עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

105 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וכאורה דארף מען האבן א ביאור אויף דעם מאמר חז"ל, וואס ער זאגט אז דאס איז א געוואלדיקער אויפטו ביז אז דאס איז ”כאילו פדעני לי ולבני מבין אומות העולם” דאס הייסט, אז אפילו אז דער מעמד ומצב מצד ענינים כמה וכמה וואס האבן געבראכט אז לי ולבני געפינען זיך בין אומות העולם,

2איז האט א איד בכח, וואס דאס רעדט זיך דאך וועגן א יחיד, כל העוסק אז ער איז זיך עוסק שטייט דאס בלשון יחיד, איז אפילו א יחיד, אויב ער טוט דאס בתוך הרבים איז דער זכות פון זיין פעולה טוט-אויף אן ענין וואס איז נוגע צו דעם גאנצן רבים אין וועלכן ער געפינט זיך,

3ביז צו אלע אידן בכל מקום שהם לבני ביז אפילו כביכול צו ”שכינתא בגלותא” לי ולבני וואס געפינען זיך ביז דער פעולה זיינער בין אומות העולם,

4און אין אן אופן וואס מ'דארף אויף דערויף האבן פדואנים, דאס הייסט ניט אין א מעמד ומצב פון חרות, נאר אין א מעמד ומצב פון גלות, און דורך די פעולה וזכות היחיד,

5אויב ער פארנעמט זיך מיט תורה וגמילות חסדים און מתפלל אים הציבור איז ניט מ'דארף אנקומען צו דעם זכות פון דעם גאנצן ציבור, נאר דורך דערויף וואס ער טוט-אויף ווי איינער טוט בתוך הציבור איז גענוג דער זכות פון דער פעולה פון דעם ”עוסק לשון יחיד”.

6און אין וואס זאגט מען, אין וואס דארף דאס זיין?

7אז דאס איז אין תורה און גמילות חסדים ומתפלל אים הציבור.

8וואס לכאורה איז ניט פארשטאנדיק וואס איז דא דער חידוש.

9דאס איז אן ענין וואס יעדער איד איז מחוייב בכל יום, סיי דער ענין פון תורה, סיי דער ענין פון מתפלל תפילה, סיי דער ענין פון גמילות חסדים, און ניט נאר ער איז מחוייב ס'איז רובע דרובע טוען דאס מידי יום ביומו!

10און דאס איז ניט פארבונדן מיט נסיונות, אפילו ניט מיט ספעציעלע שוועריקייטן, ביז וואנענט ווי מ'זאגט דאס אויך במוחש, אז ס'איז זעלבסט-פארשטענדיק ניט גלייך די כוונות פון איינעם פון דעם צווייטן און די התלהבות מיטן חיות וכו,'

11אבער וועגן דערויף דערמאנט זיך ניט אין דעם מאמר חז.

12אויב ס'וואלט געווען פארבונדן מיט א התלהבות מיוחדת, מיט כוונות מיוחדות, מיט חיות במיוחד אויב אזוי קומט דאך אויס אז ”עיקר חסר מן” המאמר ס'שטייט די ענינים וואס מ'זעט דאס מידי יום ביומו,

13און אויב מ'זאל אזוי זאגן איז ניט דאס ברענגט ארויס דעם ”כאילו פדואני” און דער עיקר איז זאגט ער ניט אין דעם מאמר חז.

14מוז מען זאגן, אז דא איז דער אויפטו, אט דאס וואס ער איז מקיים תורה וגמוך ותפילה ומתפלל, איז דאס איז ניט מספיק ”כאילו פדואני” וואס דארף מען האבן?

15מ'דארף האבן אז דאס זאל זיין אין אן אופן ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן ניט כל המקיים תורה וגמוך וגמילות חסדים נאר ”כל העסק בתורה וגמוך וגמילות חסדים”.

16אין דעם ווארט העסק אט דא ליגט דער אויפטו מיט דער הוספה אויף קיום התורה וגמילות חסדים, ענין הצדקה און ענין התפילה, וואס דורך דערויף וואס דאס איז אין אן אופן פון עסק אט דאס טראגט ארויס איז מגלה ביז וואנענט ”כאילו פד אני לי ולבני מבין אומות העולם”.

17וואס טוט אויף דער ווארט העוסק איז ווי כידוע די שיחות פון רבותינו נשיאינו, אז דאס איז בדוגמא ווי דאס איז אן עוסק בפשטות.

18על דרך ווי מ'זאגט אויף כל הענינים שמלמעלה, ביז דער ענין פון ספירת עליונות איז מבשרי אשה אלוקה כדי צו האבן א השגה אין אלקות הויבט מען דאס אן פון התבוננות מבשרי, ביז וואנענט אז דערפאר, דורך וואס קען מען האבן א השגה אין יד ה,

19אין עיני ה, אין עזין ה ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ די תוארים גלייך אין הלכות יסודי התורה?

20איז דאך דאס בדוגמא דורך דערויף וואס מ'פארגלייכט דאס און מ'זעט די פעולה פון יד כפשוטה און אוזן כפשוטה און עין כפשוטה דא למטה, בלשון חז זל ”דיברה תורה כלשון בני אדם” טאקע אז מ'זאגט אז דאס איז ”כדי לשבר את” העזר, מ'האט קיין ברירה ניט, מ'מוז דאס אים געבן צו פארשטיין,

21במילא דארף ער גלייך וויסן אז דאס איז להבדיל, לאלף אלפי הבדלות ביז אין קץ, אבער אף על פי כן איז אט די פעולה פון השגחה ווערט אנגערופן בשם ”עיני ה' המה משוטטים בכל הארץ” כדי בשעת ער וועט א קוק-טאן וואס טוט זיך מיט זיין מיט א יניים כפשוטו,

22זעען זיי וואס ס'טוט זיך אין א מקום רחוק, און ער זעט אויך, כדי דערנאך קען ער ארויסבאקומען די תוצאות ווי ער דארף דאס פירן, ווי דאס ווירקט אויף אים וכו על דרך זה די השגחה שמלמעלה ווערט דאס אנגערופן בשם עינים כדי צו מסביר זיין ווי דאס איז למעלה ווייס מען דאס פון למטה.

23וואס על דרך זה איז דאס בכל הענינים.

24על דרך זה אז מ'זאגט כל העסק אין ענינים של תורה ומצוות, איז כדי צו פארשטיין וואס מ'מיינט דערביי איז לערנט מען דאס אפ פון דעם ענין צו העסק כפשוטו.

25וואס איז דער ענין העסק כפשוטו?

26איז דער ענין העסק כפשוטו איז, אז דאס איז אן ענין וואס ער טוט דאס, ניט צוליב דער טירחא נאר ער טוט דאס דערפאר וואס ער ווייס, אז דורך דערויף וועט ער צוקומען צו א גרעסערע זאך.

27בשעת ער האט אן עסק, איז ניט אין וואס קאכט ער זיך, אז וואס מער ער הארעווען מצד דער הארעוואניע אין זיין מסחר אדער אן אנדער עסק וואס ער האט בעולמו,

28וואס דא איז דאך ”כולל כל עניני” עסק, איז דאך די כוונה אין דערויף איז, אז ער זאל באקומען א ריווח.

29דער ריווח איז ניט ווי די גמרא זאגט, אז בשעת ער לייגט אריין א זוז און נעמט ארויס א זוז תגרי עיקרי בתמי ניט דאס איז אן ענין פון אותו.

30אז ער לייגט אריין א זוז דארף ער ארויסנעמען מערער, אט דעמאלט ווערט דאס אנגערופן בשם אותו.

31א צווייטער ענין איז דא, ווי מ'זעט אין טבע בני אדם, וכמודגש אין די כמה שיחות, בשעת ער האט א שטעלע איז אט דעמאלט קוקט ער אויפן זייגער, ער האט גענומען א שטעלע,

32במילא ווייס ער אז ער האט זיך מתחייב געווען שכיר יום און שכיר לילה, איז שכיר יום עבודתו ביום און ”שכיר לילה עבודתו בלילה”, אז ס'פארגייט די זון איז ”יוצא אדם לפעלו ולעבודתו עד דערב” מער האט ער מיטן ענין ניט צו טאן,

33אט דאס וואס ער גייט ארויס לפעלו איז דאס אויך כדי צוליב דעם ריווח, צוליב דעם שכר, אבער וויבאלד אז דאס איז ניט קיין עסק, דאס איז אן ענין פון א שכיר יום, א שכיר לילה, איז אט דעמאלט איז דער ענין 'מצד עצמו' בכלל איז אים ניט נוגע, ניט נאר ניט נוגע ווי גערעדט פריער ער וויל האבן ריווח,

34אים איז אין דעם ריווח גופא ארויסקריגן איז ער א מוגבל אין זמן.

35ער האט לכתחילה אויף זיך גענומען די הגבלה, אז דאס איז לא שעת היום בהשכיר יום, לא שעת הלילה בהשכיר לילה, אויף צוגעטאן אויפן זייגער אז ס'איז געווארן ערב הארט ער מיט וואס ס'טוט זיך ער גייט אוועק צו זיך אהם.

36בשעת אבער דאס רעדט זיך וועגן אן ענגענעם עסק, איז אט דעמאלט, אפילו ווען די כלי דארף ער שליסן צו דעם אפיס וכיוצא בזה, און ער מוז אוועקגיין א היים דערפאר וואס ער האט ניט קיין קונים,

37ער האט ניט קיין מוכרים וכו איז זיצנדיק אין דער היים בשעת אכילתו און שתייתו, און אפילו אין שלאפן, חלומט זיך אים דער עוסק צי דאס גייט גוט, און ווי אזוי מ'קען מאכן דעם עוסק ער זאל גיין נאך בעסער, ער דארף זיך ערלייגט זיך שלאפן כדי אויפשטיין מיט ארויסגערוטע קאפ.

38וויבאלד אבער אז הרהורי לבו במשך היום איז געווען אינגאנצן אין עניני עסק, ווארום עשוי ומתנו באמונה איז אט דעמאלט מראין לו מהרהורי לבו אין די חלומות הלילה.

39על אחת כמה וכמה בשעת אכילתו ושתייתו וואס אט דעמאלט איז דער שכל ביי אים וואך, איז לכאורה, אז איינעטער וועט אויף אים א קוק טור מבחוץ זעט ער אז ער איז אוכל ושותה ווי א צווייטער, בשעת ער וועט זיך אבער איינקוקן אויף קוי פניו, אויפן אויסדרוק פון זיין פנים, וועט ער זען אז ער וועט צו טראגן.

40וואס ביסטו צו טראגן? דו עסט דיין סעודה פונקט ווי אן אנדערער, בשעת ער וועט ביי אים פרעגן און ער וועט אים וועלן דערציילן דערציילט ער אים, אז אויב ער האט אן עסק, און דער עסק גייט טאקע גוץ, קען אבער גיין נאך בעסער, איז אפילו בשעת האכילה און שתי' טראכט ער, אז אזוי קען ער מאכן דעם עסק בעסער.

41דאס הייסט, אז נוסף אויף די כוונה כללית וואס ער האט דעם ענין הריווח איז דערנאך ווערט ער אן אנדער מענטש במשך כל שעות היממה.

42אלע רגעים פון דעם טאג איז ניכר אין אים, אויב ער איז אן עוסק ווי ס'דארף צו זיין, אן עוסק מיט א ו ווי ס'דארף צו זיין, איז בכל ”עניניו, באכילתו ובשתייתו ובטיולו” מתאמו ומתנו,

43ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די צען ענינים איז ניכר אז דאס איז א בעל עסק פון דעם עסק פלוני, וואס איצטער געפינט ער זיך אין אזא מעמד ומצב.

44דערפון איז פארשטאנדיק נאך א ענין, וויבאלד אז די גמרא זאגט דאס אין נגלה דתורה, איז נוסף על האמור לעיל, אז דאס איז ניט מוכרח דוקא צו איינעם וואס ער איז שייך צו כוונות גדולות, אדער צו איינעם וואס ער איז שייך צו א התלהבות הכי גדולה,

45אבער אנדערע קענען דערצו ניט דערגרייכן וויבאלד אז דאס שטייט אין נגלה דתורה, איז אט די צו וועלכע ס'איז שייך נגלה דתורה, בפרט נאך אז דאס איז אראפגעבראכט געווארן אין עין יעקב, וואס ווי מ'זעט במוחש, איז צו לימוד פון עין יעקב זיינען שייך אלע אידן.

46אז מ'רעדט וועגן א לימוד פון שולחן-ערוך, על אחת כמה וכמה פון רמב על דרך זה איז סוגיות חמורות אין ש"ס איז דא אזוינע וואס זיי געהערן צו חברות ש"ס, אזוינע וואס געהערן צו די חברות וואס לערנען לעומקה של תורה.

47אין יעקב לערנט מען לערנען אידן אפילו אט די וואס פארשטייען ניט דעם לשון ווי ער איז זעצן זיי זיך צו צום טיש און הערן ווי אזוי מ'פארצייגט דאס זיי אויף אידיש.

48אויף זשערגאן אדער בלשון המדינה, ער וועט זיך ניט צוזעצן אין דעם שיעור וואו מ'וועט לערנען א סוגיא חמורה אין דעם שיעור וואס מ'וועט לערנען פוסקים בדרך פון עמקות, ער וועט זיך אבער צוזעצן אין דעם שיעור וואו מ'לערנט אין יעקב, נאר וואס דען, אויב ער קען ווי דער לשון כיצורתו וועט ער זוכן א שיעור וואו מ'לערנט אים בלשון כבו שהוא,

49אז ניט וועט ער זוכן א שיעור וואו מ'זעצט דאס איבער אין שפת המדינה.

50דאס איז אבער א לימוד וואס איז שייך צו יעדערן.

51ביז וואנענט אז די גמרא זאגט אז לימוד ההגדה איז אפילו בשעת א מענטש געפינט זיך ניט אין מנוחת הנפש, וואס דעמאלט קען ער זיך ניט צוטראגן צו א לימוד אין עניני הלכה איז ער אבער שייכות, ווי די גמרא זאגט די דוגמא,

52אז צו קויפן סדקות, צו קויפן קלייניקייטן, בערך פון די שוועריקייטן ווי ס'איז דא אין לימוד אט דאס איז דאס וואס דאס איז דער לימוד הגדות עשה כולי עלמא זיי נען אלע געקומען הערן.

53וויבאלד אז דאס איז א מאמר וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אין עין יעקב, וואס עין יעקב איז דאך אויסגעטפילן געווארן דורך גדולי ישראל, און דערנאך האבן זיי אויף דערויף די הסכמה אין די קדירות בדורות שלאחרי זה,

54ביז וואנענט ווי דער אלטער רבי דער בעל השמחה והגאולה ברענגט אויך אראפ אין אגרת הקודש בהנוגע צו לימוד עין יעקב, וואס דארט איז מדות טובות און ”רוב סודות התורה גנוזות” בו,

55וואס דערפאר קען מען דאס לערנען אפילו אין די שעות מסויימות, וואס דעמאלט איז מען ניט מסוגל צו לערנען אן אנדער לימוד, מאיזו סיבה שתהי.'

56וואס דערפאר איז דאס נאכמער מחזק, אז דא איז דער ענין פון העסק איין פסק דין יוצא מידי פשוטו, וואס דאס איז דאך א פסק דין וואס דער אויבערשטער גיט אויף זיך ארויס, אז בשעת א איד וועט זיין ”העסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור” ”כאילו פדעני” לעו לבנים לבינו ומתעלם,

57בשעת דער אויבערשטער זאגט אפילו מיט א כ' כאילו איז גענוג אז דאס זאל דערנאך גלייך נאך דערויף קומען אז תיכף ”ומיד הן נגאלה”.

58בפרט נאך אז דאס ווערט דאך א חלק פון ”תורת אמת”, איז דאס ניט חס ושלום א דמיון וואס האט א כ' אף א דמיון וואס האט קיין שייכות ניט צו דער מציאות, דאס איז א כ' אף א דמיון וואס דאס איז פארבונדן מיט דער מציאות, דערפאר פארגלייכט מען דאס.

59דער אמת'ער טייטש פון דמיון איז ניט דער זאך אז דאס איז א דמיון און ס'האט קיין שייכות ניט, דאס איז פארקערט, דאס איז דער טייטש אז דאס וואס דערפאר זאגט מען דאך אל מי תדמיום אז דער אויבערשטער זאגט, אז ס'קען ניט זיין מ'זאל אים צוגלייכן צו עכן,

60וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס איז אן ענין פון א פסק-דין וואס דער אויבערשטער נעמט אויף זיך, און זאגט, אז יעדער איד וואס איז שייך צו אין יעקב איז אט דא איז דא דער סודות התורה גנוזות, דער ענין פון בדיעה, אין אן אופן פון כאילו,

61וואס לרגע קטן שטייט דאס אין אן אופן פון סוד גנוז, דערנאך גייט דאס ארויס בגלוי, ווארום דאס איז א סוד גנוז אין ”תורת אמת”.

62ובפשטות, אז זאגט מען א אידן, אז אינו מבקש אבע לפי כוחו, אז יעדער איד קען שטיין אין א מעמד ומצב, אז בשעת מ'זאגט אים אן ענין אין תורה צו וועלכן ער האט שייך צו פארשטיין אין דעם לשון אין וועלכן ער איז שייך צו פארשטיין, וואס דערצו איז שייך יעדער איד,

63פון דעם גדול שבגדולים פעלט אים נאך אין תורה וואס ”ארוכה מארץ מדה ורחבה מיני ים” איז וויפל ער ווייס ניט מצד זיין גדלות איז דאס שלא בערך צו דעם ארוכה מיני ים וואס ער דארף ערשט לערנען, האט ער אין וואס צו עוסק זיין זאך,

64על דרך זה ביז א פשוט שבפשוטים, זאגט ער אויך ותכל קונה בתורתך דערפאר וואס ער האט א חלק אין תורה, ביז ער קען אין דערויף אויך האבן א הבנה, אויב ס'וועט זיך נאר געפינען איימעצער וואס וועט נעמען אויף זיך די שליחות אויף אים דאס מסביר זיין, וויבאלד אז ער איז געווען א ”תינוק שנשבע”,

65ובכוחות עצמו קען ער דערצו ניט צוקומען.

66און דעמאלט קען ביי אים זיין דער ענין פון תורה ניט נאר ער וועט הערן ווי מ'דערציילט אים א זאך וואס ס'איז צו אים קיין שייכות ניט נאר וואס דען דאס איז א שיינע זאך, נאר ער ווערט אין דערויף אין אן אופן פון עוסק.

67דאס נעמט אים דורך ביז וואנענט אז דאס ווערט זיינער אן עוסק איז באפילתו ובשתייתו, ביז וואנענט ווען ער שלאפט איז ער דורכגענומען געווארן מיט דעם דבר תורה וואס ער דערהערט היינט אדער מיט א טאג פאר דעם, אדער מיט א וואך פאר דעם.

68ועל דרך זה דעם ענין פון גמילות חסדים קען דאך זיין מצד דעם עני איז ווי ער זאגט אין ספרי, אז איינער איז געגאנגען און פארלארגן א סלע, און דער עני האט דאס געפונען ווערט דאס פאררעכנט פאר צדקה, ער האט דאס פארלארן, ווייס ניט צו וועמען דא� איז זיך מצטער פארוואס ער האט פארלארן דעם סלע.

69וויבאלד אבער אז דורך זיין סלע איז ”אחיותה נפש העני” איז אט דעמאלט ווערט דאס ביי אים א קיום פון מצות צדקה.

70אבער זאגן אויף דערויף אויס איז קען מען ניט!

71ער האט מקיים געווען די מצוה פון צדקה, מחי' געווען דעם נפש העני ובני ביתו, אבער זאגן אז ער שלאפט ניט, דערפאר וואס פון דאס חלם"ט זיך אים וכו ניט דאס איז זיין מעמד ומצב.

72לאידך גיסא אבער קען ער דערגרייכן, ניט קוקנדיק אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל ניט זיין, אז ביי אים זאל זיין די גמילות חסדים שלו אין אן אופן פון העסק,

73ער האט זיך אפגעגעבן א חולה גדול פון רכושי, קען ער דאך אפרוען זיך און לאזן די אנדערע ענינים זאלן אנדערע געבן די גמילות חסדים אדער די צדקה וכו דא זאגט מען,

74אז ער איז אזויפיל דורכגענומען מיט ”ושמרו דרך הוי' לעשות צדקה” אז בשעת אכילתו ושתייתו ושינתו טראכט ער אלץ, אפשר איז דא ערגעץ-וואו א איד וואס דארף אנקומען צו א גמילות חסד,

75אדער אין א ברייטערן מובל צו א צדקה כפשוטה, אדער אן אוצר-טובה וכיוצא בזה די ענינים וואס זיי זיינען נכלל אין גמילות חסדים,

76און אט דעמאלט ווערט ער ניט סתם מקיים ועוסק גמילות גומל חסדים נאר ביי אים ווערט העסק וואס דאס גייט דאך אויף אין גמילות חסדים דער ווארט העסק גייט סיי אויף תורה סיי אויף גמילות חסדים.

77ועל דרך זה איז אויך בהנוגע צו תפילה, אז תפילה איז דאך דער דין אז די כוונה מוז מען האבן צו פסוק ראשון של קריאת-שמע, ”ברכה ראשונה של” שמונה-עשרה, של העמידה,

78און דאס אויך אין דערויף איז דאך דא כמה חילוקים, איז דאס וואס מ'ערווארט, און אז יעדער איד קען דערצו דערגרייכן אז בשעת ער שטעלט זיך דאוונען איז אט דעמאלט ווערט ער העסק, ס'איז ניטא פאר אים די גאנצע מציאות פון וועלט, ער שטייט ”כעבדא קמי' מרי” אט דאס איז זיין גאנצע מציאות,

79און שאר היום כולו איז ער אויך, אדער ער איז זיך מוחין לתפילה, אדער ער טוט זיינע ענינים אין אזא אופן זאל מען אים דערנאך ניט מבלבל זיין צי ער זאל זיך קענען עוסק זיין בשעת התפילה בתפילה מיט מנוחת הנפש.

80אז ער וועט ליגן אין זיין מסחר אין אן אופן ניט ווי בלשון הידוע בלב לב ולב, נאר ער קאכט זיך אין דעם, און דאס איז זיין גאנצער חיות, און מיטאמאל דארף ער זיך שטעלן דאווענען מנחה איז דאס א נסיון און אן עבודה קשה ביותר ער זאל ניט טראכטן בשעת מעשה זאל ער ניט אריינפאלן קיין מחשבה בנוגע צו זיין מסחר.

81פארוואס איז דאס? בשעת ער האט זיך מתעסק געווען אין דעם מסחר האט ער געקאכט זיך אין דעם מסחר.

82אויב ער איז בשעת ער איז זיך עוסק אין זיין פרנסה גשמית, אט דעמאלט ווייס ער, אז דאס טוט ער דערפאר ווי ס'שטייט וברכך ”הוי' אלקיך בכל” אשר תעשה, דארף ער טאן א כלי, אויפטאן אן עשי' אויף וועלכע ס'זאל חל זיין די ברכות,

83במילא ער האט אויפגעטאן אט די עשי ע, ער האט געמאכט אט די כלי איז דאך ניט שייך, אז דאס זאל אים מבלבל זיין צו דער תפילה די גאנצע עשי' איז דאך כדי דערנאך אין דער תפילה זאל זיין וברכה הוי' אלקפל מ'זאל ממלא זיין זיין בקשים, קען דאך ניט זיין אז דאס זאל אים מבלבל זיין.

84בשעת ער איז זיך עוסק באכילתו ובשתייתו ובפרנסתו איז ער זיך עוסק אין אזא אופן, אז דערנאך, אז ס'וועט קומען 'זמן תפילה', זאל ביי אים קענען זיין דער ענין התפילה אין אן אופן פון עוסק, ענין ומתפלל אין הציבור.

85און אויף דערויף זאגט מען, אין די אלע דריי ענינים דארף אויך זיין אט דער ענין, ווי געזאגט פריער, אריינגעלייגט א זוז, ארויסגענומען א זוז ניט דאס איז דער אופן פון עוסק, ער מוז האבן א ריווח.

86אין וואס באשטייט דער ריווח?

87איז ידוע די תורה פון בעל שם טוב, וואס ער האט געזאגט בנוגע אלא דבר ”אחד בלבד אפילו” לומד מחבירו ”דבר אחד אות אחד” בלבד איז אט דעמאלט דארף ער אים רופן אלופי ומיודיין און געבראכט די ראי' פון א חוטופל.

88וואס פרעגט בעל שם טוב וואס איז דא דער דיוק בלבד?

89אפילו דבר אחד. און ער האט אויף דערויף מסביר געווען, אז בשעת מ'לערנט תורה ווי ס'דארף צו זיין איז דאס ניט לבד.

90ער לערנט טאקע דבר אחד אפילו אות אחת, וויבאלד אבער אז דאס איז תורת חיים איז ער דערנאך כפשוטו ”מבין דבר מתוך דבר, ועל דרך זה” אין מצוות איז די ”מצוה גוררת מצוה”.

91בשעת ס'איז געווען דער לימוד מפי אחי תופל, וואס די גמרא זאגט אין סוטה אז דאס איז געווען מן השפה ביי אים איז נוגע צו דואג'ן אז דאס איז ”מן השפה ולחוץ”, איז זייער תורה איז געווען אין אזא אופן און ס'האט ניט נושא פירות געווען, ס'איז געבליבן אט דער דבר, געבליבן אט דער אות אחר,

92על דרך זה בשעת ער לערנט תורה, און ער באגנוגנט זיך מיט דעם לימוד וואס ער לערנט אט דעם פסוק צו דעם ענין אין עין יעקב, און ער גריבלט זיך ניט, ער הארעוועט ניט, ס'איז האבין ”דבר מתוך דבר”.

93ועל דרך זה בהנוגע אין גמילות חסדים, איז ניט נאר דער ענין וואס ער גיט דעם עני א גמילות חסד, נאר ווי ער זאגט אין הלכות צדקה ער איז זיך משתדל, אז דורך דערויף וואס ער וועט געבן דעם עני זאל דאס זיין בדוגמא פון ”מטיל מלאי לכסום של תלמידי-חכמים”, אז דורך זיין עזר זאל דער עני סוף כל סוף ניט דארפן צו אים אנקומען.

94ער גיט אים געלט כדי ער זאל דערפון קענען מאכן רווחים, ביז וואנענט ער וועט ווערן עני.

95ער גיט אים אן אוצר טובה, אין אזא אופן פון ”תן לחכם ויחכם עוד”, אז ער וועט ניט דארפן פרעגן אן עצה ביי א צווייטן, ער וועט שווערן א לוי, איך כמוהו.

96ועל דרך זה בהנוגע לתפילה, אז ער איז מתפלל אין אזא אופן, אז דאס פועל"ט אויף די וואס געפינען זיך ארום אים ווען ער איז מתפלל, אז זיי זאלן צוקומען חיות אין זייער תפילה.

97אט דעמאלט ווערט דאס אן ענין של עוסק.

98ער לייגט אריין זיין השתדלות מיט זיין כחות מיט זיין פעולה, בנוגע צו לימוד ענין מסויים בתורה, בהנוגע צו נתינת סכום מסויים לגמילות חסדים, בהנוגע צו התפילה מסויימת, דאס איז אבער אין אן אופן של עסוק בכללות, ווי די משנה זאגט ”מצוה גוררת מצוה”,

99און מער בפרטיות, ער לערנט אין אזא אופן אז ס'קומט דערפון ארויס נאך תוצאות בכמה מקומות בתורה, ווי געזאגט פריער דער לשון פון חז.

100להבין ”דבר מתוך דבר” אז ס'קומט ארויס פון זיין גמילות חסדים אין אזא אופן ביז וואנענט דער מקבל דארף שוין ניט זיין קיין מקבל אדרבא ער גיט אויך א גמילות חסד,

101ועל דרך זה בהנוגע לתפילה, אז ער פועל"ט ארום זיך אז בא זיי זאל צוקומען, ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ, די דוגמא אז בשעת מ'געפינט זיך אין ד' אמות פון א מתפלל בחיות איז אט דעמאלט פועל"ט דאס א התעוררות אויף דיבור שטייען ארום אים, און ווי מ'זעט דאס אויך במוחש.

102וואס אט דעמאלט, אז ס'איז דא אט די צוויי ענינים, דער ענין וואס קומט וואס ער ווערט דורך דערויף דורכגענומען אז דאס ווערט זיין עסקו במשך כל היממו, במשך כל המתלב, און דאס ווערט אין אן אופן פון עוסק, ער איז מרביח דער כללות הענין פון א לעבעדיקער מצוה, ”מצוה גוררת מצוה”,

103אט דעמאלט ווערט דער תדמיא, און מ'גלייכט דאס טוט, ”תורת אמת” פארגלייכט דאס מיט א הסדמות עמיתית צו דער גאולה, כי ”אלא פדו אני ליו לבני בבין אומות העולם”,

104און דערנאך ווערט דאס ארויסגענומען פון דעם סודת גנוזות 'בן יעקב', קומט דאס ארויס דערנאך ”בפועל, למטה מעשרה טפחים”, בגאולה פון ”לי ולבנים מבין אומות העולם” בקרוב ממש, על ידי משיח צדקנו.

105לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions