דער פון אויך ארויסנעמען
- proofread
- 0