עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-4vn69dbg

kind
paragraph
order
3k
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך דאס ווען ס'טרעפן זיך מערערע אידן צוזאמען, וואס דאס איז בנוגע צו מענטשן וועלכע טרעפען זיך, דערנאך איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט דעם ארט וואו מ'טרעפט זיך, ס'איז דאך א גרויסער אונטערשייד צי מ'טרעפט זיך אין סתם אן ארט, אדער אן ארט וואס איז פארבונדן מיט ענינים פון אידישקייט, און מיט ענינים פון קדושה און העליקייט, וכיוצא בזה, ווי א בית-הכנסת אדער א בית-המדרש אדער א בית וואו מ'טוט מעשים טובים, און דאס איז זיין תכלית און כוונה, וואס מ'האט אויפגעשטעלט די הויז, אדער דעם גאנצן בנין וכיוצא בזה, און אזוי אויך בנוגע צו דער צייט, איז דאך אן אומטרשתיר צי מ'טרעפט זיך אין א וואכעדיקן טאג, אדער ווי נאכמערער בגלוי א טאג וואס איז פארבונדן מיט וואכעדיקייט, און מ'דארף ערשט אין אים מגלה זיין אנט פלעקן ווי איז דאס די שייכות און ווי אזוי איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, מוז דאך זיכער זיין, ווי די משנה זאגט, אז כל מה שברא הקב'ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו אז יעדער זאך איז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions